נייטרא - הישיבה והישוב

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך מארטש 03, 2010 12:48 pm

די טרעפ וואס פירן אראפ פון ישיבה צום גרין האוז, גאלדפיש לעיק, ישוב, בית רבינו, גראסערי, כלים מקוה ועו. מ'קען זעהן א חלק פונעם בנין הגדול פון ישיבה גדולה.
צוגעלייגטע
Yeshiva view.jpg
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 12:23 pm

ידידי הנקוב בניקו פארשטי_נישט האט מיר צוגעשיקט איטליכע בילדער.

1) הגאון הרחמ"ד זי"ע מיט הגאון ר' יעקב ארענשטיין,

2)בנין הדארמעטארי פון ישיבה דנייטרא אין טשעסטער.

ווער ס'נאך נישט געווען ביים נייטרא ישיבה אין טשעסטער ווייס נישט וואס ער פארפאסט, עפעס א הערליכע שטח, אוי דארף זיין געשמאק דארט צו לערנען.
צוגעלייגטע
reb MB.jpg
Katana chester.jpg
Katana chester.jpg (174.89 KiB) געזעהן 2567 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 1:03 pm

יוסלמאן האט געשריבן:ידידי הנקוב בניקו פארשטי_נישט האט מיר צוגעשיקט איטליכע בילדער.

1) הגאון הרחמ"ד זי"ע מיט הגאון ר' יעקב ארענשטיין.


יישר-כחכם הרב פארשטיי נישט ויוסלמאן,

איך האב שוין איינמאל געפרעגט מער פרטים איבער דעם ר' יעקב אורנשטיין, איז ער געווען א ירושלימער אפשטאמיגער, איז ער געווען פאר א צייט אין לאנדאן, איז פארבליבען פון אים קינדער, ווען איז ער אוועק, ווי ליגט ער?

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 1:15 pm

ר' יעקב ז"ל איז געקומען פון לאנדאן פון ווי ער האט זיך געראטעוועט ביי די קריג.

איין זון האט ער געהאט ר' יוסף, און נאך טעכטער.

---

א מזל טוב פארן מחותן הרב יצחק ארליינסקי ר"מ בישיבות בית יוסף, לאירוסי בתו רבקה מיטן זון פון ר' יעקב.
צוגעלייגטע
viewer.png
viewer.png (5.85 KiB) געזעהן 2538 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 2:16 pm

הגאון ר' יעקב ז"ל שוין אין די עלטערע יארן.
צוגעלייגטע
Reb Yankel.JPG
Reb Yankel.JPG (101.07 KiB) געזעהן 2500 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 2:43 pm

יוסלמאן האט געשריבן:ר' יעקב ז"ל איז געקומען פון לאנדאן פון ווי ער האט זיך געראטעוועט ביי די קריג.

איין זון האט ער געהאט ר' יוסף, און נאך טעכטער.

---

.

זיין נאמען פינקטליך איז "הארענשטיין"

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג מארטש 04, 2010 2:54 pm

ר' שבתי מרדכי מארקאוויטש, גבאי אין סאטמער 53 איז א איידעם ביי ר' יעקב ארענשטיין, כ'בין כמעט זיכער אז ביי דעם ר' יעקב ז"ל.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » פרייטאג מארטש 05, 2010 7:48 am

בס"ד,

איך האב געוואלט פרעגן אן אינטערעסאנטע קשיא: אויפ'ן דעקל פון "קראתי ואין עונה," און דערנאך "איש חמודות," און נאך פלעצער, טרעפט מען א הערליכן בילד פון ר' מיכאל בער זצ"ל, זייער אריסטאקראטיש מיט א נעקטיי און בעסערע ברילן.

דער בילד איז אויך געווען אין ניו יארק טיימס ביי זייער הספד אויפ'ן גאון וצדיק.

