נייטרא - הישיבה והישוב

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » מיטוואך פאברואר 24, 2010 8:49 pm

דאכט זיך, פונקט נעכטן געווען דער יארצייט פונעם בעל נאות דשא זצוק"ל. (ווי באקאנט איז ער אוועק אין וואלד נאכ'ן וויילן דארט א גאנצן ווינטער, אלס באהעלעטעניש ארט אין קריגס-צייט. א ציטער גייט דורך די ביינער... ווי קענען מיר היינט באגרייפן וואס אידן האבן מיטגעמאכט אין יענער צייט?..)

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 7:55 am

אויך האט דארט געוואוינט ר' שמחה בונם שאמועל וואס אז געווען קעכער פאר שווארץ, און ר' שלמה זאבעל וואס איז געקומען ווערן ר"מ דישיבה לצעירם אין קרית יואל. כ'מיין אז ר' פייש הערצאג בן ר' יונה פון קדם וואוינט שוין דארט נאר אלץ א "סעקאנד האום".

אינעם פארם האט געוואוינט ר' פריעדמאן, ר' הערשיל לעפקאוויטש, מר. שווארץ, און דער רב הצעיר, היינט נייטרא רב שליט"א.

אביסל ארויפצו האט געוואוינט ר' יחזקאל פאגעל, זיין הויז האט אפגעברענט איינמאל פאר די 9 טעג, אבער מ'האט עס צוריק געבויעט, די פארם איז דאכט זיך געבליבן ליידיג.

א פרשה פאר זיך איז דאס גיין שאפינג אין נייטרא.

א גראסערי א כל בו, חוץ פריש ברויט און מילך איז דא דארט אלעס... פאדעם, איין בעזעם (פאר פסח קומט אריין נאך צוויי), קנעפלעך, שיך, און וואס נישט.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

פארשטיי-נישט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2009 5:11 pm

תגובהדורך פארשטיי-נישט » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 9:55 am

זכרונות זיסע זכרונות, אבער ר' שלמה פאללאק איז געווען באשריבן אלץ "די רעד דזשייענט" נישט באלי, אוי אי דאס געווען א ערלכען יוד,

דאס אז רביה"ק איז געבליבן איבער שבת און מאונט קיסקא האב איך נאכנישט געהערט, און לגבי ר' מ"א שטיינבערג'ס פאטער ער איז געווען א קעכער מיט א געפיל וואס האט באמת גגעקאכט אז די בחורים זאלן קענען זיצן און לערנען,

און דער פארם האט אויך געוואינט הר"ר יעקב ישראל ווייסמאנדל, און הר"ר חיים בער פישער,

אמאל איז אונטערן פארם געווען א שיך סטאר וואס איז געווען אונטערן אנפירערשאפט פון ר' משה קאליש, (היינט איז שוין דא צו געפינען שיך און גראסערי, אויב די באזזאר שיקט ארויס) און דער מצה בעקעריי האט זיך אויך דארט געפינען

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 10:30 am

די מקוה טהרה איז אינטער דעם גאראדש הויז ווי מפלעט דאס ריפען

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 11:18 am

גבאי די דערמאנסט מיך פון צביקי או איז ער געווען גיט, איך מיין אז ער האט זיך שוין אוועק געצויגען פון דארט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 1:10 pm

צביקי! אוי עטס דערמאנטס מיך גוטע זיסע צייטן...
יוסלמאן האט געשריבן:מיין מגי"ש וואס האט מיר פארעקלט פונעם ציגרעטאל ר' בנימין געשטעטנער.

;l;p-
------
ר' כעזקעל פאגעל מיט די פענסיל אין די בארד...
------
די פליישיגע [זומערדיגע] פרייטאג נאכמיטאגס.
------
די קינות. די דריי וואכן און ת"ב. אוי, ווי רבינו פלעגט צו וויינען ווי א קליין קינד. ווי אויך יו"כ קטן.
------
פרייטאג צונאכטס ביי רבינו אינדערהיים. פיינע ווארעמע לעבער און פצעי... זיצנדיג אויף די סטעפס...
------
וויאזוי האט ער נאר געהייסן, דער גוי מיטן רויטן ווען?

