שוחטים ושחיטה אין די אמאליגע טריפה'נע אמעריקא

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

שוחטים ושחיטה אין די אמאליגע טריפה'נע אמעריקא

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 12:23 pm

דורך farshlufen אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 3:23 pm

א באריכט אין ריעדינג איגל פון ריעדינג פענסילוועניע אין 1880 תר"מ, איבער אן אסיפה איבער כשר פלייש אין די נוה צדק שול אויף Tyler St., די פאקטן זענען האר אויפשטעלנד, צווישן אנדערן שרייבן זיי אז קוים אן אכטל!! פון די אידישע באפעלקערונג אין שטאט זוכט בכלל כשר פלייש.

http://news.google.com/newspapers?id=XM ... %2C2410441

דער סקרענטאנער רב זז"ג וועט אפשר מער וויסן צו עס איז צוגעקומען צו עפעס למעשה פון די אסיפה.
----

וואוהין זענען נעלם געווארן די קינדער פון די אנדערטהאלבן מיליאן אידן וואס האבן געוואוינט אין ניו יארק אין תרפ"ג?

ווער האט געגעבן אן השגחה אויף די 2400 בשר כשר געשעפטן?

http://books.google.com/books?id=IZBKAA ... at&f=false

חדא קושיא מתרצת חברתה.

----

ניו יארק גאווערנער אלפרעד סמיט, שטעלט די נומער פון די בשר כשר געשעפטן און תר"פ ביי ארום 1800 און שרייבט אז גאנצע פערציג פראצענט פארקויפן גענצליך טריפה'נע פלייש אלס כשר:

http://books.google.com/books?id=4XE4AA ... at&f=false

ואנן מה נענה אבתרי'.

שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו שכלם נסים אין בהם טבע ומנהגו של עולם, בין ברבים ובין ביחיד [רמב"ן שמות י"ג ט"ז].
farshlufen
שר ששת אלפים
הודעות: 6714


--------------------------------------------------------------------------------

דורך farshlufen אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 3:26 pm

אן אסיפה בנוגע כשרות הבשר אין בראנזוויל:
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט

שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו שכלם נסים אין בהם טבע ומנהגו של עולם, בין ברבים ובין ביחיד [רמב"ן שמות י"ג ט"ז].
farshlufen
שר ששת אלפים
הודעות: 6714


--------------------------------------------------------------------------------

דורך שמעלקא טויב אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 3:50 pm

הרב פארשלאפן, ישר כוחכך, ברענג שוין א לינק צו (כ'דענק נישט דעם נאמען) דעם ספר וועגן שחיטה אין א עריקא.

הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.comשמעלקא טויב
שר חמישים ומאתים
הודעות: 387


--------------------------------------------------------------------------------

דורך יהיה כן אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 3:54 pm

כ'האב אמאל געזעהן אין שעכטערס לייבערערי א אויסגאבע מיטן נאמען 'השוחטים' אדער 'השחיטה' כ'געדענק שוין נישט פונקטליך, וועלכער איז ארויס געקומען דא אין ניו יארק איבער שחיטה ושוחטים, ווייסט איינער דא מער דערוועגן?? לפי זכרוני האט עס אויס געזעהן ווי א ערליכע זאך, פון אידן וועלכע האבן געוואלט עפעס טון וועגן די מצב הכשרות דאהי

און וואס זאגסטו?
יהיה כן
שר האלף
הודעות: 1462


--------------------------------------------------------------------------------

דורך מיללער אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 4:00 pm

פארשלאפן טיערער,
אינעם אשכול איבער אידישקייט אין א עריקא האבן מיר אסאך ארומגערעדט איבער די כשרות השחיטה אין א עריקא אין יענע יארען, ספעציעל איבער דעם מאבק הכשרות פון אזעלכע ריזען ווי דער רב הכולל ר' יעקב יאזעפף אין ניו יארק און דער רידב"ז אין שיקאגא.

(אפשר קען דער גבאי הי"ו אהערברענגען די תגובות פון דארט העוסקים בעניני שוחטים ושחיטה)

רי"י גר"וו אין זיין ווערק השוחט והשחיטה בספרות ישראל http://www.hebrewbooks.org/6794 ווידמעט אויך צייט איבער די אמעריקאנע שחיטות און אירע דורכגענג.