מיין פראגע איז, וואו און ווען איז דער בילד געכאפט געווארן? אויף אלע בילדער זעהט ער אויס אינגאנצן אנדערש ווי יענע מלכות'דיגע געשטעל. ממש ווי עס וואלטן געווען צוויי אנדערע מענטשן. איז מעגליך איז יענע בילד איז נאר געמאלן? אדער אפשר קען איינער צוברענגען א בילד וואו ר' מיכאל בער זעהט אויס כאטש אביסל ענליך צו יענעם בילד אויפ'ן דעקל.


*

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » פרייטאג מארטש 05, 2010 9:09 am

יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,

איך האב געוואלט פרעגן אן אינטערעסאנטע קשיא: אויפ'ן דעקל פון "קראתי ואין עונה," און דערנאך "איש חמודות," און נאך פלעצער, טרעפט מען א הערליכן בילד פון ר' מיכאל בער זצ"ל, זייער אריסטאקראטיש מיט א נעקטיי און בעסערע ברילן.

דער בילד איז אויך געווען אין ניו יארק טיימס ביי זייער הספד אויפ'ן גאון וצדיק.

מיין פראגע איז, וואו און ווען איז דער בילד געכאפט געווארן? אויף אלע בילדער זעהט ער אויס אינגאנצן אנדערש ווי יענע מלכות'דיגע געשטעל. ממש ווי עס וואלטן געווען צוויי אנדערע מענטשן. איז מעגליך איז יענע בילד איז נאר געמאלן? אדער אפשר קען איינער צוברענגען א בילד וואו ר' מיכאל בער זעהט אויס כאטש אביסל ענליך צו יענעם בילד אויפ'ן דעקל.


*

געהערט אמאל אז דאס איז געווען בשעת ווען ער איז געגאנגען שתדל'ן קיין ואשינגטאן,

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » פרייטאג מארטש 05, 2010 9:52 am

איר מיינט די בילד?
צוגעלייגטע
picture133.jpg
picture133.jpg (8.04 KiB) געזעהן 2393 מאל

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מוצ"ש מארטש 06, 2010 11:12 pm

יאפס, נו וודאי דאס בילד.

וואו נאך אנדערש האט ער דעם געשטעל, די צורה? איך האב שוין געזען אסאך פון אים, אבער אין ערגעץ נישט אפילו ענליכס צו דאס בילד.


*

פארשטיי-נישט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2009 5:11 pm

תגובהדורך פארשטיי-נישט » זונטאג מארטש 07, 2010 10:05 am

דאס וואס יאסל האט געענטפערט איז גערעכט איך וויס נישט צו ווען ער יז געגאנגען שתדלן אדער עפעס אנדערשט וואס ער האט זיך געדארפט שיין אנטוהן, איך האב געהערט אז עס איז געווען א מיטינג פון דאקטורים,
און וועגען א אנדערע בילד וואס קוקט אויס מער ענדליך צו עדם וועל איך פרובירן צו פארשאפן,

און הרב רבי יעקב הארנשטיין איז דער שווער פון ר' מרדכי שבתי מארקאוויטש,
און אויך הרב ר' יוסף מייער
און ער איז געווען א שוואגער פון הרב רבי יעקב אהרן פישער זי"ע א איידים פון נייטרא רב

ס'איז בראקאנא א מעשה אויף עם (איך ווייס נישט אויב עס איז אמת) אז איינמאל ווען ער האט פארגעלערענט דער שיעור, און די בחורים האבן נישט געהאט קיין נערוון, האט מען דירעקט אנגעהייצט זייער שטארק דער כתה אז ער זאל נישט האבן קיין נערוון צו פארלערנען, און ער האט דאן דירעקט פארגעלערענט לענגער, האבן די בחורים אויפגעפענט די פענסטער, האט ער זיך אנגערופן ס'איז זייער קאלט פארמאכט די פענסטער, און אזוי האט ער פארגעלערענט 6 שעה,
(היינטיגע צייטן וואלט ער געבליבן אן קיין איין בחור ביי יענע שיעור, אבער אמאל איז געווען אנדערשט, און איך האט ר' יענקל געווארפן א מוראדיגע פחד,)

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג מארטש 08, 2010 7:49 am

דער בילד האבעך ערהאלטן פון ידידי הנקוב בניקו פארשטיי_נישט, שנוהג בנו טובת עין לשלוח לנו התמונת המונחים בגנזו, יהא חלקו עם מזכי הרבים.

