נייטרא - הישיבה והישוב

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג מארטש 03, 2015 6:31 pm

באקומען פון א ידיד הערליכע בילדער געכאפט פון דער לופט נאך משנות הפריץ. עס איז צו גרויס ווייל עס איז איין פייל. תשואות חן וקרעדיט לר׳ י.י.פ. נ״י וואס האט דאס פארשאפט פון א מוזעאום ערגעץ וואו.

מען זעט נאך דעם גאנצן רינדעכיגן הערליכן גארטן צווישן דעם בנין אויבן און די לעיק אונטן

]
https://www.dropbox.com/s/bf8b2sm8yxvd1 ... k.tif?dl=0

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

ארכיוון - ישיבת נייטרא שנת תשס"ו

תגובהדורך שלעפשיץ » פרייטאג יולי 24, 2015 6:16 pm

איך האב יעצט געפונען פאפירן פון ישיבה - בערך 10 יאר צוריק איז עס געשריבן געווארן, איך שרייב דא פונקטליך די לשון וואס סע שטייט
אויפן כתב יד. (די ספעללינג, גרעמער ועוד האב איך נישט געטוישט) נאר א שאד איך האב נישט געשריבן מער.

די ארטיקל רעדט זיך פון א באזוך אינעם שטאטישן שול איין שטעטל מאונט קיסקא

יום א' במדבר תשס"ו לפ"ק

אנגעקומן: איך האב פרובירט ארייינצוקומן עס איז געווען פארשפארט, מען האט געזעהן פון אינעווייניג
א גוי קלינען אבער ער האט נישט געהערט קלאפן.

האמיר געזעהן שטיינער אויפן פלאָר פארן אריינקומן מיט נעמען פון נדבה'ת, זעמיר ארום געגאנגען די בילדינג
און געקלאפט ביז מיר האבן געזעהן דעם גוי מיטן נאמען MELL קומען צו אונזער ריכטונג ער האט געפענט די טיר, אין מיר זענען אריין.

מיר זענען נאך געגאנגן דעם גוי, ער האט אונז דעם בית המדרש, האב איך עם געפרעגט וויפיל מענטשן דאווענען דארט?
האט ער גענטפערט בערך 340 מתפללים, אנשים נשים וטף, דהיינו נישטא קיין ווייבער שול די פרויען דאווענען צוזאמען מיט די מענער.

דערנאך האמיר געזעהן עס איז דא מייקס ביים בלעמער און ביים שטענדער, אויפ'ן ארון הקודש טיר שטייט אלע פסוקים פון פרשת שמות
פ' ג' פסוק א' ומשה עלה וכו', ביז פסוק ח', ביי די ווערטער זבת חלב ודבש ענדיגט זיך עס, אין ווייטער שטייט שוין נישט.
עס איז געווען SLIDING טירן די דאך און די פלאר זענען שיעף אויף פון אינעווייניג
(א"ה וואס מיינט עס?)

די פרויען האבן אן טליתים און קאפלעך לויט ווי מיר האבן געזעהן די בילדער, אויך האט די גוי געזאגט,
די נוסח סידורים לחול זענען די זעלבע ווי ביי אונז חסידישע

ביי די ביה"כ איז דא הענגערס - אין ענגליש "ביטע אויסטוהן די טליתים פארן אריינגיין אין ביה"כ" און עס איז דא הענגערס,
די טליתים פארן ציבור הענגן אויף די וואנט לעבן בית מדרש.

אין בית מדרש איז דא אן אמעריקאנעם פאן און ווי אויך א ציוניסטישע פאן.

אינטער'ן בית המדרש איז דא א זאל דארטן האבן מיר געטראפן דעם ערשטען אזוי גערופענעם יוד, ער האט געגעבן א קאלטן שלום עליכם
(איך ווייס נישט צו אלס מורא אדער אלס שנאה) לויטן אינםארמאציע פונעם גוי, גייט דארט זיין א פארטי פארן פרינציבעל פונעם סקול
ווייל זי ארבייט שוין דארט איר 30ט יאר.

אויפ'ן רעכטן זייט פונעם בית המדרש איז זייער לייבערערי, דארט איז געווען זייער בית המדרש פונעם אנפאנג בויען דער שול, נאר אזוי ווי סאיז געווארן צו קליין
וויבאלד דער עולם האט זיך צובליעט, האבן זיי געמאכט דעם יעצטיגן בית המדרש [דער גוי האט געזאגט אז יעצט אליין גייען זיי בויען גרעסער וויבאלד די בית במדרש איז שוין צו קליין].