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 1:44 pm

מאנאגרעמס האט געשריבן:קטן.
------
פרייטאג צונאכטס ביי רבינו אינדערהיים. פיינע ווארעמע לעבער און פצעי... זיצנדיג אויף די סטעפס...
------

אה ביים רבין אינדערהיים דאס איז דאך געווען עפעס נישט סתם, די ווארימע לעבער און פארגעס נישט די "פלייש זאפט" די פלייש זאפט איז דאך געווען די עיקר פארוואס מען איז אראפ געקומען.

דער משב"ק יחי' התימני אזוי איבערגעגעבן געווען פאר ווער סהאט נושא חן געווען ביי אים.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

פארשטיי-נישט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2009 5:11 pm

תגובהדורך פארשטיי-נישט » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 2:08 pm

אוי מען דערמאנט זיך די דריי וואכן ווער געדענקט נישט וי הר"ר יעקב פנחס פלעגט פאר זאגן דער קול ברמה, אגער ון ת"ב דער תשעה באב רבי, און וווער געדענקט נישט די תשעה באב מאטראצן וואס איז געווען אויסגעשפרייט ביי דער ווענט פון די ישיבה גדולה, ווי מען פלעגט צוגנבנען די מאטרצן פון די ישיבה קטנה בחורים,

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 2:31 pm

רַבֶּינָו האב איך געזאגט. נישט רבי...
ס'איז געווען פלייש-זאפט? נישט פצעי?

אה, יחי' צברי איז געווען פיינע נייעס... [סידא גראדע א בילד פון אים אין "באבדן מולדתי" ווי ער איז בודק זיין חלף אין דער אלטער היים]
די מאטראצן אויסגעשטעלט ווי בודקעס איבער די לענג און די ברייט פון ישיבה גדולה ביהמ"ד...

פארשטיי-נישט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2009 5:11 pm

תגובהדורך פארשטיי-נישט » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 2:38 pm

אבער וואס עפעס רעדן פון ת"ב ווען עס קומט אזא פרייליכע צייט ווי פורים, לאמיר רעדן פון די פורים טעג און דער נייטרא ישיבה,

געדענקט איר נאך ווען ס'איז געעון די שלושים יום קודם החג, יא חמשה עשר באב ווען מען פלעגט שממיסן די פעקלעך, אן דער באזינדערע חן פון די צעטעלעך וואס זענען געליגן אינסייד,

געדענקט איר נאך דער קראמפאמפעל, וען דער רבי איז געווען רויט ווי א בוריק, און געמישט די ברוינפן, ווען דער פייער האט געברענט,

געדענקט איר נאך א שבת זכור און ישיבה, ווען א גאנץ פרייטאג האט שוין דער ספיקירס געבאכערט אויפן העכסטן, און ווער רעדט נאךפון א יאר ווען ס'איז געווען א פורים רב,

געדענקט איר נאך ווען עס איז געווען פלעיס און ער נייטרא ישיבה,

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 2:45 pm

פארשטיי-נישט האט געשריבן:אבער וואס עפעס רעדן פון ת"ב ווען עס קומט אזא פרייליכע צייט ווי פורים, לאמיר רעדן פון די פורים טעג און דער נייטרא ישיבה,

געדענקט איר נאך ווען ס'איז געווען די שלושים יום קודם החג, יא חמשה עשר באב ווען מען פלעגט שמייסן די פעקלעך, אן דער באזינדערע חן פון די צעטעלעך וואס זענען געליגן אינסייד,


ס'איז געווען חמשה עשר בשבט. אוי איז געווען שיין צו זען ווי אלע עלטערע אידן קוקן אריין מיט א ציטער אין זייערע פעקלעך און נאכהער געבן זיי א שיס אויס...

