בלאט 1 פון 1

שתית טיטון....

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 22, 2010 1:28 am
דורך יהיה כן
אין די פוסקים (אין הלכות יו"ט ועוד) ווערט ארומגערעדט וועגן 'שתית טיטון' צי מען מעג אין יו"ט צו נישט,

וואס איז דאס 'שתית טיטון' איז דאס א ציגערעטל, וואס פאר א גוט יאר האט עס מיט טרינקען?.. מען קען טרינקען א ציגאר? אויב יא, קען מען היינט אויך שאפן די משקה?

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 22, 2010 4:22 am
דורך שוטה
אפשר מיינט עס א נרגילה וואס די אראבער רייכערן.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 22, 2010 8:20 am
דורך אויפריכטיג
און דאס טרונקט מען?

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 22, 2010 8:24 am
דורך והוא פלאי
איך האב אמאל געזעהן א סברא אז דאס וואס שטייט אין הל' ת"ב וועגען רייכערען אין א תענית, מיינט מען די נארגילא וויל מען נעמט אין זיך אריין פארע, משא"כ נארמאל רייכערען
אבער לכאורה ואחרי ככלות הכל, איז עס נישט שתי'
ושמעתי פעם אז עס ווערט אנגערופן אין די פוסקים שתיי' ארויסצוברענגען אז מען נעמט אריין די רויך אין זיך, ווייל אויף לשון הקודש איז נישטא קיין ווארט וואס ברענגט עס ארויס, עישון מיינט פאררייכערען די שטוב, שואף מיינט גליסטן, ממילא האט מען געניצט דאס ווארט שתי" מען זאל פארשטיין אז מען רעט פון רייכערען אריינצוענדיג די רויך דורך האלטן אין מאל, וואס איז לפי ערך א נייע זאך, שלא מוזכר בחז"ל, און מען האט געשאפן א ניי ווארט
דרך אגב טוטין איז טאבאקא, וכן הי' נקרא ביודיש עד המלחמה בגאליציע

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:15 pm
דורך איש ירושלים
שוטה האט געשריבן:אפשר מיינט עס א נרגילה וואס די אראבער רייכערן.

וויפל עס זעהט זיך אויס זענט איהר גערעכט!!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 6:13 pm
דורך יש בו
יהיה כן האט געשריבן:אין די פוסקים (אין הלכות יו"ט ועוד) ווערט ארומגערעדט וועגן 'שתית טיטון' צי מען מעג אין יו"ט צו נישט,

וואס איז דאס 'שתית טיטון' איז דאס א ציגערעטל, וואס פאר א גוט יאר האט עס מיט טרינקען?.. מען קען טרינקען א ציגאר? אויב יא, קען מען היינט אויך שאפן די משקה?

לדעתי איז דאס שמעקן טאביק, אבער נישט פלעין שמעקן די גערוך דערפון, נאר טאקע אזוי אז ס'זאל בלייבן אין די נאז ביז מאנטאג, פארשטיי'ציך אליינס אז מ'רעדט פון די ריכטיגע ענגלישע טאביק,
ווער ס'האט שוין דאס פראבירט פארשטייט זייער גוט פארוואס ס'איז א שאלה צו שמעקן אין א תענית, ס'כמעט ווי עסן,
ריכטיגער שתיית טיטון

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:34 pm
דורך רצון טוב
יש בו האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אין די פוסקים (אין הלכות יו"ט ועוד) ווערט ארומגערעדט וועגן 'שתית טיטון' צי מען מעג אין יו"ט צו נישט,

וואס איז דאס 'שתית טיטון' איז דאס א ציגערעטל, וואס פאר א גוט יאר האט עס מיט טרינקען?.. מען קען טרינקען א ציגאר? אויב יא, קען מען היינט אויך שאפן די משקה?

לדעתי איז דאס שמעקן טאביק, אבער נישט פלעין שמעקן די גערוך דערפון, נאר טאקע אזוי אז ס'זאל בלייבן אין די נאז ביז מאנטאג, פארשטיי'ציך אליינס אז מ'רעדט פון די ריכטיגע ענגלישע טאביק,
ווער ס'האט שוין דאס פראבירט פארשטייט זייער גוט פארוואס ס'איז א שאלה צו שמעקן אין א תענית, ס'כמעט ווי עסן,
ריכטיגער שתיית טיטון

מען דארף נאר צוזעהן די עבודה פינעם רבי'ן אין ראכמאסטריווקא ארה"ק פארשטייט מען אלעס