זקני חסידי קאסאן - ומתפללי ביהמ"ד סאלקא בוומ"ס

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

זקני חסידי קאסאן - ומתפללי ביהמ"ד סאלקא בוומ"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

מאקאווער האט געשריבן:בד"ה האשה החשובה מרת יוטעלע שווארץ ע"ה


זי איז נפטר געווארן אין עלטער פון ארום 94 יאר אלט זי האט איבער געלאזט טויזענטער אייניקלעך

איר מאן איז געווען הרה"ח ר' יאסל שווארץ ע"ה נפטר געווארן שוין אין די למד'ס ער ליגט אין ניו דזשוירזי מען לייגט איר אויך אהין

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?c ... m_id=16386

מיללער האט געשריבן:עטליכע קורצע שטריכען איבער מרת שווארץ ע"ה באקאנט אלס 'באבע יוטעלע'.

* היינט נאכט קומט פאר די חתונה פון אן אייניקל בבית חתנה ר' שלמה בצלאל וו"ב מקר"י
* איבערגעלאזט קרוב צו דריי טויזנט אייניקלעך, אור אייניקלעך און אור-אור אייניקלעך בלע"ה
* איר מאן איז געווען ר' יהוסף שווארץ ע"ה
* זי איז געווען א שווערסטער מיט ר' מרדכי שווארץ ז"ל דער מדקדק

זי איז אויך א שוועסטער מיט להבחל"ח אשת הרה"ח ר' אברהם מרדכי פאלאטשעק זצ"ל אויך האט זי געהאט אנאנדערן ברודער הרה"ח ר' ישראל מענדל שווארץ דער פאטער פון די סאלקע שווארצלעך אויף יוז סטריט
לעצט פארראכטן דורך מאקאווער אום דינסטאג יאנואר 05, 2010 1:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

יאפס
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

מאקאווער האט געשריבן:אויך האט זי געהאט אנאנדערן ברודער הרה"ח ר' ישראל מענדל שווארץ דער פאטער פון די סאלקע שווארצלעך אויף יוז סטריט

איך וואלט זייער געוואלט זעהן א בילד פון ר' ישראל מענדל
אפשר קענסטו (אדער איינער דא) שאפן איינס
-----------------------------
חוץ מזה וואלט געווען אינטרעסאנט א אשכול איבער סאלקע ביהמ"ד
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

אדרבה כוואלט אויך געוואלט זען א בילד פון עם לויט ווי כהאב זיך אנגעהערט איזער געווען א ווארימער חסידישער יוד
אויך וואלט איך געקענט באשטיין צו זען א בילד פון ר' יאסל שווארצ'ן ר' יאסל איז געווען אן אפשטאמיגער קאסאניער חסיד

און אזוי אויך וואלט מען ווען געדארפט עפענען אן אשכול איבער דעם לעגאנדאר'ן ר' אברהם מרדכי פאלאטשעק דער פאטער פון אלע היימישע ארגאניזאציעס ווי למשל אלע שבת פעקלעך ארגאניזאציעס זענען זיינע תלמידים און אויך זיינע פילע לייסטונגען פאר דעם גרינדונג פון די חברה הצלה און זיינע פילע לייסטונגען פאר ביקור חולים און פדיון שבויים וכו' וכו' אוי מי יתן לנו תמורתו - מיר האבן נישט לאנג צוריק פארמאגט אינגאטנצן אן אנדערן דור ווי אין וואס מיר לעבן היינט צוטאג'ס
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

