Advertisement

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג אפריל 07, 2013 2:18 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:איינמאל ביי די יערליכע אסיפה פון ישיבה שוין [אין נייטרא], איז געוועהן אן הכנסת ספר תורה אויך, אינמיטן דעם יו"ט שטימונגן גברא לגברא האבן מיר זיך געטראפן זיצן אויף איין טישל, איז געגאנגען א שמועס, זייער אן אינטערעסאנטער, ס'רוב האב איך שוין לדאבוני פארגעסן,
כמה איינצלהייטן האב אין מיך דערמאנט, זעהנדיג דאס בילד פון זיין חתונה.
ער האט פארציילט, אז איינמאהל רופט אים ר' מיכאל בער זצ"ל אריין, און זאגט אים אז שוין צייט פון טראכן "תכלית", פאר אין שטאט אריין, דינג זיך א בית דירה, פאנג אן עפעס פרנסה, און הער שידוכים...
ר' אהרן - זייענדיג ממש א בן בית ביי רבי מיכאל בער - האט זיך געבעטן "רבי! ס'איז מיר זייער גוט דא ביים רבי'ן, ס'פעלט מיר גארנישט... פארוואס זאל איך אפלאזן?.." רבי מיכאל בער האט אבער נישט אנגענומען קיינע 'תחנונים' און געהייסן אריין אין שטאט כנ"ל.
ס'האט אנגעפאנגען קומען הצעות, ווען ס'האט אים אויסגעזעהן גאנץ כמעשה, איז ער אריבער צום קאשוי רב פרעגן דעתו, קאשוי רב האט צוגעשטימט, גייט ר' אהרן צו רבי מיכאל בער'ן און איז שואל על אבידתו, רבי מיכאל בער זאגט אים "עס איז ניקס פאר דיר!" ר' אהרן גייט צוריק צום קאשוי רב, און זאגט אים איבער דברי רבי מיכאל בער, קאשוי רב רופט זיך אן, "וואס רבי מיכאל בער זאגט זאלסטו אויספאלגן! חלילה נישט טוהן אנדערש!...
דאס קומענדיגע וואס מ'האט אנגעטראגן איז ר' אהרן געגאנגען פרעגן רבי מיכאל בער'ן, "יא ס'איז גוט פאר דיר" האט אים רבי מיכאל בער באלד געענטפערט, וואס למעשה איז טאקע געקומען לגמר.
די חתונה האבן מיר מיטגעהאלטן דא אויפן בילד...

נאך האט ער מיר פארציילט, ער האט זיך מתייעץ געווען מיט רבי מיכאל בער בנוגע וועלכע פרנסה זיך עוסק זיין, רבי מיכאל בער האט אים געזאגט ער זאל עוסק זיין אין "באקלס" און אים צוגעוואונטשן הצלחה.

למעשה איז דאס טאקע געועהן זיין ביזנעס, וואו ער האט געהאט גרויס סייעתא דשמיא און שטארק מצליח געווען אין פארלויף פון זיינע יארן, און עיקר פירותיהם ווארט אים נאך זיינע הונדערט און צוואנציג לעלם הבא, השם ישלח לו במהרה רפואה שלימה.

שיין שיין!

אין ספר שטייט אז די בילד איז פון די תנאים, און עס איז דארט דא נאך צוויי בילדער.

Advertisement

זונטאג אפריל 07, 2013 2:26 pm

יישר בעאבאכטער זייער שיין...

----------
און וואס איז די האלב הוטן און האלב שטריימלך?

זונטאג אפריל 07, 2013 2:52 pm

רבי מיכאל בער איז נישט געגאנגען מיט א שטריימל כפי ידיעתי,
דער שוואגער, נייטרא רב, ווייס איך נישט צו בימים ההם איז ער געגאנגען מיט א שטריימל, ואם איתא אז יא, פון "תנאים" לא קשה מידי.

זונטאג אפריל 07, 2013 2:59 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן: אין ספר שטייט אז די בילד איז פון די תנאים, און עס איז דארט דא נאך צוויי בילדער.

איר מיינט "איש חמודות"?
אן הערליך שיין ספר, ריח שמנו טובים.

זונטאג אפריל 07, 2013 2:59 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: אין ספר שטייט אז די בילד איז פון די תנאים, און עס איז דארט דא נאך צוויי בילדער.

איר מיינט "איש חמודות"?
אן הערליך שיין ספר, ריח שמנו טובים.

יא!

זונטאג אפריל 07, 2013 3:24 pm

א מעשה נורא וואס ר' אהרן האט מיר פארציילט, וואס זייענדיג א בן בית ביי רבי מיכאל בער געדענקט ער עס גוט.

