בילדער פון וויליאמסבורג, פארדעם/נאכדעם
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
בילדער פון וויליאמסבורג, פארדעם/נאכדעם
שלום עליכם טייערע פריינד!
קום איך יעצט פון באניהאד (ש ש ש ש נישט פארציילן פאר די גאווערנאר פון אריזאנע) און מיין גאלדענע אמעריקא קוקט נישט אויס ווי אמאל. בעיקר די הייליגע וויליאמסבורג האט זיך שטארק פארענדערט זייט מיין לעצטען באזוך, ממש נישט צום דערקענען. נייע בנינים, פרישע פעסטונגען, פונדאסניי געפלאסטערטע שטעגן, ס'בענקט זיך צום זיסן אמאל, די אלטע חן, אויב נישט פאר עכט כאטש אויף בילדער.
אין די (אדווערטייזונג) וועלט איז דא א געדאנק פון לייגן צוויי בילדער איינס נעבן צווייטן איינס פון "פארדעם" און איינס פון "נאכדעם" הנקרא בלע"ז before & after (ודיעטטע יוכיח)
לכן - וועגן דעם, שמעו נא רבותי חברים מומחים אויב וואלט געווען מעגליך צו מאכן אזא ווינקעל פון אזעלעכע סארט בילדער וואלט עס געווען מוראדיג אינטערעסאנט פאר די בנים יולדו, ווי אויך פאר אותן אשר ישנן פה עמנו היום.
ווי למשל:
1] לייגן איין בילד פון סאטמערע רבינ'ס הויז אויף בעדפארד מיט די ליידיגע שטחים ארום, און נעבן דעם א היינטיגס בילד פונעם זעלבען ווינקעל,
2] איין בילד פון ספינקא ביהמ"ד אויף קיעפ סט. מיטן תיפלה אויף ליע עוו. און נעבן דעם א בילד פון נאכדעם אחר שנעקרה ע"ז מעירינו.
3] פון די ליידיגע שטח אויף הופפער סט. נעבן די פייער סטעישאן, ובסמוך לו א בילד ווי עס שטייט די ביהמ"ד על תילו על אותו מקום.
4] פון ליע עוו. אדער בעדפארד עוו. פאר מ'האט געבויעט די הייוועי (געדענקסט נאך) און נאכדעם א בילד פון די זעלבען קוק ווינקעל ווי ס'קוקט אויס היינט.
ועוד ועוד (אנטשולדיגט פאר'ן דאפעלט לשון, ס'קומט מרבה זיין כל הדומה להני דכתיבי לעיל ) וכן הרבה.
אייער פריינד פון באניהאד

- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
הרב באניהאד.
ברוך הבא.
קומט אריין, הענגט אייך אויף דעם קאפעליטש, נעמט אייך א קאלטע גלעזעל משקה און מאכט אייך באקוועמט.
פון וועליכען רבי'ן רעדט אוהר?
פונעם דברי יואל אדער דער ברך משה?

ארום דעם רבין'ס הויז פלעגט זיין ליידיגע שטחים?באניהאד האט געשריבן:1] לייגן איין בילד פון סאטמערע רבינ'ס הויז אויף בעדפארד מיט די ליידיגע שטחים ארום, און נעבן דעם א היינטיגס בילד פונעם זעלבען ווינקעל,
פון וועליכען רבי'ן רעדט אוהר?
פונעם דברי יואל אדער דער ברך משה?
זאגט נאר, איר געדענקט נאך ווילי איידער מען האט געבויעט די הייוועי?באניהאד האט געשריבן:4] פון ליע עוו. אדער בעדפארד עוו. פאר מ'האט געבויעט די הייוועי (געדענקסט נאך) און נאכדעם א בילד פון די זעלבען קוק ווינקעל ווי ס'קוקט אויס היינט.
the SCY is the limit
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
ישר כוח פאר קלעריפייען.
יעצט איז מיר נאך אינטערעסאנט צו הערען זיין ענטפער אויף מיין צווייטע שאלה.
איך גראדע געדענק יא.
דעם יאהר ווען מעהאט גבויעט דעם הייוועי האב איך געלערענט און צעהלעם ביי ר' מענדעל טומבער ז"ל(דער מחבר פון משיבת נפש חומשים).
ער איז געווען דער התחלת גמרא מלמד, און ער האט א יעדעס יאהר דורך געלערענט פרק המפקיד מיטען קלאס.