די אנדערע זייט פונעם הערליכן דארמעטארי בילדינג. אויף די לינקע זייט קען מען זעהן די FAN וואס קומט ארויס פונעם קיך ווי מ'האט יעדן טאג אנגעגרייט הארטע אייער פאר פרישטאג. אן ארטיקעל פארזוך איז די עסן אין נייטרא, ס'טאקע נישט געווען קיין דחקות ווי אין נייטרא ביי די קריג, אבער די וואס זענען געקומען פון ישיבות ווי עסן איז געווען קע"ה בהרחבה, האבן געזעהן וואס ס'מיינט אביסל איינגעצוימט.
צוגעלייגטע
Old pic.JPG
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג מארטש 08, 2010 8:04 am

די בילדער זענען נישט אזוי קלאר (אולי וועט מען נאך קענען קלארער מאכן לכשאפנה).

די ערשטע בילד איז בחורים אין נייטרא ישיבה אין די י' יארן, ווער ס'דערקענט סיי וועם יבוא ויתן את השם.

די צווייטער בילד איז פונעם קעכער ר' חיים מרכי שטיינבערג ע"ה אפנעמענדיג מז"ט ביים ברית פון בנו העסקן הדגול ר' משה אהרן זז"ג.

ווייס איינער צו דער ברית איז געווען שבת (האמיר שויען גערעדט אז בזכות פונעם ברית האט נייטרא געהאט די זכיה פון נאך א שבת בצל הקודש פון רביה"ק זי"ע) קען דאן נישט זיין אז דער בילד איז פון ר' משה אהרן'ס ברית, אדער איז עס געווען פרייטאג און דער רבי איז שוין געבליבן אויף שבת?
צוגעלייגטע
Bucherim nitra.JPG
Bucherim nitra.JPG (127.13 KiB) געזעהן 2247 מאל
Steinberg bris.JPG
Steinberg bris.JPG (127.59 KiB) געזעהן 2245 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

פארשטיי-נישט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2009 5:11 pm

תגובהדורך פארשטיי-נישט » מאנטאג מארטש 08, 2010 8:13 am

אויף די בילד פון די בחורים איז פון אויבן דער 2טער אויף דער רעכטער זייט הרה"ח ' ישראל שמעי' ראזנער הי"ו, און אוף דער אונטערשטע שורה דער 2טער פון דער לינקער זייט הרה"ח ישראל איסר גרינפעלד ז"ל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 08, 2010 8:31 am

יוסלמאן די דרימעלסט?

היכי יתקיימו שניהם, אדער שבת אדער א בילד.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג מארטש 08, 2010 8:47 am

farshlufen האט געשריבן:יוסלמאן די דרימעלסט?

היכי יתקיימו שניהם, אדער שבת אדער א בילד.


במח"כ לא עיינתי בדיבורי היטב, שאלתי אי אפשר שהברית התקיים בשבת הרי התמונה משמחה אחר בבית החסיד ר' חיים מרדכי ע"ה כי בשבת לא יכלו להצתלם המאורע.

---

נאך א בילד (קרעדיט פארשטיי_נישט):

מרן הרחמ"ד זי"ע טאנצו מצוה טאנץ בחתונת הרבני החסיד ר' אלי' קאהן זז"ג. כבר דיברנו לעיל שר' אלי' ני"ו מחזיק באופן נפלא התלמיד תורה בישוב נייטרא במסי"נ ממש.
צוגעלייגטע
טאנץ אלי קאהן.jpg
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מארטש 08, 2010 9:51 am

יוסלמאן האט געשריבן:דער בילד האבעך ערהאלטן פון ידידי הנקוב בניקו פארשטיי_נישט, שנוהג בנו טובת עין לשלוח לנו התמונת המונחים בגנזו, יהא חלקו עם מזכי הרבים.