אינעם לייבערי איז דא שיינע ביכער איך בין געגאנגען צום סעקשאן פונעם וועלט מלחמה, מוראדיגע אנטערעסאנטע ביכער און בילדער.

דארט איז געווען א באקס קאפלעך, ווייסע - שווארצע , מען זעהט נאך די אלטע ארון קודש דארט
די טירן פונעם לייבערי זענען גלאז.

דערנאך זעמיר געגאנגען זעהן די קלאסן און אפיסעס, די אפיסעס זענען בלויזע אפיסעס ווי געווענטליך, אין די קלאסן זענען דא בילדער פון מיידלעך און זייערע עלטערן
די אינגלעך לערנען דארט צוזאמען מיט די מיידלעך לויט די אינפארמאציע פונעם גוי, לערנען דארט בערך 100 קינדער נורסערי יארגאנג אליין
ד.ה. חוץ דעם נאך עלטערע.

אויף די וואנט הענגן בילדער, פון מענער צוזאמען מיט פרויען, די פרויען האבן קאפלעך.

די מענטשן וואס דאווענען דארט פארן אום שב"ק מיט זייער קאר אין בית מדרש רח"ל,
און לויט די אינפארמאציע פונעם גוי האבן די מענטשן דארט אסאך געלט.

צווישן די קלאס צימערן אין די האלוועי איז געווען א SHOW פענסטער פון אינטערעסאנטע זאכן, ווי למשל קאפלעך וואס שטייט דערויף YANKEEYS = METS וכו'
עטרות אינטערעסאנטע און נאך.

די לעצטע זאך האבן מיר באזוכט זייער טשאפעל, א שטיבל ד' על ד', מיט א הויעכע דאך קוקט אויס ווי דארט שטייט דער מספד,
דערנאך א קלענערע דאך און דערנאך נאך א קלענערע דאך, מיט אסאך בענקלעך (אסאך מיינט צווישן 10-20) אין די זייטן איז דא 2 פישקעס
דערנאך איז געווארן שפעט זענען מיר צוריקגעגאנגען אין ישיבה!!

אויף SMITH ST אין מאונט קיסקא.

ע"כ - תשס"ו לפ"ק
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג יולי 24, 2015 6:32 pm

אינטערסאנט. כ'האב ניטאמאל געוואוסט אז אזא זאך עקזיסטירט, און איך האב אויך געלערנט אין הישיבה והישוב...

"שיעף אויף אינעווייניג" מיינסט מסתמא אז ער גייט שיעף אראפ לצד מזרח
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג יולי 26, 2015 8:49 pm

תשעה באב מיט זכרונות פון נייטרא גייען צוזאם.

בנוגע שטאטישע אידן אין קיסקא, איך געדענק אלס בחור פלעגט מען אונז רופן פאר מנין (אבלים) פאר אזעלכע האלבע אידן.

ראוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2015 10:53 am

תגובהדורך ראוונע » מאנטאג יולי 27, 2015 2:21 am

מאנאגרעמס האט געשריבן:וויאזוי האט ער נאר געהייסן, דער גוי מיטן רויטן ווען?

מיראק

ראוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2015 10:53 am

תגובהדורך ראוונע » מאנטאג יולי 27, 2015 10:38 am

שטיקל גבאי האט געשריבן:ווען שמחה שאמועל האט געהאט א הארץ אטאקע ל"ע האט רבינו אריין גערופן צביקי אז מ'דארף א קעכער,
זאגט צביקי איך קען נישט קאכען,
פרעגט אים רבינו לאקשן קיגל קענסטו מאכן?
זאגט ער: מסתמא יא,
זאגט אים רבינו: גיי ארויף אין ישיבה און מאך לאנטש פאר די בחורים,
אומר ועושה ער איז ארויף און געמאכט לאקשן קיגל פאר לאנטש.
און אזוי איז ער געבליבן קעכער פאר אפאר יאר.

אין ער איז טאקע געבליבען א לאקשען קוגעל קעכער

ראוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2015 10:53 am

תגובהדורך ראוונע » מאנטאג יולי 27, 2015 10:51 am

בעאבאכטער האט געשריבן:א מעשה נורא וואס ר' אהרן האט מיר פארציילט, וואס זייענדיג א בן בית ביי רבי מיכאל בער געדענקט ער עס גוט.

