נייטרא - הישיבה והישוב

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארשטיי-נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיי-נישט »

הרב ר' שמואל דוד אונגאר ברי"י אוי איך דערמאן מיר א יוד א זעלטענהייט פון א ת"ח און א מתמיד, און אלכעס אן קיין שום פראפעגאנדע, און אויך זיין נישט לשה"ר רעדן
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

און זיין שרייבן אויף די קליינע notepad זיצענדיג פארטראכט אינמיטן ביהמ"ד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שטיקל גבאי האט געשריבן:ווען מהאט מייסד געווען די ישיבה האט מען געמאכט תקנות וואס איז שפעטער געדרוקט געווארן אין ספר תורת חמ"ד.

פארוואס האט איר ארויסגעלאזט דעם אנהויב?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אפשר טוישט מען דעם קעפעל צו "היושב והישיבה בנייטרא"? מ'וועט שרייבן דא אויך איבערן יושב.
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

יוסלמאן האט געשריבן:אפשר טוישט מען דעם קעפעל צו "היושב והישיבה בנייטרא"? מ'וועט שרייבן דא אויך איבערן יושב.

אזוי האב איך טאקע געשריבן לכתחילה אבער מען האט עס מיר געטוישט
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

און ווי קען מען פארגעסן פון הרה"צ ר' יעקב אליעזר הערצאג שליט"א, איך ווייס נישט וואס צו שרייבן וועגן אים - ווי פאנג איך אן, זיין דאווענען? זיין לערנען? זיין עבודת אכילה? זיין פארלערנען סוגיא? זיין פארלערנען חסידות? אא"וו
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ווי האלט מיר אויף די וועלט אז מ'פארגעסט שוין פון ר' יעקב אליעזרן. ער וואוינט נאך אין נייטרא?

מיין מגי"ש וואס האט מיר פארעקלט פונעם ציגרעטאל ר' בנימין געשטעטנער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:דער רבי ז"ל איז דאכציך געווען אין נייטרא אויפן ברית פון ר' משה אהרן שטיינבערג זז"ג, זיין פאטער ר' חיים מרדכי איז דאן געווען דארט קעכער.


ערהאלטן אין אישית פרטים איבער די ברית און נאך פונקטן איבער נייטרא:
דאס אז רח"מ האט נישט געברענגט צום רבי'ן די ברית איז אויך צו פארדאנקען פאר'ן אינטערשטעלן און אפען זיך ארויסשטעלן פון ר' מיכעל בער ז"ל וועלענדיג אז דער רבי זאל אזוי קומען צו בלייבן שוין אויף שבת. וכך הווה, די רבי האט דאן געוויילט אויף שבת צוליב די ברית.

עטליכע יאר צוריק ארויסגעקומען א חיבור קונטרס'ל "פעולת צדיק לחיים" וואס פארציילט עס אין איינצעלהייטן, כ'אב עס געזען אין ספרים געשעפט ווייסט איינער צו נאך דא צו באקומען ערגעץ? לפי ידעתי איז עס שוין נישט בנמצא אין געשפטן


אויך איז באשריבן פון נייטרא ישיבה און ישוב זכרונות, אין דאס ביכל איבער 'משפחת גאנץ' וועלכע די ברודערס זענען געוען דארט תלמידים, זיי זענען דארט פאטאגראפירט, ער דערמאנט דארט אויך דעם קעכער רח"מ און א בילד פון אים. די בילד דארט פון קעכער איז אויף די עלטערע יארן ביי א פדין הבן, ווי עס זעט אויס אויפ'ן בילד

ר' שלמה אהרן פריעדמאן זז"ג איז אויך געווען דארט פון די תלמידים, אויך - פונאנדערגעשייד - א שוואגער .
ר' הערש מענדל גרינוואלדע"ה וועלכע איז געווען אין א ווילטשער אסאך צייט.


אין נייטרא האט מען זיך געפירט צו מאכן שפילן (פלעיס) אייזיק האניג און ליפא מאטיאש פלעגן שפילן, און נאך אנדערע.

די ישיבה'ס נאמאן איז ישיבה פארם. ווייל ר' מיכאל האט געהאט א פלאן די בחורים וואס זענען נישט ביים לערנען זאלן ארבייטן און זיין פראדקטיוו פאר די מענטשהייט און פאר זייער וואוילזיין און נישט גיין אראפ פון זינען צוליב די ליידיגע צייט
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

יוסלמאן האט געשריבן:ווי האלט מיר אויף די וועלט אז מ'פארגעסט שוין פון ר' יעקב אליעזרן. ער וואוינט נאך אין נייטרא?