פארשטיי-נישט האט געשריבן:געדענקט איר נאך דער קראמפאמפעל, וען דער רבי איז געווען רויט ווי א בוריק, און געמישט די ברוינפן, ווען דער פייער האט געברענט,


ס'איז געווען פשוט'ע אלקאהאל מיט צוקער. בשעת מעשה פלעגט ער זאגן א גאנצע פשעטל וועגן עמלק.
איך פלעג ליב האבן צו שטיין און קוקן אויף די שיינע אידן אויפן אויבן-אן ווי זיי צווינגען זיך אריין דאס געמישעכטס... אונז בחורים פלעגן תיכף ארויסגיין אויף דער גאס [אין די בעק] און מאכן אן אייגענעם קראמפאמפל.

פארשטיי-נישט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2009 5:11 pm

תגובהדורך פארשטיי-נישט » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 2:51 pm

יא גערעכט וודאי חמשה עשר בשבט,

און דער צעטליך וואס זייער אסאך מאל איז עס געלונגען זייער א גוטע פליק,

און דער קראמפאמפעל, אוי פלעגט דער צוזאמישאכץ ברענען,

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 4:01 pm

קראמפאמפאכץ האב איך קיינמאל מיטגעהאלטן, אבער צו די ט"ו בשבט צעטלעך בין איך אמאל ארויסגעפארן פון כולל שוין נאך די חתונה... ר' יעקב פנחס ע"ה האט פרובירט זאגן פשט אין פארשידענע צעטלעך ווען די בחורים האבן אים אנגעפרעגט.

שבת זכור ליגט מיר פעסט אין די ביינער, מען האט געפראוועט אין די ישיבה קטנה געביידע א מעכטיגע פרייטאג צונאכטס טיש און שלש סעודות. יענע יאר וואס איך בין דארט געווען (א האלב נאך נאכדעם וואס הרב שארר איז ארויס) איז איין בחור געווען דער פורים רב, און א צווייטער האט זיך פארשטעלט ווי דער געוועזענער ראש ישיבה (מיט א ספאדיק, און מוצאי שבת אויך א בארד), מוצאי שבת איז געווען א גאנצע סקיט. זיסע זכרונות.

איין יאר שבת 'חזון' האט א געוויסער בחור באשלאסן צו טוישן ניגונים ביי לכה דודי, ווייל ביי חסידים איז דאס א פרייליכער שבת (אנדערש ווי ביי די יעקעס), ר' יוסף עמרם ז"ל האט געקאכט דערויף.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 5:32 pm

ר' יוסף עמרם ז"ל'ס לוי' וועט מיר נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון קאפ. דער גאנצער ציבור איז געקומען צו ישיבה גדולה ביהמ"ד זאגן תהלים פאר אים, די לערנען גאנץ ששה סדרי משנה יענעם טאג לעי"נ, זיין שמירה ביינאכט (ער איז געלעגן א גאנצע נאכט אין 'זיין' צימער), דער מעכטיגער ציבור ביים הארצרייסנדן לוי'.

גראדע האט 'מעלות' באשריבן אפאר יאר צוריק "נייטרא ישוב", זיי האבן געהאט שיינע און אינטערעסאנטע בילדער.

פארשטיי-נישט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2009 5:11 pm

תגובהדורך פארשטיי-נישט » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 6:37 pm

יוא איך דערמאן מיר טאקע פון די שבת זכור ווען מען האט נאכגעמאכט הר"ר אברהם שאהר ער האט זיך צושריגן ע הערשט דא א מצב פון א תרדימה, א מצב פון א שינה, יא געווען גוטע צייטן, און ווער רעדט נאך פון דער סקיט, וואס לדעתי אאיז א ביסל נישט אויסגעהאלטן אזוי צו חוזק מאכן פון מגידי שיעורים,