געווען אמאל אן ערב שב"ק, רבי מיכאל בער פרעגט ר' יונה'ען זצ"ל, היות ער איז נעכטן ביינאכט אדורך געגאנגען דעם בית מדרש, און עפעס האט נישט געטויגט... ס'איז נישט געווען כתמול שלשום... דער קול תורה...
ר' יונה ענטפערט רבי מיכאל בער'ן אז ער האט גארנישט געזען קיין ענדערונג, נישט אין התנהגות, און נישט און דאס לערנען, מ'האט זייער פיין געלערנט, ווי אייביג...

רבי מיכאל בער איז אבער נישט רוהיג, ער לאזט נישט נאך... נאך כמה וכמה חקירות און דרישות וואס רבי מיכאל בער האט אויסגעפרעגט, האט זיך אויסגעשטעלט אז יענעם דאנערשטאג האט מען לראשונה געברענגט אין ישיבה אראנדזש דזשוס, וואס די שטאט האט בעשטעטיגט פאר די ישיבה.

"דאס איז עס!..." גיט זיך רבי מיכאל בער זיך א כאפ... "דאס איז עס!..." מ'האט באלד געשפירט דעם ענדערונג...

דאס האט מיר ר' אהרן פארציילט אז ער געדעקנט דאס ווי היינט...
מורא'דיג!...



נ.ב. ואמרתי בדרך צחות על פי מעשה זו,
צו איז נישט געווען בכוונה תחילה אז די 'מטעמים' פון די נייטרא קאך [כידוע ליודעי חן...] זאלן האבן יענעם טעם...

מאנטאג אפריל 08, 2013 7:25 am

וואו! א געוואלדיגע מעשה! די צדיקים האבען געהאט א גאר איידעלע שמעק צו זאכען...

מאנטאג אפריל 08, 2013 1:44 pm

פשיהא, נישט סתם אבי א מעשה, ישר כוח בעבאכטער!

איז ר' אהרן פישער דער נגיד פון בארא פארק צו וועם מיר פלעגט פורים גיין טאנצן מיט'ן מאביל?

מאנטאג אפריל 08, 2013 2:26 pm

יא יא, דאס איז דער ר' אהרן פישער.

אגב, דער ר' אהרן איז נתקיים געווארן ביי אים די ברכה פון "האי מאן דמוקיר רבנן זוכה לחתוונתא רבנן"
ער האט איידעמער גדולי תורה ממש, צווישן זיי איז דער באקאנטער ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א.
איינער וואוינט כיום אין ארץ ישראל כ'האב פארגעסן זיין נאמען, עפעס גאר געוואלדיג, נאר נישט אזוי מפורסם.

מאנטאג אפריל 08, 2013 2:34 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:יא יא, דאס איז דער ר' אהרן פישער.

אגב, דער ר' אהרן איז נתקיים געווארן ביי אים די ברכה פון "האי מאן דמוקיר רבנן זוכה לחתוונתא רבנן"
ער האט איידעמער גדולי תורה ממש, צווישן זיי איז דער באקאנטער ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א.
איינער וואוינט כיום אין ארץ ישראל כ'האב פארגעסן זיין נאמען, עפעס גאר געוואלדיג, נאר נישט אזוי מפורסם.

אויך ר' מנחם אונגאר שליט"א ראש הכולל נייטרא וויליאמסבורג.

מאנטאג אפריל 08, 2013 2:44 pm

אמת,
נאך אן איידעם א זוהן פון ר' אליש ענגלענדער, א גרויסער תלמיד חכם מיט ברייטן פארנעם.

מאנטאג אפריל 08, 2013 2:46 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:אמת,
נאך אן איידעם ר' בעריש א זוהן פון ר' אליש ענגלענדער, א גרויסער תלמיד חכם מיט ברייטן פארנעם.

ז"ל

מאנטאג אפריל 08, 2013 2:52 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:אמת,
נאך אן איידעם ר' בעריש א זוהן פון ר' אליש ענגלענדער, א גרויסער תלמיד חכם מיט ברייטן פארנעם.

ז"ל

נישט געוואוסט, איך האב מיך טועה געוועהן מיט אן אנדער זוהן.

מאנטאג אפריל 08, 2013 4:37 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:יא יא, דאס איז דער ר' אהרן פישער.

אגב, דער ר' אהרן איז נתקיים געווארן ביי אים די ברכה פון "האי מאן דמוקיר רבנן זוכה לחתוונתא רבנן"
ער האט איידעמער גדולי תורה ממש, צווישן זיי איז דער באקאנטער ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א.
איינער וואוינט כיום אין ארץ ישראל כ'האב פארגעסן זיין נאמען, עפעס גאר געוואלדיג, נאר נישט אזוי מפורסם.

ר' יצחק שאול בן ר' וואלף נויאוויטש

מאנטאג אפריל 08, 2013 5:15 pm

סיגוט האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:יא יא, דאס איז דער ר' אהרן פישער.

אגב, דער ר' אהרן איז נתקיים געווארן ביי אים די ברכה פון "האי מאן דמוקיר רבנן זוכה לחתוונתא רבנן"
ער האט איידעמער גדולי תורה ממש, צווישן זיי איז דער באקאנטער ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א.
איינער וואוינט כיום אין ארץ ישראל כ'האב פארגעסן זיין נאמען, עפעס גאר געוואלדיג, נאר נישט אזוי מפורסם.

ר' יצחק שאול בן ר' וואלף נויאוויטש

יא יא, עם האב איך געמיינט.

דינסטאג אפריל 23, 2013 6:48 pm

אז עטס זענען יא נײטרא ישובניקעס
לאמער זעהן צי אײנער װײסט צי זאגען װעגען דעם בילד - װאס איך נאר יעצט באקימן.
עטעטשמענטס
ny.jpg
ny.jpg (36.74 KiB) געזעהן געווארן 497 מאל

זונטאג אפריל 28, 2013 11:27 am

קײנער פּראבּירט נישט ?

זונטאג אפריל 28, 2013 2:06 pm

ווען מען רעדט פון רבי אהרן פישער זאל האבן א רפואה שלימה, דארף מען דערמאנען וואו געטריי ער איז געווען אלע יארן פאר די ישיבה, דינענדיג אלץ פרעזידענט פאר די ישיבה ביז היינט צוטאגס, און אייביגע געטראגן די עול פון די ישיבה אויף זיינע פלייצעס, און אזוי אויך געשטאנען צום רעכטן האנט פון די אייניקל פון זיין רבי רבי מיכאל בער, די היינטיגער נייטרא ראש ישיבה שליט"א, ער האט גענומען אויף זיינע פלייצעס צו אויפבויען די ישיבה אין טשעסטער, און ער האט פיניאנצירט א גרויסן חלק דערפון פון זיין טאש, זאל טאקע זיין גרויסע רבי זיין אר עם א מליץ יושר פאר א גאנצע רפואה.

און שמאלץ פעינטער ווער איז די בילד וואס די ברענגסט אראפ, איך אלץ איינער וואס האט פארברענגט מיינע יארן אין נייטרא וויס נישט וואס דאס בילד איז

זונטאג אפריל 28, 2013 10:46 pm

װאלװעלע
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

מאנטאג אפריל 29, 2013 6:43 pm

?סא
אײ געס אז מיר האבען נישט דא קײנע אלד טײמערס

דינסטאג אפריל 30, 2013 6:59 pm

shmaltz painter האט געשריבן:אז עטס זענען יא נײטרא ישובניקעס
לאמער זעהן צי אײנער װײסט צי זאגען װעגען דעם בילד - װאס איך נאר יעצט באקימן.



ני -
איך זעה אז קײנע יושבניקעס ױסען נישט אדער אפשר זענען נישט נייגעריק װעל איך מגלה זײן
הרב בנימין חײם שטײנער ז"ל בעמח"ס בירורי השיטות
'פורים תשכ"ה אדער ו
ער האט נישט גיטראגען א שטרײמעל

דער הויכער פרײליכער בחור
איז ר' חײם יעקל זופניק אין דער אנדערער איז ר' משה זושא ברױן

דינסטאג אפריל 30, 2013 9:55 pm

.איך האפף אז דאס איז גרינגער
?דערקענט איר אױך װער עס שטײט מיטן ריקען צום בילד
עטעטשמענטס
n1.jpg
n1.jpg (48.09 KiB) געזעהן געווארן 335 מאל

דינסטאג אפריל 30, 2013 10:20 pm

shmaltz painter האט געשריבן:.איך האפף אז דאס איז גרינגער
?דערקענט איר אױך װער עס שטײט מיטן ריקען צום בילד

די רב פארשטייט זיך. די רוקען וואלטעך געזאגט ר' מנחם משה זצ"ל

מיטוואך מאי 01, 2013 7:17 am

דער בירורי השיטות איז א ספר הפלא ופלא
איז נאר דא אויף קידושין?

מיטוואך מאי 01, 2013 8:54 am

יוסלמאן האט געשריבן:אן אלט בילד פונעם ישיבה גדולה.

קוקט אויס ווי די געגענט און די בולדונג האט א HISTORY וואס גייט צוריק יארן נאך פאר די ישיבה איז געשטאנען.
וואלט איינער עס געוואלט אויסשמוסען וועט מיך נישט באדערען אויב עס איז באריכות
שרייב א תגובה

Advertisement