געווען אמאל אן ערב שב"ק, רבי מיכאל בער פרעגט ר' יונה'ען זצ"ל, היות ער איז נעכטן ביינאכט אדורך געגאנגען דעם בית מדרש, און עפעס האט נישט געטויגט... ס'איז נישט געווען כתמול שלשום... דער קול תורה...
ר' יונה ענטפערט רבי מיכאל בער'ן אז ער האט גארנישט געזען קיין ענדערונג, נישט אין התנהגות, און נישט און דאס לערנען, מ'האט זייער פיין געלערנט, ווי אייביג...

רבי מיכאל בער איז אבער נישט רוהיג, ער לאזט נישט נאך... נאך כמה וכמה חקירות און דרישות וואס רבי מיכאל בער האט אויסגעפרעגט, האט זיך אויסגעשטעלט אז יענעם דאנערשטאג האט מען לראשונה געברענגט אין ישיבה אראנדזש דזשוס, וואס די שטאט האט בעשטעטיגט פאר די ישיבה.

"דאס איז עס!..." גיט זיך רבי מיכאל בער זיך א כאפ... "דאס איז עס!..." מ'האט באלד געשפירט דעם ענדערונג...

דאס האט מיר ר' אהרן פארציילט אז ער געדעקנט דאס ווי היינט...
מורא'דיג!...

נ.ב. ואמרתי בדרך צחות על פי מעשה זו,
צו איז נישט געווען בכוונה תחילה אז די 'מטעמים' פון די נייטרא קאך [כידוע ליודעי חן...] זאלן האבן יענעם טעם...

מורי ורבי רבי חיים יהושע האלבערשטאם פלעגט אלץ נאכזאגען פון זיין פאטער רבי יעקב יוסף א תלמיד הישיבה ווי רבי מיכאל בער פלעגט שטורעמען ״זייט מען געט דא אראנדזשען זאפט לארענט מען ניקסט״

ראוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2015 10:53 am

תגובהדורך ראוונע » מאנטאג יולי 27, 2015 11:12 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:
שטיקל גבאי האט געשריבן:ר' יוסף עמרם טאנצט מיטן חתן יעקב יחזק' אונגאר ביים פארשפיל

ווער דענקט דען נישט דעם שבת? די גאנצע יושב האט אויפגעלעבט, אסאך אלטע תלמידים זענען געקומען, ס'איז געווען פיל מיט געסט.

א וואך דערויף, ווען רבינו איז געווען ביי שבת שבע ברכות, איז פארגעקומען א שבע ברכות מוצש"ק פאר הבחור בן ר' יוסף עמרם ע"ה.

דענק איך אז די לעקטער אין יושיב האט געקראכט אביסעל פאר שבת עס האט פשוט נישט געקענט פארנעמען די אלע לעקטערס אין דריידלעך איז געווען עפעס א בחור קארפען וואס האט מוראדיג פארשטאנען צו עלעקטריק אין עס שנעל פארראכטען
ביים שבע ברכות מוצאי שבת פאר רבי יוסף עמרם ע״ה זון דענק איך האט אויפגעטרעטן רבי דוד הערש מאיער ז״ל ראש ישיבת סטעמפארד קאנעקטיקוט אין איך אלץ קליינער ישיבה קטנה בחור האב מיך אינטערגעשמייכעלט פון זיין זיין סייז אין אינטערעסאנטער שטימע

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג יולי 27, 2015 1:53 pm

ראוונע האט געשריבן:

דער קארפען איז דער באקאנטער קארפן וואס מאכט היינט SOUND טאקע צום זאך כמו שכתוב. ר' דוד הערש ע"ה איז אויך עפעס געווען, כ'האב אים אפאר מאל געזעהן דאכט זיך אין נייטרא, מיט א 'פיצי' קאר פלעגט ער קומען.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג יולי 27, 2015 1:55 pm

שלעפשיץ, ביזט זיכער געווען דארט אין ישיבה גדולה, כ'האב זיך אין ישיבה קטנה נישט דערוואגט צו גיין אזוי ווייט ארויס פון יושב, אביסל צו לעווינס לעיק, צו ריוועוויטץ (כ'שרייב עס גוט) און איינמאל געדענק איך א ערב ר"ח אלול ווען כ'בין מיט גרויס חוצפה אנשטאט יוכ"פ קטן געגאנגען אביסל ארויס פון נייטרא גבולים, אבער נאר אפאר מינוט מיט פחד פחדים.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מאנטאג יולי 27, 2015 5:30 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:שלעפשיץ, ביזט זיכער געווען דארט אין ישיבה גדולה, כ'האב זיך אין ישיבה קטנה נישט דערוואגט צו גיין אזוי ווייט ארויס פון יושב, אביסל צו לעווינס לעיק, צו ריוועוויטץ (כ'שרייב עס גוט) און איינמאל געדענק איך א ערב ר"ח אלול ווען כ'בין מיט גרויס חוצפה אנשטאט יוכ"פ קטן געגאנגען אביסל ארויס פון נייטרא גבולים, אבער נאר אפאר מינוט מיט פחד פחדים.