און לגבי ר' יוסף עמרמ'ס פטירה איז דא אסאך צו שרייבן אבער דאס וועל איך לאזן פאר זיינע תלמידים וואס זענען געווען ביי דער שיעור, ס'איז נישט צו באגרייפן וואס דאס מיינט אז מען זיצט ביי א שיעור, און אימיטן סאמן ברען הייבט די מגי"ש אויס די נשמה, אויפן שפיץ גאפיל די הספד פון הר"ר אהרן ווייס ווי ער האט נישט געקענט קומען צום ווארט, און ווי זיין איידעם ר' חיים בער פישער האט דערציילט אז זיין שווער האט גערעדט מיט עם א נאכט פריער איבער א ר"ת וואס ער האט נישט פארשטאנען, און א נאכט פריער האט ער משיג געווען די פשט פון ר"ת, און טאקע אינמיטן די ר"ת האט ער אויסגעהויכט זיין לויטערע נשמה,

און וועגען ר' אברם שאר איז א מסכת פאר זיך, זיינע צייטן און ישיבה, די פייער און די ישי"ג דארמיטראי די ערשטע זמן וואס ער איז דארטגעווען, אדער די פארטאגס וואס מען האט געזאגט פאר עם תהלים ווייל מכלומרשט האט ער געהאט א עקסידענט, און מיטן סאמן תהלים האט ער אריינשפאצירט און ביהמ"ד

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 8:54 pm

בס"ד,

כמעט אלע מעשיות און זכרונות דא פון רבי מיכאל בער זי"ע'ס תקופה, און נאך אלף פעמים ככה, איז אזוי זיס הערליך באשריבן אינעם ספר "איש חמודות."

וועגן ר' אייזיק האניג און "יענע" פלעי, דוכט זיך עס הייסט "די שטוינענדע אנטפלעקונג." נישט זיכער, קען זיין עפעס אנדערע ענליכע ווערטער. אבער די פלעי איז קיינמאל נישט ארויס קאמערשעל פובליק, עס איז אזא ענין פון פנימי.

ביי יענע סצענע ביים כותל, זאגן מומחים, וויינט ער "עכט," נישט קיין "עקט."

אינטערעסאנט, אז די איינציגסטע אנדערע מפורסם'דיגע סצענע ביי א היימישע פלעי וואו דער עקטאר וויינט עכט, איז ר' חנני' שניטצלער (יאמטי ניסלעך, ב"ר זושא ז"ל), שפילנדיג אלס באנקיר מיט ר' ליפא שטויבער אלס סעקרעטאר ("וואס איז געלט?"...). ביי איין סצענע האט מען אים געוואלט הרגענען, און ער זינגט בדמעות שליש אלס וידוי און תשובה בלב שלם.

די ניגון וואס ער זינגט דארט איז הערליך און ווארים, די גראמען זענען נתפעל צו ווערן אין תוכן און ווארימקייט, און חנני' האט געמאכט א מעסטער דזשאב (יא, כ'בין דארט געווען, דוכט זיך געווען מיטל נאכט פורים). צווישן די ווערטער, "אויב כ'האב אמאל פוגם געווען, בקדושת שמו, בעט איך.... זאל די מיתה זיין א כפרה..." כ'געדענק נישט פונקטליך די ווערטער, אבער ער האט ביטערליך געוויינט (און טאמער האט ער דאס גע'עקט' איז ער אן אקטיאר מושלם וואס מ'זעהט נישט ביי אונז).