מיללער
שר עשרת אלפים
הודעות: 10465


--------------------------------------------------------------------------------

דורך שמעלקא טויב אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 4:49 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:הרב פארשלאפן, ישר כוחכך, ברענג שוין א לינק צו (כ'דענק נישט דעם נאמען) דעם ספר וועגן שחיטה אין אמעריקא.



כ'האב געמיינט דעם מלאכת הקודש. http://www.hebrewbooks.org/4127

הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.comשמעלקא טויב
שר חמישים ומאתים
הודעות: 387


--------------------------------------------------------------------------------

דורך צעיר באלפי ישראל אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 4:51 pm

וואוהין זענען נעלם געווארן די קינדער פון די אנדערטהאלבן מיליאן אידן וואס האבן געוואוינט אין ניו יארק אין תרפ"ג?

ווער האט געגעבן אן השגחה אויף די 2400 בשר כשר געשעפטן?

ולולי דמסתפינא, הייתי אומר שקושיא חדא מתורצת בירך חברתה, ודו"ק.

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים
הודעות: 75

--------------------------------------------------------------------------------

דורך שמעלקא טויב אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 4:54 pm

ואגב אספר, אן אמעריקאנער קצב, א ריכטיגער גראבער אינג, האט אין די ערשטע יארן פארציילט פאר הגאון ר' בנצין קאהן זצ"ל מ'סענפעטער אז זיין רב המכשיר איז קיינמאל נישט געקומען זעהן ווי ער פארקויפט זיינע נבילות וטריפות ל"ע ביז ער – דער פארגרעבטער קצב – האט עס שוין נישט איבערגעטראגן - אזא קארופציע - און ער האט אהיימגעשיקט צום רב אויף שבת אן אויסגעטרייבערט חזיר'ל. ער האט געוואלט טשעפען דעם רב, אבער ער זאגט אז דער רב האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט ווייל מן הסתם האט ער עס אויפגעגעסן.... נעבעך נעבעך.
(געברענגט אין "רב הכולל")

הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.comשמעלקא טויב
שר חמישים ומאתים
הודעות: 387


--------------------------------------------------------------------------------

דורך בן בוזי אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 4:57 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:הרב פארשלאפן, ישר כוחכך, ברענג שוין א לינק צו (כ'דענק נישט דעם נאמען) דעם ספר וועגן שחיטה אין אמעריקא.


דו מיינסט דער מלאכת הקודש

benbeezee@yahoo.comבן בוזי
שר האלף
הודעות: 1828


--------------------------------------------------------------------------------

דורך שמעלקא טויב אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 4:59 pm

קוק צוריק 4 תגובת...

הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.comשמעלקא טויב
שר חמישים ומאתים
הודעות: 387


--------------------------------------------------------------------------------

דורך דארפסמאן אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 5:14 pm

געהערט אמאל פון א יוד אז הרה"צ ר' חיים אברהם דובער לעווין זצ"ל הנקרא "מלאך" האט געוואונט און די בראנקס העכער א א בוטשער סטאר (א בשר כשר - OPEN 7 DAY A WEEK) און ער האט איין מאל געזען ווי א ערליכען יוד איז אריין דארט קויפן האט ער אים פארגעהאלטן "היתכן" האט דער יוד געענטפערט מיט ווינדער.. "די רב געט דאך די השגחה אופן סטאר", האט די מלאך גלייך ארויס געמופט און ער איז געשטאנען מיט זיינע זאכען אויפן גאס ביז ער האט געטראפען א אנדערע דירה, ער האט געזאגט אז יודן קענן זיך טועה זיין אז וויבאלד ער וואונט העכער די בוטשער מיינט דאס אז ער געט די הכשר וויל ער נישט בלייבען קיין מיניט מער דארט און די דירה

הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו
--
דארפסמאן
שר ארבעת האלפים
הודעות: 4883