11211 האט געשריבן:חוץ מזה וואלט געווען אינטרעסאנט א אשכול איבער סאלקע ביהמ"ד

אויע, פון דעם איז זיכער דא וואס צו רעדן.
סאלקא איז געווען דער קיבוץ פאר די קאסאנ'יער חסידים נאכן קריג. עס איז געווען א שיינער קיבוץ אידן, (קאסאניר רבי זי"ע איז אוועק אין קריג, נישט איבערלאזנדיג קיין זוהן, האבן זיך די קאסאניער צוזאמענגעהאלטן ביים איידעם דער סאלקא'ער רב). נאר אזוי ווי זיי האבן נישט פארמאגט קיין אייגענע מוסדות האבן זיי געשיקט די קינדער קיין סאטמאר אדער קלויזנבורג, דעריבער האט עס נישט געהאט קיין גרויסן קיום ווייל די קינדער זענען שוין געווען סאטמארע אדער קלויזנבורגע אדער טאהש.
עס איז דא אסאך צו דערציילן איבער דעם סאלקע ביהמ"ד.
רבי יהוסף שווארטץ איז געווען פון די מתפללים (ער הייסט נאכן בני שלישים).
זיין שוואגער רבי מרדכי שווארטץ,
רבי ישראל מענדל (ר' מרדכי'ס ברודער)
ועוד ...

אגב, דארף קלאר געשטעלט ווערן אז מיר רעדן פון טיסא-סאלקא, 'נישט' מאטא-סאלקא. די מאטא-סאלקא זענען די האדאס'ער פיש משפחה.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מאקאווער האט געשריבן: אלע שבת פעקלעך ארגאניזאציעס זענען זיינע תלמידים

דאס איז אביסל איבערגעטריבן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

11211 האט געשריבן:
מאקאווער האט געשריבן:אויך האט זי געהאט אנאנדערן ברודער הרה"ח ר' ישראל מענדל שווארץ דער פאטער פון די סאלקע שווארצלעך אויף יוז סטריט

איך וואלט זייער געוואלט זעהן א בילד פון ר' ישראל מענדל
אפשר קענסטו (אדער איינער דא) שאפן איינס
-----------------------------
חוץ מזה וואלט געווען אינטרעסאנט א אשכול איבער סאלקע ביהמ"ד

כ'בין היבש אינג געווען און כ'געדענק עס בלויז פון ווען עס איז געווען אויף בעדפארד ביי היוז סטריט (ס'איז געווען פארדעם אויף מארטאן סטריט) און הערשט נאך כמעט קיינער האט שוין נישט געלעבט דעמאלטס.

אביסל קינדערישע זכרונות:

איך געדענק נאר ר' מאטל ז"ל דער סאלקער רב, ער איז געווען זייער א ליבליכער און באחנ'טער מענטש עכ"פ איך אלס קינד האב איהם זייער געגליכן, (ער איז אוועק ערגעץ אין תש"ן, ווען כ'בין אלט געווען קנאפע 9 יאהר), איך געדענק איהם גוט, איך האב איהם עטליכע מאהל געהאלטן דאס פינגערל ביים ליינען (ער פלעגט ליינען אינעם חומש און קוקן מיט איין האלבער אויג אין דער ס"ת פלעגט מען איהם האלטן דאס פינגערל אין חומש), ער פלעגט שטענדיג צו געבן קושן זיינע ציצית פאר אונז קינדערלעך.

די רעבעצין 'סאלקא פייגי' איז אויך געווען פארט פון דער בית המדרש, שמיני עצרת פלעגט מען גיין צו איר אין די סוכה פלעגט זי אנגרייטן אזעלכע צוקערלעך מיט נוס.

ס'געווען א געשמאקער חסידישער קרעמל פון קאסאניער חסידים.

איך געדענק נאר ר' שלום אלי' פעלבערבוים, ר' יעקב חיים אמסעל (זיין לעכטיגע צורה קען זיך פון מיר נישט אפטוהן), ר' איתמר שווארץ (נאך אהן א שטריימל), ר' מאיר קרויס, ר' דויד איזאק און כ'געדענק שוין נישט אויף דער מינוט וועמען נאך.