ער וואונט שוין היינט אין מאנסי.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

שקויעך מילער פארן ברענגן. אינעם גאנץ בוך ברענגט ער טאקע זייער אינטערסאנטע בילדער און פרטים פון נייטרא ישיבה, למשל די חתונה פון ר' יונה פארסט ז"ל ועוד.

אז דערמאנסט מיר פון די שפילערייען. אין מיינע צייטן איז געווען איין גאנץ פיינע שפיל, אבער אין פריערדיגע יארן איז געווען איין פלעי וואס מ'האט געזאגט אז ר' מרדכי בעק, ראש ישיבה בהייטרא כמה שנים, איז געווען דער הויפט פלאנירער בשכר אז מ'וועט לערנען פלייסיג. איז געווען עפעס א שפיל איבער די קרייציגלער, כ'דענק נישט צו ס'האט געהייסן "די לעצטע מינוט", כ'מיין אז ר' פנחס מרדכי (פיניקי) וועבער האט אויך געלערנט אין נייטרא און דארט געשפילט, אבער ר' אייזיק האניג איז זיכער געווען דער הויפט שפילער.

אויב איינער ווייס ווי מ'קען פארשאפן די טעיפ, סי. די. איז זיכער נישט געווען זאל ביטע לאזן וויסן אדער מיר שיקן אין אישי. מ'האט מיר עס אמאל צוגענומען אין ישיבה. איין שטיקעל דענעק איך ווען ר' אייזיק איז אנגעקומען צום כותל המערבי אינגאנצען פארלוירן האט ער עפעס אויסטערליש הארציג הערליך געזינגען, כ'דענק נישט פונקטליך די גראמען אבער עפעס אזוי: הייליגער טאטע אבי אבי, איך שטיי דא ביים כותל המערבי.

---

צוגעלייגט:

אין ספר הזכרונות פון גאנץ שרייבט ער טאקע פון ר' משה אהרן'ס ברית.
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

מיללער האט געשריבן:אין נייטרא האט מען זיך געפירט צו מאכן שפילן (פלעיס) אייזיק האניג און ליפא מאטיאש פלעגן שפילן, און נאך אנדערע.

די ישיבה'ס נאמאן איז ישיבה פארם. ווייל ר' מיכאל האט געהאט א פלאן די בחורים וואס זענען נישט ביים לערנען זאלן ארבייטן און זיין פראדקטיוו פאר די מענטשהייט און פאר זייער וואוילזיין און נישט גיין אראפ פון זינען צוליב די ליידיגע צייט
[/quote]
אין נייטרא האט מען געשפילט די ער שטע יוסף שפיל דאכציך אין די סוף צ' יארן, איך האב אמאל געזעהן א בילד ווי ר' בנימין זאב לעווי איז געווען ביי יענעם שפיל יוסף.

די נאמען ישיבה פארם סעטעלמענט איז ווייל ר' מיכאל בער האט געוואלט אז עלטערן זאלן וועלן שיקן די קינדער אין ישיבה, און ער האט מורא געהאט אז עלטערן וועלן ענדערש וועלן אז די קינדער זאלן ארבעטן האט ער געמאכט אז מען זאל ארבעטן א האלבע טאג, און טאקע אין די בראשית יארן האט מען דארט געהאט א געהעריגע פארם.
און אז מרעדט שוין פונעם פארם קען מען דאך נישט פארגעסן פון ר' יעקב שווארץ אדער ווי מען האט אים גערופן מיסטער שווארץ וואס ער נעמט נאך היינט קעיר פונעם יושב ווי פון א פארם.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

הא, מר. שווארץ ארבייט אויפ'ן פעלד, האסט אמאל געזעהן דעם בילד? די ישיבה האט געהייסן פארם ווייל ס'האט געהאט א פארם, כ'האב קיינמאל נישט געהערט וועגן דעם טעם וואס דו זאגסט אז עלטערן זאלן שיקן, אבער ס'קען אויך זיין.