--------------------------------------------------------------------------------

דורך farshlufen אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 5:58 pm

אמעריקא נע השגות א אידענע האט גערופן דעם שו"ב הרב ר' יוסף לאק א איד מיט א לאנגע בארד דער רב פון די אסבורן סטריט שול אין געריכט איבער א הינדל וואס איז געווארן א נבילה:
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט

שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו שכלם נסים אין בהם טבע ומנהגו של עולם, בין ברבים ובין ביחיד [רמב"ן שמות י"ג ט"ז].
farshlufen
שר ששת אלפים
הודעות: 6714


--------------------------------------------------------------------------------

דורך קרעמער אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 6:09 pm

איך זעה אז ריכטער קרעמער האט אים בא'קנס'ט מיט 10 דאלער...

קרעמער
מייסד הקרעטשמע
הודעות: 21633


--------------------------------------------------------------------------------

דורך והוא פלאי אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 8:16 pm

כידוע אז איינער פון די צדיקים האט געזאגט אז און אמעריקא פארקויפט א בוטשר בשר, ווייל ער לייגט אריין א ט' אינדערמיט, להורות שהוא טריפה

למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי
שר חמש מאות
הודעות: 860

--------------------------------------------------------------------------------

דורך שוועמל אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 9:19 pm

פארשלאפן זייער אינטערעסאנטע לינקס.

באקאנט אז דער דברי יואל זי"ע, אמאל שפאצירנדיג האט ער געזען א סיין "בשר כשר" מיט בלינקעדיגע לעמפעלעך.
כדרכו רופט ער זיך אן במתק לשונו "צו וואס ברויך עס בלינקען? ווייל אמאל איז עס כשר אמאל נישט..."
ודפח"ח.

לכן חכו לי נאם ה' ליום קומי לעד (צפניה ג')
שוועמל
שר שבעת אלפים
הודעות: 7269


--------------------------------------------------------------------------------

דורך והוא פלאי אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 9:48 pm

שמעתי מאחד, שאביו הי' מזקני הרבנים, ובקאנטרי התפלל יחד עם אחד מהאדמורי"ם (החשובים) שהי' פה מקודם המלחמה, והאדמו"ר קרא להרב על קידוש, וכשקידש כיבד אותו עם טשולענט, והיסס אם לאכול, ואמר לו האדמו"ר, על מה אתה מהסס, עס איז פונם וואדרידזשער שוחט, וחשב אוי וויי, הלא היא גילוח, והשתמט באיזה אופן, דו"ק כי עמוק הוא

למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי
שר חמש מאות
הודעות: 860

--------------------------------------------------------------------------------

דורך זאמלער אום פרייטאג יולי 02, 2010 9:47 am

איינער פון די ערליכע שוחטים אין א ריקע איז געווען הרה''ח ר' פסח גרינבערג ע''ה די סאטמערער רבי זי''ע די ערשטע תקופה האט געגסען פון זיין שחיטה.ער פלעגט יעדן טאג ווייזען זיין חלף פארן צעהלימער רב זי''ע
זאמלער
שר חמישים
הודעות: 99


--------------------------------------------------------------------------------

דורך שמעלקא טויב אום פרייטאג יולי 02, 2010 10:44 am

שוועמל האט געשריבן:פארשלאפן זייער אינטערעסאנטע לינקס.

באקאנט אז דער דברי יואל זי"ע, אמאל שפאצירנדיג האט ער געזען א סיין "בשר כשר" מיט בלינקעדיגע לעמפעלעך.
כדרכו רופט ער זיך אן במתק לשונו "צו וואס ברויך עס בלינקען? ווייל אמאל איז עס כשר אמאל נישט..."
ודפח"ח.


ישר כוח שוועמל פאר די שיינע עובדא, אבער ס'איז אינטערסאנט אז דער רבי האט געזאגט אז אמאל " ווייל אמאל איז עס כשר", רוב מאל איז עס ליידער נישט געווען אזוי.

הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.comשמעלקא טויב
שר חמישים ומאתים
הודעות: 387


--------------------------------------------------------------------------------

דורך זאמלער אום זונטאג יולי 04, 2010 1:05 pm

ווער עס האט געוואלט האבען כשר פלייש האט געקענט האבען מיטען הכשר פון הרב הג' דר' קליין ווי אויך מיט א משגיח תמידי
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט

זאמלער
שר חמישים
הודעות: 99


--------------------------------------------------------------------------------

דורך נחמן נתן אום דאנערשטאג יולי 08, 2010 3:29 pm

עס האט מיר פארציילט א איד איבער זיין עלטער-זיידע וואס האט געהייסן ר' יצחק אליעזר הכהן ז"ל [געוואוינט אין א סט-סייד און געווען א חסידישער איד] האט צוליב די שווערע נסיונות פון שמירת שבת [זוכענדיג א ארבעט ביי בעלי-בתים און האבן איהם געוואלט מכריח זיין צו ארבעטן אום שב"ק], האט ער אליין געעפענט א כשר פלייש געשעפט, און מדקדקים האבן געוואוסט אז אויף איהם קאן מען זיך סומך זיין.
איז דא א וועג וויאזוי צו טרעפען עפעס איבער דעם איד אדער איבער זיין געשעפט?

שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך!
נחמן נתן
שר האלף
הודעות: 1752
צוגעלייגטע
%20_1_~1.JPG
%20_1_~1.JPG (49.87 KiB) געזעהן 3569 מאל
%20%20~3.JPG
%20%20~3.JPG (42.81 KiB) געזעהן 3569 מאל
%20%20~4.JPG
%20%20~4.JPG (41.71 KiB) געזעהן 3569 מאל
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 12:25 pm

בלאט 2


דורך זאמלער אום פרייטאג יולי 09, 2010 11:48 am

געזעהן אמאל אין קובץ תפארת ישראל-רוזין בשם האדמו"ר מסקווירא זצ"ל וואס ער האט אמאל געזאגט פאר הרה"ח הישיש ר' משה גאלדהירש ע"ה מזקני חסידי באיאן, אז ווי באקאנט האבען צדיקים אויסגעטייטשט די תוכחה אויף גוטס, און וואס איז "ואכלתם בשר בניכם"? נאר אין א עריקא א מען קען נאך עסען פלייש ביי די קינדער און נישט מורא האבען פאר כשרות פראבלעמען, איז דאס א ברכה

זאמלער
שר מאה
הודעות: 103

--------------------------------------------------------------------------------

דורך מיללער אום פרייטאג יולי 09, 2010 12:14 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:הרב פארשלאפן, ישר כוחכך, ברענג שוין א לינק צו (כ'דענק נישט דעם נאמען) דעם ספר וועגן שחיטה אין אמעריקא.


כ'האב געמיינט דעם מלאכת הקודש.


דער מלאכת הקדוש האט מחבר געווען הרה"ח הישיש ר' אברהם יעקב קאפלאוויץ פון בראונזוויל, ר' ברוך האט ה?יינט געשטעלט דעם בילד פון זיין מציבה אין הר הכרמל סעמעטערי.
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט
מיללער
שר עשרת אלפים
הודע?ות: 10476

--------------------------------------------------------------------------------

דורך זאמלער אום מאנטאג יולי 12, 2010 1:24 pm

דער שוחט ובודק (ועוד)פרעגט אן ביי די אגידת הרבנים א שאלה בהלכות בדיקת פנים אינטרסאנט ער איז געווען שוחט אין יענער צייט און ספרינג וואלי
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט

זאמלער
שר מאה
הודעות: 103

--------------------------------------------------------------------------------
דורך שמעלקא טויב אום מאנטאג יולי 12, 2010 2:53 pm

זאמלער האט געשריבן:דער שוחט ובודק (ועוד)פרעגט אן ביי די אגידת הרבנים א שאלה בהלכות בדיקת פנים אינטרסאנט ער איז געווען שוחט אין יענער צייט און ספרינג וואלי


איר כאפט ווי ארעם ברוחניות מ'איז געווען דא? א מסדר קידושין/שוחט/מוהל האט געהאט א לעדערהעט און געווען א גאנצע רבנישע פערזענליכקייט!

הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.comשמעלקא טויב
שר חמישים ומאתים
הודעות: 400
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21346
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 4:25 pm

כשר'ע פערדן פלייש?