טאקע געווען אין ישיבה גדולה - ריווערוואודס Riverwoods
אוי סע נישט קיין פארגלייך ישיבה קטנה צו ישיבה גדולה

#פיינע צייטן געווען
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג יולי 27, 2015 5:41 pm

שלעפשיץ האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:שלעפשיץ, ביזט זיכער געווען דארט אין ישיבה גדולה, כ'האב זיך אין ישיבה קטנה נישט דערוואגט צו גיין אזוי ווייט ארויס פון יושב, אביסל צו לעווינס לעיק, צו ריוועוויטץ (כ'שרייב עס גוט) און איינמאל געדענק איך א ערב ר"ח אלול ווען כ'בין מיט גרויס חוצפה אנשטאט יוכ"פ קטן געגאנגען אביסל ארויס פון נייטרא גבולים, אבער נאר אפאר מינוט מיט פחד פחדים.

טאקע געווען אין ישיבה גדולה - ריווערוואודס Riverwoods
אוי סע נישט קיין פארגלייך ישיבה קטנה צו ישיבה גדולה

#פיינע צייטן געווען

נעה, אין בין שוין דענמאלט געווען א גרויסע טאטע במילא... אין ישיבה קטנה האט מען געלעכצט צו זיין א גרויסע ישיבה גדולה בחור...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג יולי 27, 2015 7:01 pm

דער טעמפל איז עמטליך רעפארם לפי ידיעתי
דער נאמען איז congregation beth torah

ראוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2015 10:53 am

תגובהדורך ראוונע » מאנטאג יולי 27, 2015 11:44 pm

אביסעל פון מיינע זכרונות
רבי אברהם שמואל מאיער (די לייגער שבת אין ישיבה קטנה אין מיינע צייטען. היינט דאכט זיך איז ער עמטליך לייגער)
רבי חיים פריעד די לייגער אין ישיבה גדולה
רבי מיכאל יוסף שווארץ האט מען טאקע נישט אויסגעלאזט אבער אין מיינע אויגען פארדינט ער לכאורה מער ווי די פאר שורות וואס מהאט געשריבען איבער אים
די דיין רבי הלל פארדינט אויך אפאר ווערטער
פון ראבעינו זצ״ל וואלט ווען געמעגט זיין אן עקסטערע אשכול פאר זיך (באמת א צדיק פון א איד געוועזן)
אין ישוב פלעגט א אינגעל פארקויפען די עליות שבת צווישען איין עליה אינעם צווייטען
די שלאקס רעגן פאר רבי יוסף עמרם׳ס לויה
די בכן נפשי פונעם רב הצעיר
די באזוך פון מהר״א מסאטמאר אין בנין ישיבה קטנה נאך רבי יוסף עמרם׳ס לויה
די לעבער פרייטיג צו נאכטס ביים טיש (אין ווי ראבעינו האט יעדע וואך עקסטער איבערגעזאגט וואס כאפט מען זיך אזוי נאך כבוד)
רבי בנימין׳ס קאר האט אראפגעראלט אריין אין בנין ישיבה קטנה
Y2K זעמיר אויפגעבליבען צו זעהן צו די לעקטערס וועלן זיך פארלעשן
רבי שמחה מיט א קמץ אונטער די הא
ועוד ועוד ועוד

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דינסטאג יולי 28, 2015 1:16 am

העי, איך בין אויך געווען אין ישיבה קטנה יענע יאר.
- די מאסן בדיקת מזוזות.
- דער הונט וואס האט אונז געהאלטן געשפאנט אפאר וואכן, ביז מ'האט אים געכאפט.
- ר' בנימין'ס קאר האט אראפגעראלט אינמיטן א בלעקאוט.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

ראוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2015 10:53 am

תגובהדורך ראוונע » דינסטאג יולי 28, 2015 8:27 am

גראדע איז געווען א בחור אין מיין כיתה יואל שווארץ
ווי האב איך געקענט פארגעסן פון די מאסיווע בדיקת מזוזות
איך געדענק עפעס א חיה האט אונז געהאלטען געשפאנט ביזט זיכער סאיז געווען נאר א הונטל?
כגעדענק נאר אז רבי בנימין׳ס קאר האט אראפגעראלט אינמיטען סדר הלימוד איך געדענק נישט עס זאל האבען געווען א בלעקאוט

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג יולי 28, 2015 10:39 am

ראוונע האט געשריבן:אביסעל פון מיינע זכרונות
רבי אברהם שמואל מאיער (די לייגער שבת אין ישיבה קטנה אין מיינע צייטען. היינט דאכט זיך איז ער עמטליך לייגער)
רבי חיים פריעד די לייגער אין ישיבה גדולה
רבי מיכאל יוסף שווארץ האט מען טאקע נישט אויסגעלאזט אבער אין מיינע אויגען פארדינט ער לכאורה מער ווי די פאר שורות וואס מהאט געשריבען איבער אים
די דיין רבי הלל פארדינט אויך אפאר ווערטער
פון ראבעינו זצ״ל וואלט ווען געמעגט זיין אן עקסטערע אשכול פאר זיך (באמת א צדיק פון א איד געוועזן)
אין ישוב פלעגט א אינגעל פארקויפען די עליות שבת צווישען איין עליה אינעם צווייטען
די שלאקס רעגן פאר רבי יוסף עמרם׳ס לויה
די בכן נפשי פונעם רב הצעיר
די באזוך פון מהר״א מסאטמאר אין בנין ישיבה קטנה נאך רבי יוסף עמרם׳ס לויה
די לעבער פרייטיג צו נאכטס ביים טיש (אין ווי ראבעינו האט יעדע וואך עקסטער איבערגעזאגט וואס כאפט מען זיך אזוי נאך כבוד)
רבי בנימין׳ס קאר האט אראפגעראלט אריין אין בנין ישיבה קטנה
Y2K זעמיר אויפגעבליבען צו זעהן צו די לעקטערס וועלן זיך פארלעשן
רבי שמחה מיט א קמץ אונטער די הא
ועוד ועוד ועוד

גוט גוט, דער בכן נפשי וויל איך נאך היינט וויסן פון וואו ס'קומט
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

ראוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2015 10:53 am

תגובהדורך ראוונע » דינסטאג יולי 28, 2015 11:20 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:
ראוונע האט געשריבן:אביסעל פון מיינע זכרונות
רבי אברהם שמואל מאיער (די לייגער שבת אין ישיבה קטנה אין מיינע צייטען. היינט דאכט זיך איז ער עמטליך לייגער)
רבי חיים פריעד די לייגער אין ישיבה גדולה
רבי מיכאל יוסף שווארץ האט מען טאקע נישט אויסגעלאזט אבער אין מיינע אויגען פארדינט ער לכאורה מער ווי די פאר שורות וואס מהאט געשריבען איבער אים
די דיין רבי הלל פארדינט אויך אפאר ווערטער
פון ראבעינו זצ״ל וואלט ווען געמעגט זיין אן עקסטערע אשכול פאר זיך (באמת א צדיק פון א איד געוועזן)
אין ישוב פלעגט א אינגעל פארקויפען די עליות שבת צווישען איין עליה אינעם צווייטען
די שלאקס רעגן פאר רבי יוסף עמרם׳ס לויה
די בכן נפשי פונעם רב הצעיר
די באזוך פון מהר״א מסאטמאר אין בנין ישיבה קטנה נאך רבי יוסף עמרם׳ס לויה
די לעבער פרייטיג צו נאכטס ביים טיש (אין ווי ראבעינו האט יעדע וואך עקסטער איבערגעזאגט וואס כאפט מען זיך אזוי נאך כבוד)
רבי בנימין׳ס קאר האט אראפגעראלט אריין אין בנין ישיבה קטנה
Y2K זעמיר אויפגעבליבען צו זעהן צו די לעקטערס וועלן זיך פארלעשן
רבי שמחה מיט א קמץ אונטער די הא
ועוד ועוד ועוד

גוט גוט, דער בכן נפשי וויל איך נאך היינט וויסן פון וואו ס'קומט

איך ווייס נישט פון ווי עס קומט אבער דאס הארץ איז מיר צעגאנגען בשעת דער האט עס געזינגען א ווארעמע ניגון כשלעצמו אין די רב הצעיר (היינט רבינו שליט״א) איז געווען (קען זיין נאך אלץ איך האב אים שוין פשוט לאנג נישט געהערט זינגען) געבענטשט מיט א ספעציעלע זיסע שטימע

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יולי 28, 2015 1:20 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:גוט גוט, דער בכן נפשי וויל איך נאך היינט וויסן פון וואו ס'קומט

אויב איך האב נישט קיין טעות, איז עס זיין אייגענע ניגון.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

ראוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2015 10:53 am

תגובהדורך ראוונע » דינסטאג יולי 28, 2015 1:29 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:גוט גוט, דער בכן נפשי וויל איך נאך היינט וויסן פון וואו ס'קומט

אויב איך האב נישט קיין טעות, איז עס זיין אייגענע ניגון.