די אנדערע זייט פונעם הערליכן דארמעטארי בילדינג. אויף די לינקע זייט קען מען זעהן די FAN וואס קומט ארויס פונעם קיך ווי מ'האט יעדן טאג אנגעגרייט הארטע אייער פאר פרישטאג. אן ארטיקעל פארזוך איז די עסן אין נייטרא, ס'טאקע נישט געווען קיין דחקות ווי אין נייטרא ביי די קריג, אבער די וואס זענען געקומען פון ישיבות ווי עסן איז געווען קע"ה בהרחבה, האבן געזעהן וואס ס'מיינט אביסל איינגעצוימט.

מאך מיך נישט רעדן פון די עסן דארט... איך בין איין זמן געווען 'מילכיג' און געלעבט אויף קאקאש קעיק פון די מוטער.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג מארטש 08, 2010 10:53 am

קרעמער האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:דער בילד האבעך ערהאלטן פון ידידי הנקוב בניקו פארשטיי_נישט, שנוהג בנו טובת עין לשלוח לנו התמונת המונחים בגנזו, יהא חלקו עם מזכי הרבים.

די אנדערע זייט פונעם הערליכן דארמעטארי בילדינג. אויף די לינקע זייט קען מען זעהן די FAN וואס קומט ארויס פונעם קיך ווי מ'האט יעדן טאג אנגעגרייט הארטע אייער פאר פרישטאג. אן ארטיקעל פארזוך איז די עסן אין נייטרא, ס'טאקע נישט געווען קיין דחקות ווי אין נייטרא ביי די קריג, אבער די וואס זענען געקומען פון ישיבות ווי עסן איז געווען קע"ה בהרחבה, האבן געזעהן וואס ס'מיינט אביסל איינגעצוימט.

מאך מיך נישט רעדן פון די עסן דארט... איך בין איין זמן געווען 'מילכיג' און געלעבט אויף קאקאש קעיק פון די מוטער.

נעבעך נעבעך זוי א רחמנות,
סאיז נישט אזוי געפערליך ווי די לייגסט עס אראפ
דערמאן דיך ווען דער בחורישע תאוה דארט איז געווען ווען ר' אלי קאהן זז"ג האט געברענגט איינמאל א וואך פרישע ברויט, זיך אריינציכאפן פון די בעק ענטרענס אין קאך אין ארויסריקען א גאנץ פריש ווייכע ברייטעל וואס איז געווענליך נישט געווען א גאנצע וואך (אין מאיז געשטאנען אין די ליין צי מאכן טויסט אין די ישיבה קטנה לאנטש רום), איז דאס נישט ריינע תאוה במלוא מובן המילה וואס פאסט יא פאר א ישיבה בחור??

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג מארטש 08, 2010 1:15 pm

יאסל, פון ר' אלי' קאהן'ס נעכטיגע פרישע ברויט האמיר שוין גערעדט, ס'דאך געווען שריים פון די בערייען מאנטאג און דינסטאג צופרי פריש ברויט אין ישיבה. מ'האמיר זיך כמ"פ "איינגעבראכן" מאנטאג נאכט אין ברויט שטיבל לעבן קאך צו נעמן א גאנצן ברויט און מ'האט געגעסן. אבער ס'מערסטע איז געווען די חלה זונטאג אינדערפרי, חלה וואס כ'וואלט היינט נישט געגעסן מוצאי תשעה באב, אבער מ'זעמיר ב"ה געווען זאט, מ'האט נישט געהונגערט.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » מאנטאג מארטש 08, 2010 9:47 pm

עטס דערמאנטס מיר פונעם צוקנאקטן ברויט סלייסער וואס מיט יעדן עובר ושב איז עס געווארן אנגעפילט מיט די דיקע ברויטלעך...