פון די סאן, דעצעמבער17 1908
צוגעלייגטע
פערדן פלייש 1.JPG
פערדן  פלייש 2.JPG
פערדן פלייש 3.JPG
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21346
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 4:29 pm

לייענט די לעצטע פאראגראפן
צוגעלייגטע
פערדן פלייש 4.JPG
פערדן פלייש 5.JPG
פערדן פלייש 5.JPG (26.69 KiB) געזעהן 3543 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » זונטאג אוגוסט 29, 2010 2:16 pm

farshlufen האט געשריבן:לייענט די לעצטע פאראגראפן

פארשלאפן קענסט אפשר שרייבן בקיצר וואם דא שטייט איך קען נישט ליינען קיין איין ווארט
שכוח
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 29, 2010 10:46 pm

יישר-כח פארשלאפן, זייער אינטערעסאנט

מר. קאפ-פופציג,
די רעדע איז פון א סקאנדאל בשנת תרע"ח וואס דער מארגן זשורנאל האט אויפגעדעקט אז די פאבריק פון משה ציממערמאן האט פארקויפט טריפה פלייש, אנגעבליך פערדן-פלייש אונטערן זיגל פון 'כשר פלייש' דערויף האט משה ציממערמאן פארלאנגט אין געריכט נישט ווייניגער פון א דריי-פערטל מיליאן דאלער פונעם צייטונג אין שאדנס פארן בלבול, לויט ווי ער זאגט.

פארשלאפן,
דו האסט עפעס אונטערגרונד פאר די מעשה? וועלכע רבנים זענען געווען פאר\קעגן? האבן די אידישע ירחונים געשריבען איבער דעם סקאנדאל? וואס איז געווען די סוף?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 30, 2010 6:14 pm

באשטראפטע 'מאכילי טריפות' בשנת ת"ש
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 21&hilite=

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » מיטוואך אוקטובער 27, 2010 4:05 pm

איך האב געזען א בריוו פון הרה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל ווי ער שרייבט פאר הרה"צ מהרי"ם דושינסקי גאב"ד ירושלים זצ"ל אז הרה"ק מסאטמר האט אמאל געזאגט פאר איינעם אז אזוי ווי אין אמעריקא איז דאך אלעס כשר זאל ער מאכן א געשעפט פון טריפה פלייש וועט ער האבן שיין פרנסה ווייל דאס איז א יקר המציאות
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך אוקטובער 27, 2010 4:20 pm

און דעם לינק http://www.hebrewbooks.org/36220 האבעך געזעהן א ביטערע מעשה נעבעך.

א איד וואס האט געהאט א בארבער שאפ און געשוירן קעפ (און מסתם אויך בערד) האט נישט געהאט די בעסטע צייטן אין געשעפט, איז ער געווארן א שוחט... א רבנישע ארגאנאזאציע האט געהערט דערוועגן האבן זיי אים געשיקט א שטרענגע בריעעו אז ער זאל זאפארט אויפהערן שחט'ן. אבער דעם עם הארץ האט נישט געקענט ליינען קיין לשון הקודש, האט ער אוועקגעלייגט דעם בריעוו ווי גארנישט וואלט געווען.
לימים האט מען געזוכט אין א שטעטיל א רב, און אזוי ווי דער "שוחט" האט געהערט האט ער אנגעטראגן זיין קאנדיטאטור. קומענדיג צו די ראשי הקהילה האבן זיי אים געפרעגט, איר האט סמיכה? זיכער האט ער געזאגט, ארויסנעמענדיג דעם בריעוו אויף לשון קודש.... נישטא וער ס'זאל לאכן!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 28, 2010 5:13 pm

געטראפן א היסטארישע מאווי-פילם פרעזענטאנציע פון די פירמע 'שטראה און גאלדבערג' איבער כשר'ע בהמה פלייש, גענומען אין ניו יארק אין די תר"ץ יארען, מען זעהט א שוחט שחט'ען, מאכען בדיקון אא"ו ביז צום פארקויפען אין די געשעפטן, זייר אינטערעסאנט!

http://www.archive.org/details/StoryofS1930

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2010 1:31 pm

די אידישע טשיקען מארקעט
http://chroniclingamerica.loc.gov/lccn/ ... abbi+Jaffe

א באריכט אין 'ניו יארק טריביון' וויאזוי קויפן הינדלעך צום שחיטה גייט צו, די פרויען קומען וועהלען די הינער פאר וועלכע דער סוחר בעט 17 צענט א שטיקל, פון דארט גייט מען צום שוחט, די צייטונג גייט דורך הל' שחיטה און וויאזוי ר' שלום אלחנן יפה קומט אפט באקוקען די חלפים.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21346
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 08, 2010 8:49 am

ערשטער ארעסט פארן פארקויפן טריפה אלס כשר:
צוגעלייגטע
nyt dec 29 1915 - kosher law.JPG
nyt dec 29 1915 - kosher law.JPG (87.35 KiB) געזעהן 3333 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21346
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מאי 13, 2011 8:57 am

די שוחטים שטימע:
http://www.hebrewbooks.org/47140
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » זונטאג מאי 29, 2011 2:08 pm

שמעתי פון הרב אהרן פלאהר בן הג"ר חיים אז ער האט אמאל געטראפן א עלטערער יוד און יענער האט איהם געזאגט דיין זיידע האט מיר געראטעוועט, ומעשה שהיה כך היה אז דער עלטערע יוד וואס איז נאך געווען א משמש ביים שינאווער רב איז געווען א חשובער שוחט אין אמעריקא בימים ההם און ס'איז געווען יידען וואס האבן נאר געוואלט עסן זיין שחיטה האט ער געהאט א זיגל בשר כשר וואס ער פלעגט לייגן אויף די פלייש וואס ער האט געשחט'ן. דער בעה"ב פון די שלאכט הויז האט געזען אז יענעם'ס פלייש פארקויפט זיך בעסער איז ער געקומען צו ר' אהרן פלאהר אין ספרים געשעפט באשטעלן א זיגל בשר כשר גענוי ווי יענעם'ס זיגל, האט ר' אהרן איהם געמאכט א זיגל בשר בשר, ותו לא מידי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21346
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 13, 2011 4:06 pm

JULY 23, 1926
Rabbinical Court Settles Toronto Kehillah Feud on the Kosher Question
JUDGMENT RENDERED IN UNIQUE CASE REFERRED BY CANADIAN COURT TO RABBIS’ JUDGMENT

Toronto -
(Jewish Daily Bulletin)
A decision on the kosher meat question which was brought before the High Court of Ontario in a civil suit of a Jewish butcher against the Kehillah was made known here in a unique case when the Canadian court referred the matter for rabbinical decision.
The butcher, Cohen, whose wares were declared "treipha" asked for $5,000 damages. On the recommendation of Justice Wright, the matter was referred to a rabbinical court consisting of three representatives of the Union of Orthodox Rabbis in the United States and Canada, with headquarters in New York. The rabbinical court, consisting of Rabbi Israel Rosenberg, Rabbi Joseph Kanowitz and Rabbi Sefer, after a sitting which lasted eight days, ruled that a majority of rabbis in any given community has the right to consider as "treipha" such meat as was not slaughtered under their supervision.
In the particular case under consideration the rabbis ruled that Cohen is not entitled to the damages claimed.
In the future all rabbis must belong to the Kehillah and act jointly. A decision of the majority of the rabbis should be considered binding in all religious matters.
The rabbis also drafted what was termed a peace document containing 22 clauses dealing with ways and means to affect a working agreement and peace between the rabbis and the Kehillah. Rabbi Weinrib, the oldest rabbi of Toronto, was appointed chairman of a rabbinical committee for one month during which the reorganization of a joint Kehillah in Toronto is to be effected.

http://archive.jta.org/article/1926/07/ ... r-question
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יולי 14, 2011 5:07 am