כ'מיין אז מ'פלעגט אין די בראשית יארן פארקויפן קעיז פון די ישיבה מיטן נאמען ישיבה פארם סעטעלמענט. אויך איז געווען א דרוקעריי מיט וואס בחורים האבן עוסק געווען.
לעצט פארראכטן דורך יוסלמאן אום דאנערשטאג פעברואר 25, 2010 7:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אגב שמעתי פעם שיחה בנייטרא בין הגאון ר' הילל וויינבערגער דומ"ץ הקריה שליט"א וכ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א אז ווען דער רבי ז"ל איז געווען אין נייטרא (דאכט זיך בעת ניחום אבלים אצל בעל משאת משה לפטירת בנו ר' חיים אלי' ז"ל) האט דער רבי געזאגט "מיין שטעטעל וועט נישט זיין אזוי געדרייט ווי דא"
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

פארשטיי-נישט : די האסט אונגערירט א פינקט פון ר' אלי (אויב איך מעג זאגען הר"ר) קאהן, זיין גאנצע חיות איז נאר די נייטרא ת"ת, געהערט פון קראנטע מקורות אז כמעט זיין גאנצע געלט וועס ער ברענג אהיים יעדן וואך גייט פאר די ת"ת, עס קוקט אויס ווי ער ארבעט נאר כדי נייטרא זאל האבען געלט, ער פארט מיט זיין אלטע קאר מיט די מילך און ברויט, עכט א יוד פון אמאל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ס'קוקט אויס ווי יוסלמאן'ס אשכול...

ר' אלי' פלעגט ברענגן יעדע מאנטאג נאכט "פרישע" ברויט, (ער האט נאכנישט געהאט אזא אלטע קאר) אויכמער פריש, מאנטאג האט ער באקומען די שריים פון זונטאג און דאס איז געווען פריש דינסטאג אינדערפרי אין ישיבה. זונטאג פריש ברויט איז געווען אזוי ווי סטעיק פאר נאכטמאל.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

יוסלמאן אויב די קענסט אים, זיין תמימות איז ווערט אלע געלטער, אויב מען מעג זאגען שטיל ער פאסט זייער אסאך איבערהויפט שובבי"ם, אין איך ראצער וואס קען איך זאגען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

יוסלמאן האט געשריבן:הא, מרץ שווארץ ארבייט אויפ'ן פעלד, האסט אמאל געזעהן דעם בילד? די ישיבה האט געהייסן פארם ווייל ס'האט געהאט א פארם, כ'האב קיינמאל נישט געהערט וועגן דעם טעם וואס דו זאגסט אז עלטערן זאלן שיקן, אבער ס'קען אויך זיין.

כ'מיין אז מ'פלעגט אין די בראשית יארן פארקויפן קעיז פון די ישיבה מיטן נאמען ישיבה פארם סעטעלמענט. אויך איז געווען א דרוקעריי מיט וואס בחורים האבן עוסק געווען.


לגבי די נאמען האב איך אזוי געהערט פון אדמו"ר מנייטרא שליט"א

די דריקעריי האט געהייסן ישיבה פרעס, ספר תורת חמ"ד געדרוקט אין ישיבה.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

שטיקל גבאי האט געשריבן:אין סאמערוויל איז מען געווען בשנת תש"ז און קיין מאונט קיסקא איז מען געגאנגען א יאר שפעטער בשנת תש"ח.
הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל איז געווען זייער בידידות מיט ר' מיכאל בער זצ"ל און ווען ער איז געקומען קייאמעריקא האט אים ר' מיכאל בער געבעטן אז ער זאל זיך אויף האלטן אין סאמערוויל ביז ער איז זיך מסדר, איז ער געקומען קיין סאמערוויל פון פאר אדער גלייך נאך פסח תש"ז ביז נאך שבועות.
די קלויזענבורגער רב האט אויך חתונה געהאט אין סאמערוויל.

די באבע ע"ה פלעגט שטענדיג צי פארציילען אז ר' מיכאל בער ז"ל האט גערעדט צי די משפחות אין די בחורים וואס האבן זיך דארט אויפגעהאלטן אין סאמערוויל, זאגענדיג איך האב אייך נישט וואס צי געבן ( מיינענדיג גשמיות) וואס כקען אייך יא אהער שטעלן אין אהער ארויס ברענגען די גדולי ישראל, אין טאקע יענעם זימער האט דארט געווילט רביה"ק מסאטמאר דער סטראפקאווער רב אין ר' יונתן.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

שטיקל גבאי האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:כ'מיין אז מ'פלעגט אין די בראשית יארן פארקויפן קעיז פון די ישיבה מיטן נאמען ישיבה פארם סעטעלמענט. אויך איז געווען א דרוקעריי מיט וואס בחורים האבן עוסק געווען.