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 9:11 am

אין א היכל הנגינה אשכול שרייבט ידידינו ר' יאסל

יאסל האט געשריבן:אז מ'רעדט פון אריבערברענגן ניגונים פון פרעמדע
איז היינט ציטאג אין נייטרא תשעה באב איינע פון די קינות בייטאג "זינגט מען מיט א מארש וואס איז מקובל אז ס'שטאמט פון די קרייץ ציגלער ימ"ש די יעקעס טענה'ען אז ס'איז א מנהג אויבערלאנד ביזן חת"ס ז"ל
מדערציילט אז הרה"ק ר' מענדעלע סטראפקאווער זצ"ל איז געווען אין נייטרא מאונט קיסקא נאכן קריג אין סאיז דא מערערע קינות וואס מזינגט אדער מברומט מיט פארשידענע נסחאות ער האט עס נישט געגליכן אבער גארנישט געזאגט
ס'איז אבער געקומען צו דעם מארש דאס האט ער נישט פארנימען מער און ער איז ראס געגאנגען
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג מארטש 16, 2010 8:47 am

איבער הגאון ר' יעקב הארענשטיין ז"ל מגי"ש בישיבת נייטרא, האב איך לעצטנס גערעדט מיט א קרוב זיינער און געהערט אביסל וועגן אים.

ר' יעקב האט געשטאמט פון חסידי טשארטקוב וואס האבן געוואוינט אין פוילן. נאכן ערשטן וועלט קריג האט ער געפליכטעט קיין וויען ווי עס געוואוינט זיין רבי הרה"ק רבי ישראל זצוק"ל בנו ומ"מ פון הרה"ק רבי דוד משה זצוק"ל דער פיפטער זון פון מרן קדוש ישראל מרוזין זצוק"ל.

ר' יעקב ז"ל איז געווען א חסיד מובהק פון רבו הקדוש, און ער פלעגט גיין יעדן פארטאגס ביז די אנדערע עק שטאט צו הערן ברכות התורה פון זיין רבין. מחמת סיבת שונות, והעיקר וועגן די גרויסע ירידה אין אידשקייט וואס האט ליידער נישט אויסגעמיטן רבישע שטיבער כידוע, האט ער שפעטער נישט געהאט קיין גרויסע שייכות מיט חסידות, ואכמ"ל.

פון וויען האט זיך ר' יעקב געראטעוועט קיין לאנדאן און פון דארט איז ער געקומען קיין אמעריקא ווי ער האט מרביץ תורה געווען אין נייטרא ישיבה.

אין די שפעטערע יארן האט מרן רבינו הקדוש מסאטמער זי"ע אים געוואלט ממנה זיין אלץ ראש ישיבה אין סאטמער, ער האט געטענהט מיטן רבין: איך בין דאך נישט קיין חסיד?! האט אים דער רבי געזאגט, כ'דארף נישט מ'זאל לערנען מיט בחורים חסידות, לערן מיט זיי גמרא תוספת. אבער צום סוף איז גארנישט געווארן דערפון.

ר' יעקב ז"ל האט אויך פארגעלערנט א שיעור יעדן טאג אין נייטרא ביהמ"ד אויף דעוויזשאן עוועניו אום האלב זעקס פארטאגס. ער פלעגט קומען צו פארן פון בארא פארק יעדן טאג אן אויסנאם, רעגן שניי, היצן קעלט, פלעגט ר' יעקב נישט צוריקהאלטן פון ארויפגיין אויפ'ן באן און גיין פארלערענען דעם שיעור. ער פלעגט קומען אין זונטאגס ווען קיינער איז נישט אנגעקומען אין אזא פריע שעה, אבער כדי שלא יבטל התמיד איז ר' יעקב געקומען קיין וויליאמסבורג אנע אויסנאם.

יהא זכרו ברוך.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

מבקש
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 08, 2010 11:10 am

תגובהדורך מבקש » דינסטאג מארטש 16, 2010 10:28 am

פארוואס זע איך נאר זכרונות פון די שפעטער יארן ווי נאר יאר תשנ"ד און ווייטער?... איך זוך זכרונות פון אסאך פריער, ווי די מ' יארן, און אפילו נאך פריער, ווי זענען די זכרונות פון ר' שמחה טעמפלער שליט"א, פון ר' מרדכי בעק שליט"א מיט ר' יוסף עמרם זצ"ל, אדער פון ר' אלי' קרויס שליט"א, ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א, און פון הג"ר מנשה שליט"א וועלכער איז נאך היינט אין די ישיבה גדולה אין טשעסטער, אה! פון ר' הערשל לעפקאוויטש שליט"א [מיט זיינע זאפטיגע משלים און די ציגערעטל און די קאווע] איך געדענק נאך ר' דוד מילער שליט"א פון מאנסי, און אפילו ר' העשל האלפערין שליט"א היינט דומץ וויען ב"פ, ווער נאך? העלפט מיר דערמאנען, אה! ר' אלי' אייכלער שליט"א וועלכער איז אריינגעקומען אין די ישיבה קטנה נאכדעם וואס ר' שמואל דוד ווייסמאנדל שליט"א איז פון דארט אוועק נאכן הארץ אטאקע [פארענדענדיג א שווערע זמן מיט מחלוקת צווישן די בחורים, וואס האט געשטעלט די גאנצע הנהלה אויף די פוס, אוי דער ווינטער זמן פון מ"ו... אבער איך מיין אז דער זומער זמן מ"ז וואס האט פארטריבן ר' אלי' אייכלער פון נייטרא איז נישט בעסער געווען, איך געדענק א דרשה פון ר' מנשה וואס ער האט גע'דרשנ'ט דעמאלס פאר "חמשה עשר באב", ווען ער האט געשריגן פון מדרש איכה "אילו זכינו" אויב וואלטן מיר זוכה געווען וואלטן מיר גערעדט פון חמשה עשר באב, עכשיו שלא זכינו מוז מען רעדן אנדערע זאכן... וואס דאכט זיך מיר אז אזא דרשה האב איך געהערט אלץ אינגל ביים מאכן אסיפה אין פראטס אינסטוט, די ערשטער פארזאמלונג בנוגע בעלז אין יאר מ"א?...]
ואס נאך? אה פארגעסן דער היינטיגער רב שליט"א זעלבסט, גאנץ ווייניג געווען אין די ישיבה אין מיינע צייטן, איך געדענק ווער ער האט געדרייוו מיט פעסטקייט, אבער ער האט שפעטער ארויסגעגעבן די "דבש מסלע"... ווער נאך? דערמאנט מיר, לאזט נישט נאר די יונגע פירן די זאך...
אדרבה ברענגט אויף נאך זכרונות פון די אנדערע ארבעטער, ווי פון ר' וואלף דער קעכער, [דער פאטער פון שמחה וועלכער איז שוין דאכט זיך היינט צוריק קעכער] יעקב ליבערמאן דער קעכער פון אמאל, אדער שמעון האלצמאן, אדער אפילו פון "באראך" יעקב ליבערמאן'ס צדיק, אביסל שפעטער איז שוין דארטן געווארן "פראיעם" א נשמה וואס איך ווייס נישט ווי ער געפונט זיך.
ו

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג מארטש 16, 2010 11:47 am

מבקש, איך זעה אז איר זענט א תלמיד פון יענע יארן, אדרבה, זייט אונז מזכה. נאר אגב ביטע זיך האלטן אביסל ראויג מיט די פראפאראנצן פונעם פארום. ס'איז נישט אזוי וויכטיג צו שרייבן ווער ס'האט געטרין אן אויטא און שפעטער מחבר געווען א ספר... אנדערש שרייבט וועגן ר' וואלף שמאועלס פיש זאפט וואס כ'האב געהערט פון כמה נייטרא תלמידים אז אזא פיש זאפט ווי ר' וואלף האט קיינער נישט געמאכט.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 8 געסט