דער עיקר איז געווען דער געשמאקער קאסאניער נוסח וואס מ'האט גוט אויס געזונגען, ויזכר ר' ישראל מענדל'ס קינדער וואס זענען נאך געבליבן עד היום די עמודים פונעם בית מדרש.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אלף בית האט געשריבן:אגב, דארף קלאר געשטעלט ווערן אז מיר רעדן פון טיסא-סאלקא, 'נישט' מאטא-סאלקא. די מאטא-סאלקא זענען די האדאס'ער פיש משפחה.


מיין סימן פלעגט זיין אז 'מאטל סאלקער' איז נישט 'מאטא סאלקא'...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

הרב פארשלאפן פארוואס זאגסטו אז ס'איבערגעטריבן די ווייסט דען אנדערש?
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

אפשר גרינדן מיר אן אשכול טאקע איבער משפחת שווארץ
ר' אברהם מרדכי פאלאטשעק זצ"ל
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

דער ר' יאסל שווארץ האט אויך געהאט דא א פאטער מיטן נאמען ר' משה שווארץ
ווייסט איינער וויאזוי האט די גאנצע משפחה איבערגעלעבט?
זענען זיי געווען אין די מאקעווער טראנספארט אדער גאר אינעם דעברעצינער טראנספארט?
11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

אלף בית האט געשריבן:
11211 האט געשריבן:חוץ מזה וואלט געווען אינטרעסאנט א אשכול איבער סאלקע ביהמ"ד

אויע, פון דעם איז זיכער דא וואס צו רעדן.
סאלקא איז געווען דער קיבוץ פאר די קאסאנ'יער חסידים נאכן קריג. עס איז געווען א שיינער קיבוץ אידן, (קאסאניר רבי זי"ע איז אוועק אין קריג, נישט איבערלאזנדיג קיין זוהן, האבן זיך די קאסאניער צוזאמענגעהאלטן ביים איידעם דער סאלקא'ער רב). נאר אזוי ווי זיי האבן נישט פארמאגט קיין אייגענע מוסדות האבן זיי געשיקט די קינדער קיין סאטמאר אדער קלויזנבורג, דעריבער האט עס נישט געהאט קיין גרויסן קיום ווייל די קינדער זענען שוין געווען סאטמארע אדער קלויזנבורגע אדער טאהש.
עס איז דא אסאך צו דערציילן איבער דעם סאלקע ביהמ"ד.

רבי יהוסף שווארטץ איז געווען פון די מתפללים (ער הייסט נאכן בני שלישים).
זיין שוואגער רבי מרדכי שווארטץ,
רבי ישראל מענדל (ר' מרדכי'ס ברודער)
ועוד ...

בן בוזי האט געשריבן:איך געדענק נאר ר' שלום אלי' פעלבערבוים, ר' יעקב חיים אמסעל (זיין לעכטיגע צורה קען זיך פון מיר נישט אפטוהן), ר' איתמר שווארץ (נאך אהן א שטריימל), ר' מאיר קרויס, ר' דויד איזאק און כ'געדענק שוין נישט אויף דער מינוט וועמען נאך.

נאך אפאר
ר' יצחק נאה (בעל קורא)
ר' ישראל מאיר גרובער
ר' נפתלי הערש לאנדא
ר' משה פילאף (פאטער פין ר' יונה)
ר' יוסף שמואל קרויס
ר' מרדכי לייב האלפערין (ברידער מיט הנ"ל)
ר' שמואל קרויס (איך מיין זיין טאטע זיידא ישראל חיים אויך)
נא ווער נאך?
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

איך האב אמאל געהערט פון א איד א ידען אז דער סאלקער ביהמ"ד האט געהאט די שענסטע מתפללים אין וומ"ס געוויקטע חסידישע אידן תלמידי חכמים וכו'.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דאס גייט שוין צוריק מיט אסאך יאהרן

ר' דויד ב"ר יצחק יעקב פעלבערבוים
ר' דויד ב"ר שמואל לייב פעלבערבוים
ר' דויד פעדער
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

האחים ר' מרדכי לייב האלפערין ור' יוסף שמואל קרויס געדענק איך שוין נישט דארט, ווען האבן זיי זיך אוועק געצויגן פון וויליאמסבורג?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