-
- שר מאה
- תגובות: 118
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35425
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
באניהאד האט געשריבן:נו געעהרטע פריינד
וואס בלייבט?
איך פאהר שוין באלד אהיים, און איך וויל נישט אהיים פאהרן מיט ליידיגע הענט,
איך וויל נישט זיין "נאכדעם" אזוי ווי "פארדעם"
אייער פריינד פון באניהאד
איין מינוט, לויף נישט!
פאר נישט אהיים פאר דו כאפסט אפאר בילדער פון די 'סערטיפייד לאמבער' אויף קענט עוו., און פון די בראדוועי טרייענגל אויף מארסי העריסאן, (אויב האסטע צייט, כאפ אויך פון די פייזער בילדונג קעגן איבער), איך ווייס נישט וואס ס'גייט דארט זיין, אבער ביז ווען דו וועסט צוריק קומען וועט שוין זיין דארט עפעס אנדערש....
איך האב דאך שוין גערעדט פון די קיעפ טרייענגעל (פון די אנדערע) בין ביהמ"ד ספינקא לזופניק, די מושב הפאליציי.
אז מ'רעדט שוין מ'האט געלייגט א לינק צו אלטע וויליאמסבורגע בילדער, איך ברויך נישט סתם בילדער פון קינדער מיט הויכע הויזן טרעגער, פון דעם האב איך גענוג אין באניהאד,
איך דארף פון בתי מדרשים ת"ת ומוסדות פון "פארדעם" און "נאכדעם"
ואוסיף עוד כמה
1] די אלטע וויזניצע ביהמ"ד אויף 6 ליע און די נייע
2] די ליידיגע שטח אויף ווילסאן נעבן די אלטע פאפא ת"ת, און פון די נייע בנין
3] די ליע טרייענגעל בחורבנה, און יעצט פון די ליע גארדענס מיט איר ביהמ"ד
אז מ'רעדט שוין מ'האט געלייגט א לינק צו אלטע וויליאמסבורגע בילדער, איך ברויך נישט סתם בילדער פון קינדער מיט הויכע הויזן טרעגער, פון דעם האב איך גענוג אין באניהאד,
איך דארף פון בתי מדרשים ת"ת ומוסדות פון "פארדעם" און "נאכדעם"
ואוסיף עוד כמה
1] די אלטע וויזניצע ביהמ"ד אויף 6 ליע און די נייע
2] די ליידיגע שטח אויף ווילסאן נעבן די אלטע פאפא ת"ת, און פון די נייע בנין
3] די ליע טרייענגעל בחורבנה, און יעצט פון די ליע גארדענס מיט איר ביהמ"ד
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35425
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- leiby
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3911
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
- לאקאציע: צווישן אידן
ס'אמאל געווען א מסיבה איך געדענק נישט וועלכע (אפשר חוה"מ)
ווי מ'האט געוויזן סליידס פין לי עוועניו ועוד.. אפשר געדענקט איינער.

שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אה געוואלדיג נחמן נתן. עפעס מאכט זיך שוין.
דאס איז כמעט די מטרה. דאס הייסט די גאנג איז גוט.
אבער ביי די צוויי בילדער איז די "פארדעם" און "נאכדעם" כמעט די זעלבע מיט נאר גאר קליינע שינויים.
אויב מ'קען אזוי ממשיך זיין מיט בילדער וואס די "פארדעם" און "נאכדעם" איז אינגאנצן נשתנה געווארן, אזוי ווי די אויבענדערמאנטע דוגמאות וואלט מען דערגרייכט דעם ציהל.