דעמאלטס איז ער א פיינער קאמפאוזער אויך

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יולי 28, 2015 1:38 pm

ראוונע האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:גוט גוט, דער בכן נפשי וויל איך נאך היינט וויסן פון וואו ס'קומט

אויב איך האב נישט קיין טעות, איז עס זיין אייגענע ניגון.

דעמאלטס איז ער א פיינער קאמפאוזער אויך

די גאנצע ניגון, נישט נאר די "בכן נפשי".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

ראוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2015 10:53 am

תגובהדורך ראוונע » דינסטאג יולי 28, 2015 1:54 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ראוונע האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:גוט גוט, דער בכן נפשי וויל איך נאך היינט וויסן פון וואו ס'קומט

אויב איך האב נישט קיין טעות, איז עס זיין אייגענע ניגון.

דעמאלטס איז ער א פיינער קאמפאוזער אויך

די גאנצע ניגון, נישט נאר די "בכן נפשי".

אמת אבער די בכן נפשי איז די הויכפונקט

ראוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2015 10:53 am

תגובהדורך ראוונע » דאנארשטאג יולי 30, 2015 1:07 am

געדענקט איינער ווען מהאט געמאכט דעם שניי מענטש פארענט פון די לאנטש רום אין רבי יעקב פנחס (מיט א קמץ אונטער די פ) האט געשריגען נו עבודה זארע אין עס צוווארפען?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 2:26 pm

viewtopic.php?p=1119910#p1119910

מיללער האט געשריבן:דרוקסארט פון די נייטרא ישיבה אין מאונט-קיסקא בשנת תשי"א, אינעם בריוו דאנקט די הנהלת הישיבה דעם "זשאונט" פארן ביישטייערן א סעט ש"ס, ווער איז "הרב יוליוס אונגאר" וואס שרייבט אונטער בשם די הנהלה, איז דאס הגה"צ דער נייטרא רב, רבי שלום משה אונגאר?
בילד
http://search.archives.jdc.org/multimed ... _00142.pdf

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 2:37 pm

היסטארישער דאקומענט!

באלד נאך די קריג, ליסטע פון נייטרא תלמידים וואס ווארטן אויף וויזע'ס אריינצוקומען קיין אמעריקא, דער דרוקסארט איז פון מתיבתא תורה ודעת, עס שיינט אז די וויזעס זענען אויסגעארבייט געווארן דורך די "אפיציעלע" פארלאנג פון תורה ודעת אז זיי ווערן דארט אנגענומען אלס תלמידים

קען מען אידענטיפיצירן די נעמען פון די זעכצן נייטרא תלמידים וואס ערשיינען אויף די היסטארישע רשימה?
http://search.archives.jdc.org/multimed ... _01501.pdf

1. באש, אברהם הערש - מבארדיוב - יליד תרפ"ט
2. באש, דוד - מבארדיוב - יליד תרצ"א
3. בראדי, אלבערט - מקעזמארק- יליד תרפ"ו
4. פישער, יוסף - מנייטרא - יליד תרפ"ז
5. פישער, ישראל - מנייטרא - תרפ"ח
6. גאלדשטיין, יוזשיען - נייטרא - תרצ"א
7. גאטטליעב, מארקעל - נייטרא - תרפ"ח
8. גליק, אלפרעד - נייטרא - תרפ"ח
9. הערמאן, עדווארד - " - פ"ט
10. הארעצקי, זשען - " - פ"ט
11. קאליש, מארק - שאללא - פ"ג
12. מיללער, שלמה - נייטרא - פ"ח
13. פאללאק, אהרן - " - צ'
14. פאללאק, דוד - " - פ"ח
15. שטערן, הערמאן - גאלאנטא - פ"ז
16. טראטצער, יוזשיען - נייטרא - פ"ח
צוגעלייגטע
Nitra.png

צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט