טוישען די באנוץ פון א קירכע בנין צו להבדיל א בית המדרש!!

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

טוישען די באנוץ פון א קירכע בנין צו להבדיל א בית המדרש!!

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 21, 2010 4:19 pm

(היסטארישער- מנהגים פרעספעקטיוו)

(כ'האב מסופק געווען ווי די אשכול באלאנגט, ווייל עס באריערט סיי מנהג און סיי היסטאריע, אבער דערווייל האב איך אנגעפאנגען דא, און אז די חשובע חבירים דא וועלן האלטען אז עס באלאנגט און ידיעות התורה וועט מען מאפן!!)

דורך די יארן האב איך זעך אסאך אנגעקלאפט און בילדער פון בתי מדרש וואס זענען פארדעם געווען א קירכע להבדיל, און מיט די צייט איז עס געווארן געטוישט פאר א בית המדרש, און כ'האב באמערקט א אינטערעסאנטע זאך, די בילדער פון די בנינים ווען זיי זענען שוין געווען בתי מדרש, ווייזען אז די בנינים זענען געווארען גענדערט פון ווען זיי זענען געווען א קירכע להבדיל!

געווענדליך האט מען אראפ גענומען די גרויסע שפיטץ וואס דאס איז געווען די סימבאל פון א קירכע!
(אזוי ווייט אז איינע פון די תקנות און מיהאלעוויטץ, איז געווען אז מען טאר נישט בויען א בית מדרש מיט א שפיטץ, ווי די משכילים האבן געמאכט כדי אז עס זאל זיין ענדליך צום גוי)

איך בין נישט זיכער אז דאס איז וועגן די טויש, און דאס איז געווען די היתר אויף צו ניצען א מקום טומאה פאר להבדיל א מקום קדוש, אדער ס'קען זיין סתם פראקטיש ווייל די בנינים זענען פשוט געווען אלט און די שפיטץ – זייענדיג די שוואכסטע חלק פונעם בנין - איז שוין געווען צו שוואך צו בלייבן.

די סיבה וואס מאכט מיך טראכטען אז עס איז נישט צוליב שוואכקייט, איז די פאקט אז אסאך קירכעס, פון יענע צייט שטייען נאך היינט, און זיי האבן נאך די שפיצטן שטאקען הויעך, אבער עס קען אויך זיין אז זיי זענען יא געווארן שוואך מיט די יארן, נאר ביי די קירכע איז עס וויכטיג האט מען עס פאראכטען, משא"כ להבדיל א בימה"ד ווי עס פעלט נישט אויס - אדער איז גאר א פראבלעם - האט מען עס ענדערשט אראפגענימען!!

איך וועל לייגען דא עטליכע סעריעס פון בילדער פון מיינע ארכיווען, בנינים וואס זענען געווען א קירכע און שפעטער א בימה"ד, וירא הקהל וישפוט!!

נאך איין זאך, די עולם וועט באמערקען אז ווען איך שרייב, ניץ איך די אות "ע" מער ווי געווענדליך, זאל דער עולם נישט זיין בייז, ווייל איך בין נישט א פראפעשענעל שרייבער, און כ'ווייס נישט אלץ די פונקטליכע "ספעלינג" (סיי ווי סיי איז די שפראך אידיש מער ווייניגער "פרי פאר אלל" ווען עס קומט צו ספעלינג און גרימאטיק), און זייענדיג א אפשטאמיגער פון יוצאי הגר, לייד איך אויף דעם אות!!!!! זייטס מיר מוחל.

העכסטענס בשעת איר ליינט טראכטס אז אז א "הגר אפשטאמעדיגער" שרייבט וועט אייך זיין גרינגער אויפן הארצען!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג יוני 21, 2010 6:19 pm

ישנו תשובה בענין זה מהרה"ק מסאקמיר קודם המלחמה נדפס בליקוטי טיב לבב, ידעתי שיש הרבה תשובות בענין זה, אבל זה הספר אינו מפורסם כל כך, ולא יעלה על הסערטש ענדזשיןס
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21571
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 21, 2010 6:26 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אין די שפעטערדיגע יארן האט ר' מרדכי צבי אנגענומען א רבנות פאסטן אין איינע פון די לאנדאנער קהילות, דערנאך אין א קליינע געגנט אין ענגלאנד פאר ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא בשנת תרפ"ט ווי ער איז גערופען געווארן דורך עטליכע קהילות אין קליוולאנד, אהייאו משמש צו זיין ברבנות.
.



דער נאמען פון דער שטעטל אין ענגלאנד ווי ר' מרדכי צבי איז געווען רב איז 'הולל' (HULL), זייענדיג דארט איז ער געווארן אריינגעצויגען אין א מחלוקה מיט די אפיציעלע רבנות אין ענגלאנד, נאכדעם וואס ער האט גע'אסר'ט אריינצוגיין אין א שוהל וואס מען האט איבערגענומען פון א קירכע וואס לויט די אינפארמאציע איז אונטער דעם אויך געווען א בית הקברות פון אריבער 300 גויאישע פגרים.

דער ארטיגער פריערדיגער רב האט דאס געהאט מתיר געווען, אבער ר' מרדכי צבי האט געפסקנט לאיסור און ער האט געשיקט די שאלה צו עטליכע רבנים איבער די וועלט, צו זיין זייט האט ער באקומען א פסק לאיסור פונעם בי"ד אין ווארשא און אויך פון דעם גרויסען ראגאטשאווער גאון זצ"ל, די תשובה פון ראגאטשאווער גאון איז שפעטער געדרוקט געווארן אין שו"ת צפנת פענח חלק ב' סי' כ"א, דער גאון שרייבט דארט גאר שארף לאיסור עיי"ש.

די מחלוקה האט אבער למעשה געווירקט אויף ר' מרדכי צבי איבערצולאזן דאס רבנות דארט אין ענגלאנד און קומען קיין אמעריקא, ווי אויבן דערמאנט.

(תשוח"ח לנכדו על המידע והתשובה)
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21571
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 21, 2010 6:30 pm

ספר להבדיל בין הטמא ובין הטהור בענין הנ"ל, שי"ל ע"י ר' מרדכי צבי בהיותו אב"ד האלל באנגליא.[/quote]
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 23, 2010 11:05 pm

די אלע הערות זענען דן צו זיין איבער די ענין איבערצודרייען פון א טומאה צו להבדיל קדושה בהלכה, דאס געהער לדעתי צו ידיעות התורה, אבער דאס וואס איך וויל דא רעדען איז נאר בעיקר די איין אינטערעסאנטע פאקט פון מאכן א שינו אינעם עצם הבנין, עפעס אזא זאך ווי שינו קונה, און איך וויל בעטען אנדערע וואס ווייסן פון א פלאץ ווי מען האט געטוישט פון א טומאה צו להבדיל קדושה, זאל מען נאכקוקען צו עס זענען דא בילדער, און צו מען קען זעהן צי מען האט משנה געווען.

די ערשטע וואס איך וויל רעדן, איז די בנין וואס מען האט שוין בהאנדעלט אביסל, דאס איז די בנין וואס איז היינט די קלויזענבורגער תלמוד תורה.

620 bedford היינט.bmp
620 bedford היינט.bmp (228.68 KiB) געזעהן 3936 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 23, 2010 11:10 pm

די בנין האט אנגעהויבן געבויט ווערן, אין סעפטעמבער 25 1895 דאס הייסט תרנ"ה, און עס איז פארטיג געווארן סעפטעמבער 6 1896אדער תרנ"ו (דאס הייסט אז עס האט געדויערט וויניגער ווי א יאר דאס בויען !! סתם אינטערעסאנט, היינט צו בויען אזא בנין העט ווען געדויערט ווייסעך ווי לאנג) עס איז געבויט געווארן פאר א קירכע.

1895 בעדפארד יוס.jpg


די איבריגע איז אויסגעמעקט זעהט אויס עס איז געשטאנען עפעס פונעם קירכע!

דעמאלטס האט די בנין געהאט א ריזיגע שפיטץ, עטליכע שטאק הויעך!

620 bedford קירכע.jpg
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דאנארשטאג יוני 24, 2010 11:53 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 23, 2010 11:13 pm

מארטש 16 1916 אדער תרע"ח האט די קהילה "בני ישראל" אבגעקויפט די בנין.

און ניו יארק טיימס, דאטום אוגעסט 24 1916 איז באריכטעט אז "קאנגרעגעשאן בני איזריעל" האבן אריינגעגעבן פלענער אויפן די בנין ווי עס איז געווען די קירכע, "בעדפארד קאר. הויס סטריט", (אינטערעסאנט איז אז פונעם לשון דארט זעט אויס אז מען האט געפלאנט צו מאכן א נייע בנין! זיי זאגען פלענער פאר "אויפשטעלען א בית מדרש אויפן "סייט" פונעם קירכע". אזוי אויך די פרייז פון 180,000 קוקט אויס ווי א נייער בנין)
צו בויען בני שראל.gif
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דאנארשטאג יוני 24, 2010 11:48 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 23, 2010 11:24 pm

אין טיימס פון סעפטעמבער 18 1916, שטייט שוין די חנוכת הבית, דארט שטייט קלאר אז עס איז אן ארטאדאקסישע קהלה. אויך שטייט אז הרב פיליפ קליין (פון אוהב צדק) האט אין זיין דרשה געזאגט אז דאס איז די שענסטע שול אין ברוקלין!!, נאך א קליינע ראזשינקע שרייבט די טיימס, אז די לעדיס אקזילערי (דארט געריפען די "סיסטערהוד" בלע"ז) האט מנדב געווען די ארון הקודש.

620 bedford בני ישראל חנוכת הבית.gif
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 23, 2010 11:28 pm

און די בוך "די זשואיש קומיונעל רעדזיסטער אף ניו יארק" יארע 1917-1918 (די בוך איז ארויסגעגעבן געווארען דורך "די קהילה אף ניו יארק", באלד מער וועגן די ארגענעזאציע) ווערט די שול דערמאנט אינעם ליסטע. דארט שטייט אויך אז עס איז א ארטאדאקסישע קהלה מיט 120 מעמבערס, 1100 זיץ פלעצער, וכו', און דער אונגארישער יעקב לארענס פון 117 קליימער סטריט איז די פרעזידענט, און אהרן רובענשטיין פון 77 לי עוו. (היינט "זעלדע'ס טרימינג" - מיט דעם באוווסטן שמערעל גרינבערג -) איז די סעקרעטאר!!

1970  -בני ישראל.gif
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 23, 2010 11:38 pm

דעמאלטס איז די שפיטץ היפש נידריגער ווי ביים בויען!!

620 bedford בני ישראל 2.gif


(די ארגענעזאציע "די קהילה אף ניו יארק" איז אן אינטערעסאנטער זאך פאר זיך וואס עס איז כדי זיך אפשטעלען און אביסען אויסשמיסן, עס איז געגרינדעט געווארען און יאר 1908 און האט געדינט ווי אן אפטיילונג פון די מער באַוווסטע "אמעריקען זשואיש קאמיטי", זיי האבן זיך אבגעגעבן מיט אסאך זאכן רוחניות'דיגע ווי כשרות, מילה, גיטין, תלמוד תורות, שמירת שבת וכדו', און אויך גשמיות'דיגע זאכן ווי פרנסה פאר די נייע אימעגראנטען, צוזאם ארבייט מיט די פאליציי וכדו'.

און די יערליכע ריפארטס פון די "אמעריקען זשואיש קאמיטי" אנגעהויבן פון יאר 1911-1912 ביז 1920-1921 איז דא א ריפארט פון "די קהילה אף ניו יארק" צו די "אמעריקען זשואיש קאמיטי", דאס דינט ווי א דין וחשבון פון די פעלות פון די "קהילה", פאר איר מוטערארגענעזאציע די " אמעריקען זשואיש קאמיטי".

עס איז נישט געווען ממש אן ארטאדאקסישע ארגענעזאציע, אבער עס קוקט אויס פון די באריכטען אין די יערליכע ריפארטס צו די "אמעריקען זשואיש קאמיטי" אז זיי זענען געווען מער אויף די פרומע זייט.

אזוי אויך די פרעזידענט פון די "קהילה" דר. ראביי יהודה לייב מאגנעס, וואס כאטשיג ער איז אפציעל געווען א רעפארם רב, האט ער שטענדיג געהאקט אויף רעפארם, אזוי ווייט אז ער האט אויפגעזאגט זיין רבנות און די באוויסטע רעפארם קהילה" עמנואל"(מיט די גרויסע טעמפעל אויף פיפט עוו.), ווייל ער האט פארלאנגט מער פרומקייט, אזוי אויך און יאר 1914-1915 איז דא א פארשלאג צו מאכן א עקסטערע אפטיילונג און די "קהילה" פאר ארטאדאקסישע קהילת.

די "קהילה איז אנגעגאנגען ביז יאר 1922. (עס איז אויך געווען אזא "קהילה" און פילעדעלפיע))

ערגעץ שפעטער האט עס קלויזענבורג אפגעקויפט (איך ווייס נישט ווען) און געמאכט דערפון א מיידל שול.

ווען קלויזענבורג האט גענדיגט בויען זייער נייע בנין אויף בעדפארד קאר. לינטש, האבן זיי אנגעפאנגען ניצען די בנין פאר א תלמוד תורה.

היינט איז בכלל נישט דא קיין שפיטץ, אפ' די שפיטץ אינמיטן בנין איז אראפ געבראכען, עס זענען דא וואס זאגען אז דאס איז וועגן די אונגארישע תקנות, אנדערע זאגן אז פרעמדע האבן עס אראפ געבראכן ווייל עס איז געווען א מגן דוד ווי מען זעהט אויפן בילד, אבער דאס איז נישט מסתבר ווייל עס האט סיי ווי נאך איינס אינדערמיט איז פארוואס האט מען יענס נישט אראפ געבראכען?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יוני 24, 2010 12:33 pm

נאך א אינטערעסאנטע זאך וואס כ'האב געטראפען ביים פארשען די קהילה "בני ישראל", איז א באריכט אין טיימס פון יאר 1921 איז א שרעקליכע טראגעדיע וואס האט פאסיערט מיט א מעמבער פון די קהילה, ומעשה שהי' כך הי'.

איינער א דר. אברהם גליקשטיין וואס האט געווינט אויף 535 בעדפארד (דאס איז היינט די הויז פון די סאטמערער רבי ר' זלמן לייב, אדער די נייע שול) איז געשאסען געווארען דורך א פרוי!! די לווי' האט געדארפט ארויסגיין פון זיין הויז, און איידער עס איז ארויס, איז זיין מאמע געקומען זיך געזעגענען, זי האט אזוי גענומען די טראגעדיע צום הארצען און געזאגט: "די וואלסט געדארפט גיין אויף מיין לווי' און דערוואל בין איך ביי דיין לווי', איך קען נישט בלייבן איך מוז גיין מיט דיר" דערנאך איז זי צוזאם געפאלען אין איז ל"ע אוועק אויפן פלאץ!

די לווי' וואס איז שוין ממילה געווען א גרויסע מצב מיט אזויפיל ווי 2000 מענטשען!! ווייל די דר. איז געווען זייער פאפיולער, עס האבן זיך געפונען דארט 45 פאליס לייט, זיי האבן קוים געקענט האלטען ארדענונג, די לווי' איז געווארן אפגעשטיפט אויף 3 שעה, ווען די לווי' איז למעשה געווען זענען געקומען אזויפיל ווי 4000 מענטשען!! דארט שטייט נאך אינטערעסאנטע זאכן!

1.gif

2.gif

3.gif

4.gif

5.gif
5.gif (17.12 KiB) געזעהן 3797 מאל

6.gif

7.gif

8.gif

9.gif
9.gif (4.89 KiB) געזעהן 3796 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יוני 24, 2010 12:49 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:די ארגענעזאציע "די קהילה אף ניו יארק"


פארשענדיג די "קהילה", איז מיר אויסגעקומען צו זעהן די אנטעסעמיטישע בוך פון דעם רשע, דער פארשאלטענער אנטעסעמיט "הנרי פארד" ימ"ש וזכרו, די גרינדער פון "פארד קאר קא." , די בוך הייסט " די אינטענעשענעל איד".

דארט צווישען אנדערע בילבולים שקרים און סתם הוידל בוידל שרייבט ער "צוויי!! קאפיטלעך" וועגען די "גרויסע סכנה פון די "קהילה און ניו יארק" פאר די וועלט.

אז איינער קוקט נאר אריין און דעם בוך איין מינוט, פאנגט אים אן אזוי עקלען דעם רשע, אז עס קומט ממש צו ברעכען, כ'האב ממש געשווירען אז איך וועל זיך מער נישט אריין זעצען אין א קאר וואס טראגט זיין פארשאלטענעם נאמען! די ענין איז שוין באהנדעלט געווארן און א אנדערען אשכול אבער כ'האב זיך נישט געקענט איינהאלטען! סארי.

ימח שמו וזכרו ונימח זכרו מלהזכירו אמן ואמן
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 24, 2010 1:00 pm

יישר-כחכם הרב אריבער, זייער אינטערעסאנט און באלערנד.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג יוני 24, 2010 1:04 pm

א גרויסן ייש''כ זייער אינטערעסאנט.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יוני 24, 2010 1:09 pm

איך האב נאכנישט עספיעט אויסצוליינען דעם אשכול אויף ביז אהער, אבער בעפאר אלעם וויל איך אנמערקן אז דער בית המדרש הגדול לויט ווי אייזנשטיין שרייבט אין אוצר זכרונותי איז עס געווען א קלויסטער בעפאר בית המדרש הגדול האט עס אפגעקויפט פאר $45,000
צוגעלייגטע
beth medrish hagudel.JPG
BHgodel2.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג יוני 24, 2010 1:12 pm

בן בוזי: וועגן ביהמ"ד הגדול איז געווען פארשידענע מחלוקת דא אין ניו יארק, זעה אין רב הכולל בוך ווי ער ברענגט די מעשה.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יוני 24, 2010 1:32 pm

און איצטער 'לכתחלה אריבער' קומט אויף מיר די רייע אייך צו גראטולירן אויף אייער הערליכע ארבעט און פארשונג, איך האב עס געלעזן און שטארק הנאה געהאט. כה יתן ה' ויוסיף הלאה בהצלחה רבה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21571
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 24, 2010 2:36 pm

דער ברוקלין איגעל באשרייבט די "עקשטיין" צערעמאניע פון די קירכע ביי בעדפארד היוז:
צוגעלייגטע
.JPG
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » דאנארשטאג יוני 24, 2010 3:08 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:דורך די יארן האב איך זעך אסאך אנגעקלאפט און בילדער פון בתי מדרש וואס זענען פארדעם געווען א קירכע להבדיל, און מיט די צייט איז עס געווארן געטוישט פאר א בית המדרש,

לויט ווי עס קוקט אויס פון דיין רייכן שטודיע, זעט נישט אויס אז דו האסט זיך בטעות אנגעקלאפט אין די בילדער, נאר ענדערש "לכתחילה אריבער" אפירזוכן פארן ציבור די אינטערסאנטע אינפארמאציע.
יישר כח, גיי ווייטער אן מיט הצלחה
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יוני 24, 2010 9:04 pm

עס איז אויך געווען באריכטעט די "גרנדשטיין לייגעריי" און טיימס, כ'האב געטראכט "לכתחילה" עס נישט צוברענגען, אבער אז הרב פארשלאפען האט שוין געברענגט פונעם "איגעל" שוין איז נאט אייך!!
קירכע.gif

פישל האט געשריבן:לויט ווי עס קוקט אויס פון דיין רייכן שטודיע, זעט נישט אויס אז דו האסט זיך בטעות אנגעקלאפט אין די בילדער, נאר ענדערש "לכתחילה אריבער" אפירזוכן פארן ציבור די אינטערסאנטע אינפארמאציע.
יישר כח, גיי ווייטער אן מיט הצלחה

ישר כח פאר די קאמפלימענט, אזוי אויך פאר אלע אנדערע גוטהארציגע חבירים דא,

הרב פישל די וועסט דא דארפן ניצן דעם אגודל, און מאכן אזא פשעטל "לעולם" (גיב א דריי) ביסטו גערעכט אז די אינפארמאציע האב איך געפארשט פארן חשובן עולם דא, "נאר וואס" די בילדער האב איך שוין לאנג, און אין זיי האב איך זיך אנגעשטויסען!! צו שווער, גיט וועסט עס פארשטיין ביי חזרה!
נא, ווער נישט באליידיגט, איך מאך נאר א ווערטל איך ווייס די כאפסט שנעל!!

און יעצט א מעלדונג: (מער נייעס נאך די עדווערטייזמענט)
חברה האלטס ענק געשפאנט, ס'קומט נאך סחורה!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג יוני 24, 2010 11:20 pm

איך מיין די שול פון די בני ספרד אויף 46 און 12 איז אמאל געווען א קלויסטער להבדיל, און זיי האבן א זאל און אסאך יודען גיין נישט דארט צוליב דעם
וידוע מהרבה שלא רצו לילך במקום שהי' שם טומאה, ומקשים עליהם מעתידים בתי קרקיסאות ובתי טרטיראות, וכו'
ומיישבים משום אז יהי' רוח הטומאה אעביר מן הארץ
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג יוני 25, 2010 5:57 am

והוא פלאי האט געשריבן:אסאך יודען גיין נישט דארט צוליב דעם


איך האב א חבר וואס זיין תנאים ליינען איז געווען אין בעדפארד פערעדייס, וואס דאס איז אונטער די קלויזענבורגע בנין, און ער האט גערופן א געוויסן רב בישראל צו ליינען תנאים, האט ער נישט געוואלט אריינגיין, מען האט דעם גאנצן עולם אריבערגעפירט אויף א קורצע וויילע צו א דערנעבנדיגע שול צום תנאים ליינען, איך האב אבער אלץ געמיינט אז דאס איז אלס דעם וואס ס'איז געווען א רעפארם שול.

ס'זעהט אויס אז ס'איז נאר א חומרא, ווייל למעשה כמעט וואס מענטשן האלטן זיך נישט צוריק פון אהינגיין.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג יוני 25, 2010 6:08 am

אין בעדפארד פאראדייס דאכצעכמיר האבן געוויסע אידן א פראבלעם אריינצוגיין ווייל ס'איז אמאל געווען א אידישע טיאטער, וואס פלעגט אפילו זיין אפען יו"כ ר"ל,
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג יוני 25, 2010 6:14 am

לייבי, האסט געליינט פון אנהויב אשכול?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אפריל 11, 2011 12:07 pm

א ביטער געלעכטער
צוגעלייגטע
image017.jpg
image017.jpg (34.36 KiB) געזעהן 3485 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 11 געסט