עכ"פ, יא וואס האמיר גערעדט, אייזיק האניג, כ'מיין נייטרא ישיבה, אמאליגע צייטן, איש חמודות. נאר געוואלט צוריק קומען צום הייוועי נאך מאכן אזויפיל זייטיגע דרייענישן.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 10:54 pm

פארשטיי-נישט האט געשריבן:יוא איך דערמאן מיר טאקע פון די שבת זכור ווען מען האט נאכגעמאכט הר"ר אברהם שאהר ער האט זיך צושריגן ע הערשט דא א מצב פון א תרדימה, א מצב פון א שינה, יא געווען גוטע צייטן, און ווער רעדט נאך פון דער סקיט, וואס לדעתי אאיז א ביסל נישט אויסגעהאלטן אזוי צו חוזק מאכן פון מגידי שיעורים,


איך בין געווען אויפן מיני באס יענעם פורים מיט די הויפט שפילער פונעם סקיט, און מיטגעהאלטן ווי זיי רופן אן אלע באטרעפנדע מגיד שיעורים צו בעטן מחילה וסליחה! (איך האב די טעיפס פון יענעם מלוה מלוה אין ישיבה, אבער איך האב נישט די געדולד דאס איבערצוהערן..)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג מארטש 01, 2010 11:13 am

איין יאר, תשנ"ט, ווען ס'איז געווען די פלעי שושן פורים אין ישיבה גדולה, האט רבינו געפירט דעם קראמפאמפערעל (אזוי שרייבט מען עס, מיט א ערעל צום סוף) אין ישיבה קטנה (כ'וועל בל"נ ברענגן בילדער). מ'האט אריינגעגאסן אפאר פעקליך צוקער און אפאר פלעשער אלקעהאל, און ווען די פייער האט זיך אנגעצינדען האט מען אנגעהויבן זינגען עד בלי די, עד בלי די, רבינו פלעגט טאקע זאגן א גוט ווארט אויפ'ן קראמפאמפערעל און יעדער האט באקומען אין א פלעסטיק גלעזעל.

א יאר דערויף האט מען געפראוועט דעם קראמפאמפערעל אין פורים קטן.

---

אז מ'רעדט פון רבינו און זיינע משמשים, ווי קען מען פארגעסן פון הבחור החשוב כמר יואל אשר ע"ה בן ר' ראבון קאליש ני"ו, וואס האט כמה פעמים משמש געווען רבינו און געווען שטארק דבוק בחיים חיתו, ער פלעגט שטארק מוטשען דעם רבין פאר א ישועה, ער האט נעבעל אסאך מיטגעמאכט.

כ'וועל נישט פארגעסן זיין לויה. ווען רבינו איז אנגעקומען, ער האט ארויסשפאצירט פונעם אויטא, און זיין רחמנותדיג צורה באגאסן מיט צער און וווייטאג האט זיך נאר באוויזן האט מען ממש אויסגעפלאצט אין א געוויין. ער האט אנגעהויבן מיטן פסוק "למנצח על מות לבן" ער האט קוים געקענט א ווארט ארויסזאגן, אוי האמיר געגאסן טרערן.

ר' ראבון, א איד א צדיק ווער ס'קען אים, האט מצדיק געווען דעם דין פארזאגענדיג אני מאמין וכו', ס'געווען ונמס כל לב.

לוית בכלל איז געווען א חלק פון די ישיבה, צו יעדע לויה רח"ל אין שטעטעל זעמיר בחורים געגאנגען. כ'וועל נישט פארגעסן ווי כ'האב געבראכן אין ביהמ"ד נאך די לויה זאת חנוכה תשנ"ט פון האה"ח אשת חבר הגאון החסיד רבי יעקב פנחס זצ"ל, ס'געווען די ערשטע מאל וואס כ'האב געזעהן סתימות הגולל.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג מארטש 01, 2010 2:20 pm

מאנאגרעמס האט געשריבן:ר' יוסף עמרם ז"ל'ס לוי' וועט מיר נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון קאפ. דער גאנצער ציבור איז געקומען צו ישיבה גדולה ביהמ"ד זאגן תהלים פאר אים, די לערנען גאנץ ששה סדרי משנה יענעם טאג לעי"נ, זיין שמירה ביינאכט (ער איז געלעגן א גאנצע נאכט אין 'זיין' צימער), דער מעכטיגער ציבור ביים הארצרייסנדן לוי'.


משניות דענק איך נישט אז כ'האב געלערנט, אבער תהלים אין ישיבה גדולה בשעת מ'האט פורבירט אים צו ראטעווען, זעמיר אלע אריבער פון ישק"ט, כ'דענק נאך ווי זיין זון איז מיטגעקומען נישט האבענדיג קיין איינונג אז ביז אפאר מינוט איז ער א פרישער יתום נעבעך.

ביי די שמורה אין זיין כיתה האבעך זיך באטייליגט, פאר אפאר שעה ביינאכט בין איך געווען אין די כיתה מיט נאך אפאר חברים און געזאגט קאפיטעליך תהלים. אין שטוב איז געווען היבש קאלט צוליב די צוויי עיר קאנדישאנס וואס מ'האט אנגעצינדען אז ס'זאל האלטן קאלט גופו הטהור. ביי די געלעגנהייט האמיר טאקע געבעטן מחילה זיך צובייגענדיג לגופו הטהור. אוי וועט נישט ארויסגיין פון זכרון ווי דער גוף איז געווען איינגעהילט אין טלית אויף א ברעט געמאכט פונעם טיש אויף וואס ער האט פארגעלערנט. פאר וואכן האט מען נישט געקענט טוען קיין עבירה.

ביי די לויה זענען טאקע ארויסגעקומען טויזענטער נייטרא תלמידים מיט געבראכענע געמיטער. דער יו"ר איז געווען ר' יוחנן מענדלאוויטש, און דער ראזי המספידים איז טאקע געווען רבינו זי"ע, מיט א קול חונק דמעות האט ער שטארק באוויינט די פטירה פונעם יונגען תלמיד חכם שמת.

ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער ווי כ'בין געשטאנען ממש לעבן ארון בשעת'ן גאנצע לויה (קיינער זאל נישט לייגן קיין בילד מחשש גילו...) און הגאון ר' הילל וויינבערגער שליט", דומ"ץ נייטרא וואס איז געווען א שכן טוב צום נפטר ר' יוסף עמרם ז"ל האט ביטערליך געוויינט: יוסף עמרם, מיין זיסע ברודער יוסף עמרם!

צווישן די הספדים איז אויך געווען הגאון המפו' ר' אברהם חיים שפיצער שליט"א, א נייטרא תלמיד וואס האט בקול דמעות אויפגעברענגט זכרונות פוןן די ערשטע צייטן אין ניייטרא, און איר גרויסער מייסד מרן הרחמ"ד זי"ע.

אויך האט מספיד געווען זיינע שוואגערס הרב סופר פון טאראנטא, כ"ק אדמו"ר מדושינסקי שליט"א (דאן ראש ישיבת בית יוסף צבי), ובנו ר' מיכאל בער וואס האט נאך געוואוינט אין ארץ ישראל.

ביי די לויה איז אויך געקומען מספיד זיין א מחותן, כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמער שליט"א, און כ'האב די זכיה געהאט אים צו באגלייטן נאכן לויה און צוגעוויזן דעם דארמארטארי וכו'.

ביים גיין מנחם אבל זיין איז פונקט ארויסגעקומען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וזכיתי לקבל פניו, וואס ביי אונז איז עס געווען א גאנצע גדולה מקבל פנים צו זיין א רבי ומנהיג לאלפי ישראל שליט"א.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג מארטש 01, 2010 3:09 pm

פארשטיי-נישט האט געשריבן:און וועגען ר' אברם שאר איז א מסכת פאר זיך, זיינע צייטן און ישיבה, די פייער און די ישי"ג דארמיטראי די ערשטע זמן וואס ער איז דארטגעווען, אדער די פארטאגס וואס מען האט געזאגט פאר עם תהלים ווייל מכלומרשט האט ער געהאט א עקסידענט, און מיטן סאמן תהלים האט ער אריינשפאצירט און ביהמ"ד

איך ווייס נישט פון קיין פייער אין די ישיבה גדולה דארמעטארי, די מיינסט זיכער דער פייער אין די מילכיגע קאך פרייטאג צינאכטס די לעצטע שבת פון ווינטער זמן תשנ"ה,
דער פאלגענדע וואך ביז סוף זמן האט זיך טאקע די גאנצע ישיבה גדולה אריבערגעפעקעלט אין די ישיבה קטנה בנין, איי האט דאס לערנען געדינערט אין די ביהמ"ד אין די ישיבה קטנה.
איבער דעם תהלים פאר ר' אברהם איז געווען ממש די ערשטע חודש צוויי ווען ער איז געקומען אויף נייטרא, דענק איך טאקע נאך אפזאגען א שעה תהילים איז אדמו"ר ז"ל אריינגעקומען ביים סוף אין נאך מיטגעזאגט אביסל מיטן עולם, א האלבע שעה שפעטער האט ר' אברהם זיך דארט ארימגעדרייט געזינט אין פריש.

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » מאנטאג מארטש 01, 2010 7:25 pm

יוסלמאן האט געשריבן:קראמפאמפערעל (אזוי שרייבט מען עס, מיט א ערעל צום סוף)

א נייע דערהער. כ'האב דאס נאך קיינמאל נישט געהערט.
יוסלמאן האט געשריבן:א יאר דערויף האט מען געפראוועט דעם קראמפאמפערעל אין פורים קטן.

די קראמ-וכו' פלעגט בשנה פשוטה פארקומען שושן פורים, במעוברת פלעגט עס פארקומען פורים קטן.
יוסלמאן האט געשריבן:ווי קען מען פארגעסן פון הבחור החשוב כמר יואל אשר ע"ה בן ר' ראובן קאליש ני"ו, ער האט נעבעך אסאך מיטגעמאכט.

יא, אסאך טרערן פארגאסן פאר אים.
פארשטיי-נישט האט געשריבן:אויפן שפיץ גאפיל די הספד פון הר"ר אהרן ווייס ווי ער האט נישט געקענט קומען צום ווארט

איך האב מיך פרובירט צו דערמאנען [שוין א לענגערע צייט] ווער ס'איז געווען דער וואס ס'האט נישט געקענט קומען צום ווארט (גראדע האט ער יא גערעדט נאר אינמיטן האט ער זיך געגעבן א רוף אן "איך קען שוין נישט" און אוועקגעגאנגען). ייש"כ.
יוסלמאן האט געשריבן:כ'דענק נאך ווי זיין זון איז מיטגעקומען נישט האבענדיג קיין אנונג אז ביז אפאר מינוט איז ער א פרישער יתום נעבעך.

ער איז שוין גלייך געווען א יתום, ער האט נאר נישט געוואוסט.
איך געדענק ווי איך בין געשטאנען און געשטוינט ווי אזא בחור האט די שטארקייט זיך צוריקצוזעצן לערנען בהתמדה! ביז די מגי"ש האבן געענדיגט זייער מיטינג ביים באלעמער און זיי האבן אים אהיימגעשיקט.
יוסלמאן האט געשריבן:ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער ווי כ'בין געשטאנען ממש לעבן ארון בשעת'ן גאנצע לויה (קיינער זאל נישט לייגן קיין בילד מחשש גילו...)

לויט ווי ס'קוקט אויס, זעמיר געשטאנען ביינאנד...
יוסלמאן האט געשריבן:צווישן די מספידים איז אויך געווען הגאון המפו' ר' אברהם חיים שפיצער שליט"א, א נייטרא תלמיד וואס האט בקול דמעות אויפגעברענגט זכרונות פוןן די ערשטע צייטן אין ניייטרא, און איר גרויסער מייסד מרן הרחמ"ד זי"ע.

איך האב נישט דערטראגן זיין הספד. ווי קומט דא אריין דערציילן אלטע זכרונות פונעם נפטר'ס טאטע?

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג מארטש 02, 2010 7:54 am

מאנא, זעהט טאקע אויס אז ביזט פארקאכט אין נייטרא, אבער ר' אברהם חיים'ס הספד האט ביי מיר געהאט א ספעציעלן חן, דאס שרייען אותו צדיק ר' מנחם משה פעלזענבערג ליגט מיר נאך גוט אין די ביינער.

בנוגע קראמפאמפערעל, האבעך נאך געהערט א שמועס פונעם רבין ז"ל מיט האדמו"ר ר' צבי אלימלך שליט"א מצאנז קלויזענבורג אז מרופט עס מיט א פערעל צום סוף.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג מארטש 02, 2010 8:34 am

יעצט קומט די בילדער... כ'האב נישט אזוי סאך ווי כ'האב געמיינט, מיינע קליינע האבן מסדר געווען אסאך אלטע בילדער, אבער וואס מ'האמיר האמיר. וכאן הקריאה יוצאת פאר אלע תלמידים וואס דרייען זיך דא בתוך קרעטשמעתינו, אל תמנע טוב, לייגטס ארויף אייערע בילדער און שרייבטס ווייטער אייערע זכרונות. ס'איז סוכו"ס א געשמאק צוריק צוברענגן די כמעט פארגעסענע זכרונות.

די ערשטע בילד איז פונעם בנין פון די ישיבה גדולה, דאס איז געווען נאר דער דארמערטארי, די ביהמ"ד איז געווען ארויפצו צו רעכטס, דערווייל האבעך נישט קיין בילד דערפון. דער בנין פון אינעווייניג איז א זאך פארזיך, געדרייטע טרעפ, א לאנטש רום מיט א קאך, והעיקר איז דארט געווען קאווע (פאלגערס קאווע, לשמו פון אונזער באליבטער ר' חזקעל פאגעל) תמידין כסדרן. אלץ קליינע ישיבה קטנה בחור איז עס געווען א באזונדערן פארגעניגען אריבער צו גיין טרינקען "קאפי" אין לאנשט רום ווי א ישיבה גדולה בחור.

די צווייטע בילד איז דער בנין פון ישיבה קטנה, בנין שרייבער, אויך א שיין בנין וואס האט געהאט א דארמערטארי (אין בילד זעהט מען נאר דאס ביהמ"ד און אויף די רעכטע זייט הייבט זין די דארמערטארי), די מקוה, שיעורים שטיבער און אפילו א בינדען שאפע...

א שטיק צייט האבן די ישיבה קטנה בחורים געגעסן שבת אין די כיתות מיט מגידי שיעורים וראשי ישיבות.

כ'האב שוין געסקענט נאך בילדער, אבער מ'דארף עס נאך אביסל אויסבעסערן מחשש גילו הניק.
צוגעלייגטע
gedole.jpg
בנין המפואר, ישיבה גדולה
gedole.jpg (190.15 KiB) געזעהן 2286 מאל
yeshiva katane.jpg
בנין שרייבער, ישיבה קטנה
yeshiva katane.jpg (153.39 KiB) געזעהן 2286 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג מארטש 02, 2010 8:50 am

די טרעפ וואס פירט אראפ צו goldfish lake.

ר' שמואל דוד גאנץ פארציילט אז מרן רביה"ק מסאטמער ז"ל איז געגאנגען אין מקוה ביים לעיק, לכאו' רעדט ער פון די לעיק, ס'איז די נאנטסטע צו די ישיבה, און ס'איז א קליין טייכעל.
צוגעלייגטע
gold fish lake.jpg
gold fish lake.jpg (178.16 KiB) געזעהן 2266 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג מארטש 02, 2010 10:14 am

אן אלט בילד פונעם ישיבה גדולה.
צוגעלייגטע
גדולה אלטע.JPG
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט