אידישע און אלגעמיינע היסטאריע
מיטוואך מאי 01, 2013 1:38 pm
פארשטייטציך האט געשריבן:יוסלמאן האט געשריבן:אן אלט בילד פונעם ישיבה גדולה.
קוקט אויס ווי די געגענט און די בולדונג האט א HISTORY וואס גייט צוריק יארן נאך פאר די ישיבה איז געשטאנען.
וואלט איינער עס געוואלט אויסשמוסען וועט מיך נישט באדערען אויב עס איז באריכות
מיינסט צו פרעגען די "מעין הויז" יא? נא זעכער האט עס היסטאריע, שפעטער בל"נ.
Advertisement
מיטוואך מאי 01, 2013 3:14 pm
די מעין בילדינג פאר זיך האט נישט קיין מעיזשאר היסטארי בעפאר די ישיבה כפי ידיעתי. עס האט באלאנגט פאר א רייכער גוי מיטן נאמען ברוסטער און ר׳ מיכאל בער האט עס אפגעקויפט פון זיין עסטעיט ווייל זיי האבן עס נישט געוואלט לאזן גיין אויף פארקלאוזשער (שארט סעיל?) די ווערט איז געווען בערך 350,000 און מען האט באצאלט א מאה אלף.
מיטוואך מאי 01, 2013 5:42 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:shmaltz painter האט געשריבן:.איך האפף אז דאס איז גרינגער
?דערקענט איר אױך װער עס שטײט מיטן ריקען צום בילד
די רב פארשטייט זיך. די רוקען וואלטעך געזאגט ר' מנחם משה זצ"ל
יאא אר רײט
װער עס שטײט מיטן ריקען צום בילד
איז
ר' מנחם משה זצ"ל
מיטוואך מאי 01, 2013 6:17 pm
מנחם משה וואס?
מיטוואך מאי 01, 2013 6:57 pm
!אה
'די ביזט נישט פון די נײטראס אז די קענסט פרעגען אזא קשי
דעטס אול רײט
"פעלזענבוג"
דא יאר האמװארק װער דאס איז גיװהן
מיטוואך מאי 01, 2013 7:33 pm
שנאפס האט געשריבן:מנחם משה וואס?
שמאלטץ האט שוין עטוואס געזאגט. כ'וועל אויך נישט זאגן צופיל, ווייל מען קען אויף הצדיק ר' מנחם משה שרייבן א בוך מן הסתם פון מער ווי איין באנד!
אזויפיל העלעך אייך זאגן, ער איז געווען פאר מרן רחמ"ד זצ"ל די רעכטע האנט, און די לינקע האנט, און ווען עס איז דא א דריטע האנט, וואלט ער דאס אויך געווען.
ר' מנחם משה וואַר א איד, אן קיין בארד, וואס אסאך רבי' און רבנים וואלטען זיך פאר אים געקענט פארשטעקען! און כ'רעד נישט קיין 2013 רבי'ס און רבנים, כ'רעד רבי'ס און רבנים פון די פריערדיגע דור.
דאנערשטאג מאי 02, 2013 4:00 pm
אה! ר׳ מנחם משה פעלזענבורג ז״ל. זיין יארצייט קאמט יעצט אויף עטליכע טעג בעפאר שבועות. ער האט געוואוינט אין וויען פאר׳ן קריג און האט געדארפט אנטלויפן ביים אנשלוס און איז דאן געקומען קיין אמעריקע. אין אמעריקע איז ער געווען פון די מיסדי קהל עדת יראים און ווען ר׳ מיכאל בער איז אנגעקומען איז ער געווארן זיין רעכטע האנט. ער איז נאך געווען אינוואלווד אין וויען אבער אזוי ווי עס איז געווארן א געהעריגע עסטעבלישט קהלה האט ער נישט אזוי שטארק אויסגעפעלט בימים ההם לעומת נייטרא. ר׳ משה מבאיאן זצ״ל הי״ד איז איינגעשטאנען ביי ר׳ מנחם משה אין וויען ווען ער האט נאכנישט געפירט א רעביסטווע. ר׳ מנחם משה האט עם געגעבן צו ליינען זיין אייגן קוויטל וואס הרה״ק ר׳ משה האט נישט געקענט אפזאגן ווייל ער איז געווען זיין בעל אכסניא און נאכדעם האבן די חסידים זיך ארויפגעכאפט אויף דעם מיטן טענה אז שוין יא קוויטלעך מוז ער שוין ווערן א רבי פאר אלע חסידים.
זונטאג מאי 05, 2013 8:07 am
הײנט איז א במדבר
?װײסט אײנער װאס דאס איז גיװען אמאהל אין נײטרא ישיבה
זונטאג מאי 05, 2013 10:37 am
נישט דער כינוס התלמידים?
אין מיינע צייטן איז עס שוין נישט געווען, אבער מ'האט נאך גערעדט דערפון.
זונטאג מאי 05, 2013 11:16 am
תשמ״ט וואר דאס לעצטע צוזאמענקופט וואר געוועזן דאכטציך
זונטאג מאי 05, 2013 11:23 am
שמעלקא טויב האט געשריבן:נישט דער כינוס התלמידים?
אין מיינע צייטן איז עס שוין נישט געווען, אבער מ'האט נאך גערעדט דערפון.
נישט כינוס התלמידים
Almost.
זונטאג מאי 05, 2013 11:31 am
Gevald Geshrigen האט געשריבן:תשמ״ט וואר דאס לעצטע צוזאמענקופט וואר געוועזן דאכטציך
זעלבּספארשטעדליך די דאטום קאנע זײן ריכטיג
"אבער אײערע נאהמען מוז זײן.... געװאלט "געשריעהן
זונטאג מאי 05, 2013 11:48 am
כ'דענק אז אין די טעג איז די יארצייט פון הר"ר יוסף עמרם זצ"ל. ס'איז שוין אדורך דרייצן יאר, עס לאזט זיך נישט גלייבן!
זונטאג מאי 05, 2013 2:22 pm
shmaltz painter האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן:נישט דער כינוס התלמידים?
אין מיינע צייטן איז עס שוין נישט געווען, אבער מ'האט נאך גערעדט דערפון.
נישט כינוס התלמידים
Almost.
דער אסיפה!
האַאַאַאַאַ (אביסעל דעם סאטמארער תנועה).
מר. שווארץ פלעגט אנפילען דעם לאך מיט וואסער, און אריינליגען די "וואסער שפריצער" הנקרא "פאונטען", ווי אין די גוטע יארן!
מאנטאג מאי 06, 2013 3:39 am
נאך אין נייטרא און טירנוי פלעגט זיין אסיפת התלמידים
אוון עס זענען פארבליבען הזמנות בכתב ידו פון ר' מיכאל בער זצ"ל אין א הערליך שריפט
מיטוואך מאי 08, 2013 9:12 pm
?װײסט אײנער עפעס היסטארי װעגען דיזע ספר
- עטעטשמענטס
-

- n11.jpg (68.27 KiB) געזעהן געווארן 261 מאל
פרייטאג מאי 10, 2013 7:21 am
If anyone is interested....
רמ"ב זצ"ל האט גימאכט א פרינטנג פרעס אין די ישיבה אין בחורים פלעגין זעצען ספרים
די תיקון ליל שבועות איז אײנע פין די ספרים װאס די ישיבה האט געדריקט
זעה "הישיבה והישוב" אינטען אויפן שער בלאט
אויך דא
- עטעטשמענטס
-

פרייטאג מאי 10, 2013 8:07 am
די נייטרא ישיבה האט שוין בשנת תרצ"ד געדרוקט א גרויסע כרך ס'
קיקיון דיונה (יש לי תח"י) ,אמנם עצם ההדפסה נעשה בוויען עם אותיות של ווארשא. בשנת תשי"ח נדפס צילום מהוצאה זו.
איני יודע למה השמיטו בהצילום הדף האחרון של הס' שבו תולדות המחבר (אולי נכתב ע"י רמ"ב)
מיטוואך יולי 03, 2013 1:42 pm
איינער פון די צדיקים וואס כ'האב זוכה געווען צו זעהן איז געווען כ"ק מרן בעל משאת משה מנייטרא זצ"ל אין די יארן וואס כ'האב פארברענגט אין די נייטרא ישיבה אין מאונט קיסקאו.
דער רבי האט מיר געכאפט ביים ערשטן שלום עליכם ביי מיין ערשטן זמן, כ'בין נישט קיין מבין אבער זיין יראת שמים האט אראפ געשיינט פון זיין איידעך געזיכט.
כ'פלעג אראפגיין שבת ביינאכט צום טיש, אדער קען מען עס רופן באטע ווייל ער פלעגט שוין אלץ האלטן אינמיטן די סעודה, מ'פלעגט אראפגיין מיט א געלע בענדל אויפ'ן שארט-קאט. ער פלעגט אלץ דערציילן שיינע מעשות, אסאך וואס ער האט אליין געזעהן אדער געהערט פון זיין גרויסן טאטן בעל נאות דשא זי"ע.
איינמאל פאר פורים האט מער מיר געזאגט: דרשו ה', וויאזוי? בקשו פניו תמיד, אפי' אין פורים דארף מען זיך פירן מענטשליך!
כ'האב נאך אסאך צו דערציילן פון אים.
מיטוואך יולי 03, 2013 1:46 pm
הו הא! די געלע בענדיל! ווי אזוי רבינו פלעגט ארויף קומען דעם בארג אין זיינע יארן, וועלעך קיינמאל פארשטיין!! און די "פלייש זאפט"! קומט מיר נאך יעצט ארויף די שפייאכט'ס.
מיטוואך יולי 03, 2013 1:52 pm
אה, און די לעבער פרייטאג צונאכטס, כ'האב נאך זינט דאן נישט געהאט אזאליכע לעבער! ער פלעגט זאגן ווען מ'האט זיך געשטיפט עס צו באקומען "מ'שטיפט זיך פאר אביסל כבוד...", נאך די לעבער פלעגן רוב בחורים צוריקגיין... יוצא געווען!
דענקעך נאך ווען דער רב הצעיר, היינטיגער רב, פלעגט פארזינגן מה ידידות יעדע וואך מיט עפעס א וויזניצער ניגון, אוי איז דאס שיין געווען.
דענקסט נאך רבינו דרייווען? איך דענק נאר דעם אלטן קאר לעבן גאלד פיש לעיק.
מיטוואך יולי 03, 2013 2:03 pm
שמעלקא טויב האט געשריבן:אה, און די לעבער פרייטאג צונאכטס, כ'האב נאך זינט דאן נישט געהאט אזאליכע לעבער! ער פלעגט זאגן ווען מ'האט זיך געשטיפט עס צו באקומען "מ'שטיפט זיך פאר אביסל כבוד...", נאך די לעבער פלעגן רוב בחורים צוריקגיין... יוצא געווען!
דענקעך נאך ווען דער רב הצעיר, היינטיגער רב, פלעגט פארזינגן מה ידידות יעדע וואך מיט עפעס א וויזניצער ניגון, אוי איז דאס שיין געווען.
דענקסט נאך רבינו דרייווען? איך דענק נאר דעם אלטן קאר לעבן גאלד פיש לעיק.
די אלטע קאר, איז נאך מן הסתם דארט ביד היינט. די ניגון איז זיין אייגענע "זוימיינעך".
מיטוואך יולי 03, 2013 2:12 pm
שמעלקא טויב האט געשריבן:דענקעך נאך ווען דער רב הצעיר, היינטיגער רב, פלעגט פארזינגן מה ידידות יעדע וואך מיט עפעס א וויזניצער ניגון, אוי איז דאס שיין געווען.
מיינסט די ניגון וואס ער פלעגט איבערזינגן ובכן נפשי?
מיטוואך יולי 03, 2013 2:14 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:הו הא! די געלע בענדיל! ווי אזוי רבינו פלעגט ארויף קומען דעם בארג אין זיינע יארן, וועלעך קיינמאל פארשטיין!! און די "פלייש זאפט"! קומט מיר נאך יעצט ארויף די שפייאכט'ס.
געדענקמיר נאך די חלה איינטינקן אין די זאפט, מעין עולם הבא...
מיטוואך יולי 03, 2013 2:39 pm
טראנספארט האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן:דענקעך נאך ווען דער רב הצעיר, היינטיגער רב, פלעגט פארזינגן מה ידידות יעדע וואך מיט עפעס א וויזניצער ניגון, אוי איז דאס שיין געווען.
מיינסט די ניגון וואס ער פלעגט איבערזינגן ובכן נפשי?
ובכן נפשי,
נפשי נפשי,
נפשי נפשי נפשי,
לך ערגה
ובכן נפשי,
לך ערגה,
ולנוח,
ולנוח בחיבת,
........