בלאט 63 פון 67

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 11:11 am
דורך farshlufen
וואו האסטו געשטעלט?

אנשולדיגט, איך האב נישט באמערקט.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 11:21 am
דורך farshlufen
א"כ, לאמיר צוענדיגן.

ס'איז מענין לענין באותו בנין
פון די מארסי זייט
Capture.JPG
Capture.JPG (133.24 KiB) געזעהן 2150 מאל

--
צוריק צו פארפרוירן.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 12:07 pm
דורך פארפרוירן
אפשר נישט געווען גענוג מערקבאר, לאמיר עס נאכאמאל ארויפלייגן. דער בנין שטייט נאך געהעריג בתפארתו.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 12:33 pm
דורך farshlufen
אוי, דו, עמממם, דערמאנסט מיך אז דער בילד איז שוין פון לאאאאנג דא געווען.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 12:52 pm
דורך פארפרוירן
אנטשולדיגט, האבעך נישט אויפגעפאסט.
לאמיר כאפן א בליק אויף א אידישע שטוב, דער בנין שטייט נאך און האט דעם זעלבן געשטעל ווי אמאל.
Hmh.jpg
Hmh.jpg (6.86 KiB) געזעהן 2092 מאל

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 4:34 pm
דורך farshlufen
איז אבער פארהאן צענדליגע אזעלכע 6 פאמיליע בנינים איבער די לענג און ברייט פון ווילי המעטירה, פון וואנעט זאל איך וויסן פון וועלכער איר האט געשטעלט דאס בילד?

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 7:05 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
https://www.google.com/maps/@40.7047571 ... authuser=0
קוקט נישט אויס ווי דאס, אויפן בילד האט די דאך א אנדערע דיזיין, העמיר גיין זיכן נאך

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 7:07 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
https://www.google.com/maps/@40.7043092 ... authuser=0
אקעי, קוקט אויס ווי דאס,
https://www.google.com/maps/@40.704212, ... authuser=0
אויפן בילד איז דא רעכטס א איין שטאקיגע בילדינג, אפשר איז די רויטע אמאל געווען איין שטאק?

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 8:17 pm
דורך שאינו יודע
farshlufen האט געשריבן:וואלטאן:
https://goo.gl/maps/JJk5MH8XjkheuRgB7


;l;p-
וואס איז די מעשה מיט די בנין ביים עק גאס? מען האט אראפגעשניטן א חלק? ווייל עס קוקט אויס אלט

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 9:22 pm
דורך פליגל
וואס מיינסטו מיט'ן אפשניידן? פון די הייעך אדער די ברייט?

אל כבוד הרב פארשלאפן אדער הרב פארפרוירן, אויב קענט איר ביטע נאכקוקן אין יענע ארכיוון און באשטעטיגן אז דאס איז טאקע דער טרעבישאנער בנין וואלט דאס מיר געווען א שטיקל טובה, ווייל לבי נוקפי אז דאס איז עפעס נישט דער בנין. אסאך פרטים ארום שטימען גראדע יא, ווי צב"ש די מספר הבנינים רעכטס ביזן קארנער שטימען, הגם נישט אין אויסזען. אבער די געשטעל פונעם בנין קוקט אויס אויף גוגל מער צעפלאטשיקט ווי דער אויפן ארכיוון בילד. און ווי אויך קען מען נישט עכט זען אויב די יוניאן עוו איז שיעף אדער גראד, עס קוקט אויס גראד.

אגב (איינער האט דאס דערמאנט פריער) דער עולם ווייסט אפשר נישט, יוניאן עוו פלעגט נאר לויפן פון בראדוועי ביז דריגס. אזוי פרי ווי תרפ"ד זעט מען פון בילדער פון דערהייעך ווי עס לויפט נאר אויף דעם שטרעקע. אבער אום תשי"א זעט מען שוין ווי יוניאן לויפט שוין ביז פלאשינג, דאס הייסט אז ערגעץ אינצווישן האט מען אויסגעהאקט עטליכע גאסן און אריינגעשניטן דערינען.

אין דעם וועט זיך אויך ווענדן ווען די בילדער זענען געכאפט געווארן.

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 8:08 am
דורך פארפרוירן
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:https://www.google.com/maps/@40.7047571,-73.9513896,3a,75y,164.4h,112.58t/data=!3m6!1e1!3m4!1sg5ROd5IkUN7b87fAmtOhpA!2e0!7i13312!8i6656?hl=en&authuser=0
קוקט נישט אויס ווי דאס, אויפן בילד האט די דאך א אנדערע דיזיין, העמיר גיין זיכן נאך

צוגעטראפן! דער בנין איז Heyward St. 252, עס איז אינטערעסאנט אז דער נעקסטער בנין זעט אויס ממש ווי דעם בילד, וואס מאכט טראכטן אז מען האט געבויט אינאיינעם די צוויי בנינים, אבער פון אויבן איז עס אינגאנצן אנדערש. דער בנין איז שוין לכאורה געווארן גענצליך רענאווירט, און עס דערקענט זיך גארנישט אז עס איז דער זעלבער בנין, חוץ פון אויבן זעט מען אז עס איז נאך ווארשיינליך דער זעלבער סטרוקטור.

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 8:11 am
דורך פארפרוירן
פליגל האט געשריבן:אל כבוד הרב פארשלאפן אדער הרב פארפרוירן, אויב קענט איר ביטע נאכקוקן אין יענע ארכיוון און באשטעטיגן אז דאס איז טאקע דער טרעבישאנער בנין וואלט דאס מיר געווען א שטיקל טובה, ווייל לבי נוקפי אז דאס איז עפעס נישט דער בנין. אסאך פרטים ארום שטימען גראדע יא, ווי צב"ש די מספר הבנינים רעכטס ביזן קארנער שטימען, הגם נישט אין אויסזען. אבער די געשטעל פונעם בנין קוקט אויס אויף גוגל מער צעפלאטשיקט ווי דער אויפן ארכיוון בילד. און ווי אויך קען מען נישט עכט זען אויב די יוניאן עוו איז שיעף אדער גראד, עס קוקט אויס גראד.

בילד

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 8:18 am
דורך פארפרוירן
גיימיר ווייטער, דער בנין שטייט שוין נישט, ובמקומו איז פארהאן א בנין מיט א מקום קדוש.
דער צווייטער בנין רעכטס שטייט נאך.
Kln.jpg
Kln.jpg (25.55 KiB) געזעהן 1870 מאל

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 10:08 am
דורך דממה דקה
די בנין אין די בעק זעהט אויס ווי הצלחה-עפל באנק

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 10:13 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
דאס איז קענט קארנער ליטעל נעסאו אין די בעק פון די געוועזענע ראוז קעסטל, די קארנער בילדינג איז נישט קיין מקום קדוש, אפשר א מנין פרייטיג צו נאכטס ביי איינעם אינדערהיים, רעכטס פון דעם וואס מזעהט נישט איז א מקום קדוש (דזשעליחוב) די שטיקל דאך וואס מזעהט רעכטס שטייט נאך היינט פונקט אזוי

https://www.google.com/maps/@40.6977826 ... authuser=0

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 10:19 am
דורך פארפרוירן
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:דאס איז קענט קארנער ליטעל נעסאו אין די בעק פון די געוועזענע ראוז קעסטל, די קארנער בילדינג איז נישט קיין מקום קדוש, אפשר א מנין פרייטיג צו נאכטס ביי איינעם אינדערהיים, רעכטס פון דעם וואס מזעהט נישט איז א מקום קדוש (דזשעליחוב) די שטיקל דאך וואס מזעהט רעכטס שטייט נאך היינט פונקט אזוי

https://www.google.com/maps/@40.6977826 ... authuser=0

גערעכט! וטעיתי, כ'האב געמיינט אז ס'איז די אנדערע זייט דארט וואו דער ביהמ"ד איז.

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 10:38 am
דורך farshlufen
און וואו איז דאס?

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 2:24 pm
דורך דממה דקה
דזיקוב?

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 2:30 pm
דורך farshlufen

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 2:56 pm
דורך פארפרוירן
Rl - Copy.jpg
Rl - Copy.jpg (43.32 KiB) געזעהן 1729 מאל

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 3:03 pm
דורך דממה דקה
לעפקאוויטש גראסערי

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 4:18 pm
דורך פארפרוירן
ריכטיג

אצינד, כ'געדענק נישט אויב שוין דא געווען, אויב יא דאן זייט מיר מוחל.
FH.jpg
FH.jpg (26.63 KiB) געזעהן 1713 מאל

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 4:22 pm
דורך דממה דקה
Flushing Harrison marcy

געשריבן: דאנארשטאג יוני 27, 2019 9:20 am
דורך פארפרוירן
דממה דקה האט געשריבן:Flushing Harrison marcy

ריכטיג!
און יעצט לאמיר שפאצירן א משהו ארויס פונ'עם טשאלנט טאפ, די ביידע בנינים שטייען נאך
Pc.png
Pc.png (743.07 KiB) געזעהן 1671 מאל

געשריבן: דאנארשטאג יוני 27, 2019 9:31 am
דורך בסד
Flushing?