לגבי די נאמען האב איך אזוי געהערט פון אדמו"ר מנייטרא שליט"א

די דריקעריי האט געהייסן ישיבה פרעס, ספר תורת חמ"ד געדרוקט אין ישיבה.

די ישיבה האט געהאט א פארם ביז אינמיטן די כ' יארן וואס שטימט מיטן איינקלאנג פון ר' מיכאל בער'ס הישיבה והישוב וואס האט זיך קיינמאל נישט אויסגעארבעט,
באקאנט איז דאך דער פארם הויז וואס איז שפעטער איבערגארבעט געווארן פאר דירות.
סאיז געווען צי מקנא זיין די בחורים ווען מהאט זיי ארויפגעברענגט ווארעמע מילך נאר וואס געמאלקן.
אין קראתי ואין עונה קען מען זען אן עדווערטייזמענט אז די ישיבה האט 25 קי אין 3000 טשיקענס.
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

ווען מהאט געקויפט די ישיבה האט עס פארמאגט פיר בנינים:

1) די ישיבה בילדינג וואס איז אויפן בארג ממש א יופי פון א בילדינג, אין די בילדינג איז געווען די ישיבה, דארמיטארי, עס זאל, אויך האבן דארט געוואונט אפאר משפחות.
היינט איז דארט, די ישיבה גדולה דארמיטארי, ישיבה גדולה עס זאל.

2) די גאראדש, אין די בילדינג האבן געוואונט אפאר משפחות ובתוכם ר' מיכאל בער, ר' יעקב ארנשטיין, און נאך.
היינט איז דארט, די גראסערי, ישיבה אפיס, און עס וואונען דארט אפאר משפחות.

3) די פארם, דארט האט מען געהאדעוועט עופות און קיען, וואס נאך ווייס איך נישט.
שפעטער האבן דארט געוואונט אפאר משפחות, לעצטענס איז דאס פארברענט געווארן אין מאיז ארויס מיט ניסים, (קיינער איז ב"ה נישט געשעדיגט געווארן בלויז אפגעקומען מיט געלט שאדן קרעדיט קול מבשר).

4) די טויער הויז, דארט האט אלעמאל געוואונט ר' חיים שלמה פאללאק ע"ה, אים האט מען אהין געשטעלט אז ער זאל אכטונג געבן אויפן ישוב ווייל ער איז געווען א גיבור, איינמאל איז געווען עפעס באשריבן אין איינע פון די לאקאלע צייטונגען וועגן נייטרא האבן זיי אים גערופען "די רעד באלי".
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

הרה"ג ר' אלי' זאב קרויס שליט"א גם היה גר בהישוב ואחר פטירת בתו בדמ"י התיישב בוויליאמסבורג.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

הרב ר' יונה פארסט זצ"ל (קרעדיט נחמן נתן)
אטעטשמענטס
R' Yona.jpg
R' Yona.jpg (28.42 KiB) געזען 3383 מאל
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

הרה"צ ר' יעקב פנחס גוראלניק זצ"ל הנקרא די קליינע חפץ חיים. (קרעדיט נחמן נתן)
אטעטשמענטס
R' Yakov Pinches.jpg
R' Yakov Pinches.jpg (19.96 KiB) געזען 3378 מאל
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

און ווי קען מען פארגעסן ר' יחזקאל אביגדור פאגעל הי"ו, די מענידשער פון ישיבה, אלע דארפן אים איבערבעטן.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

ביקסאד האט געשריבן:הרה"ג ר' אלי' זאב קרויס שליט"א גם היה גר בהישוב ואחר פטירת בתו בדמ"י התיישב בוויליאמסבורג.

דאס איז געווען פאר בערך 7-8 יאר צוריק וואס ער האט אוועק געמופט.

אין די לעצטע פאר יאר האבן אוועק געמופט אסאך מענטשן, באלד מער וויפיל עס האבן דארט גאוואונט.
ווי למשל:
הרה"צ ר' יעקב אליעזר הערצאג שליט"א
הרב משה זאב אפפעל שליט"א
הרב מנשה מייער שליט"א
הרב אלי' זאב ואחיו הרב ישעי' קרויס שליט"א
הרב לייבוש גאטטעסמאן שליט"א
ר' הערש לייב לעבאוויטש הי"ו
ר' משה טאבאק הי"ו
ר' נפתלי צבי שווארץ הי"ו (צביקי)
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”