בן בוזי האט געשריבן:דאס גייט שוין צוריק מיט אסאך יאהרן
ר' דויד ב"ר יצחק יעקב פעלבערבוים

דער ר' דויד האט שפעטער געוואוינט אין סקווירא ער האט געאטעמט קאסאן, ער האט אראפ געשריבן די קאסאניער רב'ס מנהגים, און די קאסאנער ישיבה פון בארא פארק האט דאס לעצטענס געדרוקט
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ר' אברהם פרידריך ז"ל איז אויך געווען פון די קבועות'דיגע מתפללים

רבי מרדכי לייב האלפערין וילחט"א זיין ברודער ר' יהוסף שמואל קרויס, זענען פון אן אנדערע משפחה פון ר' שמואל.
ר' שמואל איז א לוי.

די זכרונות פון בן בוזי איז שוין גאנץ לעצטיגע זכרונות (גארנישט אזוי לעצטיג - 20 יאר)
ווער געדענקט נאך חוה"מ פסח פארטאג ווען מאיז אויפגעשטאנען מיטן דינער אין קאפ איבער די הסתלקות פונעם רב?
(איך נישט, כהאב נאר געהערט פון מיין טאטן זז"ג)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דו מיינסט דאס הסתלקות פון ר' יואל הערש דער בעל מעט צרי!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

בן בוזי, יא!

דאס ביהמ"ד איז נאך געווען אויף מארטאן. ווער דענקט?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

כ'קען נישט פארגעסן דעם צופרי ווען מען האט געהערט די ביטערע בשורה פון די פטירה פון ר' מאטל, דער סאלקער רב, ער איז נעבעך פלוצלינג אוועקגעריסן געווארן דורך א קאר עקסידענט אויפן וועג צו א שמחה, דאכט זיך אין תשנ"ב, אלט געווען בערך 62 יאר.

זיין ליבליכער שמייכל ליגט מיר נאך אין די ביינער.

זייט דעמאלסט האט דער סאלקער ביהמ"ד צוביסליך פארלוירן דעם אמאליגן חן.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

בן בוזי האט געשריבן:דו מיינסט דאס הסתלקות פון ר' יואל הערש דער בעל מעט צרי!

כהאב אמאל געהערט אז דארט איז געווען א גאנצע געטיעכץ מיט די רעביצין פון ר' יואל צבי נאך זיין הסתלקות, אין ס'האט זיך זייער נישט גיט אויסגעלאזט.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

אגב, רוב סאלקא מתפללים זענען אוועק אין די זעכציג'ער יארן אדער פריער.
והדברים ידועים ואכמ"ל
לעצט פארראכטן דורך אלף בית אום מיטוואך יאנואר 06, 2010 9:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אלף בית האט געשריבן:אגב, רוב סאלקא מתפללים זענען אוועק אין די זעכציג'ער יארן אדער פריער.
והדברים ידועים ואכמ"ל


ר' מרדכי נאווע ע"ה, א מתפלל אויף מארטין איז אוועק פון סאלקע נאכן רב'ס התלקות, ער האט טאקע מאריך ימים געווען, כ'מיין ער איז געווען א בן תשעים.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כ'האב קיינמאל נישט געהערט דערפון אבער ס'איז מסתבר באופן כללי, ס'זענען יא געווען וואס האבן לענגער געלעבט אבער באופן כללי איז ער דאכט זיך מיר גערעכט.
לעצט פארראכטן דורך בן בוזי אום מיטוואך יאנואר 06, 2010 8:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

בן בוזי האט געשריבן:דאס גייט שוין צוריק מיט אסאך יאהרן

ר' דויד ב"ר יצחק יעקב פעלבערבוים
ר' דויד ב"ר שמואל לייב פעלבערבוים
ר' דויד פעדער

וואס איז טאקע פשט פין דויד מיט א י
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”