איך האב אמאהל געליינט א מעשה אז אמאהל איז א פארצייטישע אידענע אנ'אימיגראנטקע אין נעוויארק
געקומען צום רב מיט א פארטרפנטע מעסער
פרעגט זי דעם רב וואס טוט מען יעצט
זאגט דער רב היתכן א אידענע ווי אייך זאל נישט וויסען
מען נעמט די מעסער און ריקט עס אריין אין הארטע ערד...
זאגט זי יא רבי זיכער ווייס איך אבער ווי טרעפט מען דא אין די טריפה'נע אמעריקא אביסעל כשר'ע ערד....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דאנארשטאג יולי 14, 2011 12:35 pm

גוט געזאגט MSP

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21346
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 31, 2011 9:43 am

ווידעראמאל געפונען מיר א מחלוקה איבער כשרות הבשר, דאסמאל איבערן ועד הכשרות אין פעטערסאן ניו דזשערסי, צווישן ר' אליעזר שאטלאנד ז"ל נכד רא"צ פערלמוטער ראב"ד ווארשא און ר' זאב דוב ב"ר פסח דוד וועטענשטיין - וויטענשטיין ז"ל בעמח"ס נחמד למראה
http://HebrewBooks.org/2517
,נולד בבריסק דליטא
רב בתרס"ג בקליוולאנד אהייאו, בקהל עדת ישראל ברידגשפארט קאננעטיקוט, בלארענס מאס. ובפעטערסאן ניו דזשערזי
נפ' כ"ד תשרי שנת???
http://archive.jta.org/article/1930/07/ ... hodox-jews
http://archive.jta.org/article/1930/08/ ... n-paterson
מ'גייט צו ד"ת
http://archive.jta.org/article/1930/09/ ... e-dintorah
מ'מאכט א פשרה, שווער צו גלויבן אז די צוזאמענארבעט מיט די רעפארמער זאלן האבן בכלל געארבעט
http://archive.jta.org/article/1930/12/ ... th-dispute
פלאקערט צוריק אויף:
http://archive.jta.org/article/1932/07/ ... terson-n-j
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » מאנטאג ינואר 09, 2012 4:40 pm

א משגיח איז שוין געווען א גאנצע יוחס אז מ'האט עס ארויף געשטעלט אויפן זיגל
צוגעלייגטע
IMG_1744.JPG

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 09, 2012 4:49 pm

זאמלער האט געשריבן:א משגיח איז שוין געווען א גאנצע יוחס אז מ'האט עס ארויף געשטעלט אויפן זיגל


ר' חיים אלטר פריעדמאן איז געווען א רב בק' ברית שלום - בני יצחק אין ניו יארק, זעה זיין מציבה און נאך פרטים:
http://kevarim.com/rebbe-chaim-alter-friedman-2/

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג ינואר 10, 2012 4:12 am

העט ער דאך געזאלט שרייבען אויף זיין חותם רב דק"ק ברית שלום- בני יצחק?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 10, 2012 9:44 am

מסתם איז דאס א זיגל וואס ער האט גענוצט אין די בוטשערס געבנדיג זיין השגחה אדער איז ער הערשט אויפגענומען געווארן אלס רב דארט שפעטער, דא האט איר דעם זיגל ווי עס ווערט יא דערמאנט זיין רבנות:
http://www.hebrewbooks.org/30695

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21346
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 10, 2012 2:55 pm

בשר כשר אין פיטסבורג בהשגחת הרב הכולל דניו יארק והרב ר' משה שמעון זיוויטץ האב"ד דקהל הנ"ל:
צוגעלייגטע
בשר כשר פיטסבורג.JPG
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך ינואר 11, 2012 7:41 am

זעהט אויס אז דער שוחט איז אויך געווען דער בוטשער
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג ינואר 13, 2012 1:01 pm

אין לאנדאן האט אמאל ר' יחזקאל אבראמסקי זצ״ל אראפגענומען זיין השגחה ווייל ער איז געוואר געווארן אז דער בוטשער איז א מחלל שבת האט דער בוטשער אים גענומען אין קאורט מיט טענות אז שבת און כשרות האבן נישט קיין שייכות האט ר' יחזקאל געזאגט פארן ענגלישן שופט אז אין א דעמאקראטישע מדינה האט קיינער נישט קיין רעכט איהם צו אינטיילען וועם ער זאל טראסטן האט ער זיך אזוי ארויסגעדרייט פונעם פלאנטער.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט