1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בבקשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג יולי 28, 2020 3:33 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וואס מיינט דאס פאר ביזנעס?


דארפסט פרעגען די רעמעינער ניקים. אבער מיין השערה איז, אז איירען גארד גייט יעצט טערעיזירען אידישע געשפעטען, און דאס וועט שאטן פאר ביזנעס

אוועטאר
בבקשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

תגובהדורך בבקשה » מיטוואך יולי 29, 2020 10:49 am

יאנעוער 10 1934, פון אמעריקע קומט די נייעס אז די רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פרעדריק בריטען, פון די ניינטע קאנגרעסינאלע דיסטריקט פון אילינאו, שלאגט פאר א ביל אין קאנגרעס צו בויען 100 נייע קריגס שיפן, די שיפן וועלען געבויט ווערען פון 1935 ביז 1945, און דארף צו קאסטען 743 מיליאן דאללער. עס קוקט עס ווי אמעריקע גרייט זיך פאר א מלחמה.

אוועטאר
ניין און יא
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

תגובהדורך ניין און יא » מיטוואך יולי 29, 2020 11:36 am

בבקשה האט געשריבן:יאנעוער 10 1934, פון אמעריקע קומט די נייעס אז די רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פרעדריק בריטען, פון די ניינטע קאנגרעסינאלע דיסטריקט פון אילינאו, שלאגט פאר א ביל אין קאנגרעס צו בויען 100 נייע קריגס שיפן, די שיפן וועלען געבויט ווערען פון 1935 ביז 1945, און דארף צו קאסטען 743 מיליאן דאללער. עס קוקט עס ווי אמעריקע גרייט זיך פאר א מלחמה.

דו האלטס אז די לאקאל שטרייטן כייען ווידער מאל אנקומען קיין אמיריקע?
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
א pdf פון די ארטיקלען און גראמען - נעשה ע"י פעיק נוז
------
נישט איינגעשריבנע ניקס קענען קאמענטירן דא
noinyes@gmail.com

אוועטאר
בבקשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

תגובהדורך בבקשה » מיטוואך יולי 29, 2020 11:49 am

ניין און יא האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:יאנעוער 10 1934, פון אמעריקע קומט די נייעס אז די רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פרעדריק בריטען, פון די ניינטע קאנגרעסינאלע דיסטריקט פון אילינאו, שלאגט פאר א ביל אין קאנגרעס צו בויען 100 נייע קריגס שיפן, די שיפן וועלען געבויט ווערען פון 1935 ביז 1945, און דארף צו קאסטען 743 מיליאן דאללער. עס קוקט עס ווי אמעריקע גרייט זיך פאר א מלחמה.

דו האלטס אז די לאקאל שטרייטן כייען ווידער מאל אנקומען קיין אמיריקע?


וואס איך האלט איז נישט נוגע, עס קוקט אבער אויס אז די אמעריקאנע קאנגרעס איז יא באזארגעט אז עס גייט אנקומען ביז אהער. ס׳איז נאר אינטרעסאנט, ווייל קאנגרעסמאן בריטען איז געווען איינס פון בלויז 50 רעפרעזענטיטיווס (קעגן העכער 300) וואס האבן געשטימט קעגן דעם אז אמעריקע זאל זיך אנשליסען אין דער גרויסע מלחמה, פארשטיי איך נישט פארוואס פלוצלינג וויל ער יא מלחמה, קען זיין אז ער האלט אז אויב אמעריקע בויעט זיך אויף גענוג א שטארקע ים קראפט, וועט מען מורא האבן זיך אנצופאנגען מיט אמעריקע, עס קען אויך זיין אז עס האט צו טוהן מיט דער פאקט אז געוויסע מבינים זאגן אז זיין זיץ איז אין געפאר אין דער קומענדיגע וואלן, טראץ וואס ער זיצט שוין אויפ׳ן בענקעל העכער 20 יאר. (זינט 1912)

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9098
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך יולי 29, 2020 12:12 pm

אך!
אמעריקע וועט קיינמאל אין קיין קריג נישט זיין פארמישט!
ווער ס'קען אביסל אונזער אינערליכע פאליטיק, בפרט זינט דעם גרויסן קריג, פארשטייט דאס אליינס!
פארוואס זאל מען זיך קריגן? זאל זיין אזויווי איך זאג און שלום על ישראל!

אנערקען דעם פרייליכן מציאות! כאניש איז ראשעקאאל!


@הודו, וואס נאך ערלויבסטו צו לייגן אינעם חת-י-מה?

אוועטאר
ניין און יא
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

תגובהדורך ניין און יא » מיטוואך יולי 29, 2020 12:41 pm

אויב עמעריקע איז באזארגט בין איך זיכער
אבער איך גלייב אז די וועלט האט שוין געלערנט זיך א לעקציע און וועט גיין אין די וועגן פון מיין היימלאנד די נאטראלע שווייץ
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
א pdf פון די ארטיקלען און גראמען - נעשה ע"י פעיק נוז
------
נישט איינגעשריבנע ניקס קענען קאמענטירן דא
noinyes@gmail.com

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

תגובהדורך אביסל טיפער » פרייטאג יולי 31, 2020 1:15 am

פעברואר 17 1934

די פרעמיער מיניסטארן פון ענגלאנד, פראנקרייך, און די דיקטאטור פון איטאליע מוסאליני, (וועם היטלער קוקט שטארק ארויף) האבן געפאדערט פון דייטשלאנד זיך נישט אריינצומישן און עסטרייך'ס נארוואס געענדיגטע קורצע ציווילע קריג,

אבער קודם די בעקראונד,
ביי די ענדע פון די גרויסע קריג האבן די געווינער אויפגעלאזט די עסטרייך אונגארין אימפעריע, אלס צוויי עקסטערע לענדער,
און עסטרייך-אזוי ווי אסאך נאך די קריג ארייפעאישע לענדער- האט זיך פארמירט צוויי הויפט פארטייען סאציאל דעמאקראטיש-סאצאליסטן, און די קאנסערוואטיווע- קריסטן סאציאל, ביידע האבן ווי אסאך אייראפעאישע לענדער אייגענע באוואפענטע קרעפטן, די קאנסערוואטיוון די האומגארדס, און די סאציאליסטן די רעפובליק פראטעקשן אסאסיאציע ר.פ.א. בקיצור. און זינט 1923 איז פארגעקומען אפטע שרייטן צווישן די צוויי.
די קאנפליקטן זענען געווארן מער אנגעשטרענגט איבערהויפט נאך די גרויסע ריסעסיע. און שטארקע אינפלאציע. און עקסטער-וואס דאס איז די עיקר פון די באריכט- היטלער קומען צו די מאכט, פארוואס?
די שפראך און עסטרייך איז דייטש, און עס וואוינען אסאך דייטשע אפשטאמיגע אריינגערעכנט היטלער עס איז דא אן אלטע איידיע פון פאראייניגען דייטשלאנד מיט עסטרייך אלס איין לאנד, אבער עס האט זיך קיינמאל נישט איינגעגעבן זייענדיג פארבאטן נאך די גרויסע קריג,
ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט האבן זיך די נאציאליסטן ווידער אויפגעוועקט מיט זייער חלום צו פאראייניגען די צוויי, פאראיאהר און מארטש האט די קאנצלער דורך פארשידענע אומלעגאלע טריקס איבערגענומען די מאכט און פארבאטן אלע פארטייען צו לויפן חוץ די קאנסערוואטיווע (עס הערט זיך ענדליך צו היטלער)
אפאר טעג צוריק פעברואר 12-16 האבן די פארבאטענע פארטייען געטרייט צו רעוואלטירן אריינגערעכט די סאציאליסטן, קאמוניסטן,
און די גרעיטער דייטשלאנד פארטיי (וואס זיי זוכן צו פאראייניגן עסטרייך מיט דייטשלאנד) די עסטרייכישע מיליטער האט עס שנעל אונטערגעדריקט ארעסטירענדיג זייער פירער,
יעצט איז דא א זארג אז היטלער וואס שטאמט פון עסטרייך וועט זיך אריינמישען אויף די זייט פון די רעוואלטירער בעיקר די גרעיטער דייטשלאנד פארטיי,
זענען די אויבנדערמאנטע לענדער ארויסגעקומען מיט א פארלאנג צו היטלער אוועקצושטיין פון דעם,

קוועלער ווייסן אנצוגעבן אז היטלער כאטש וואס ער גייט זיך נישט לכאורה אריינמישן, האט נישט אויפגעגעבן אויף פאראייניגען די צוויי, און עס איז אויך דא א אסאך און עסטרייך וואס ווילן עס, במילא זאגן די עקספערטן אז עס וועט נאך זיין אסאך נייעס איבערדעם,

אונזער עסטרייכישע מיטגלידער אויף אייוועלט זאלן ביטע באריכטן וואס די מיינונג און שטימונג איז ביי זיי,
ספענט 30$ און באקומט צוריק 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
ניין און יא
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

תגובהדורך ניין און יא » פרייטאג יולי 31, 2020 3:07 pm

לויט ווי איך האב אפגעלערנט די דייטשע היטלער וועט ער פייפן אויף די וועלט און ער גייט זיך אריינמישען
פשוט פון זיינע וואזינעגע רעדעס קען מען אזוי פארשטיין
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
א pdf פון די ארטיקלען און גראמען - נעשה ע"י פעיק נוז
------
נישט איינגעשריבנע ניקס קענען קאמענטירן דא
noinyes@gmail.com

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

תגובהדורך אביסל טיפער » פרייטאג יולי 31, 2020 6:57 pm

האסט א גוטע פוינט,
אבער אויף די מאמענט קוקט נישט אויס אז ער וועט עפעס טוהן, חוץ רעדן
ספענט 30$ און באקומט צוריק 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

תגובהדורך אביסל טיפער » זונטאג אוגוסט 02, 2020 7:28 pm

אפריל 11 1934

היטלער- וואס פלאנט צו לויפן אקעגן הינדענבורג אלס פרעזידענט - איז געלונגן איבערצוצייגן די מיליטער און די נעיווי צו שטיצן זיין קאנדידאנטור דורך צוזאגן אויסצוברייטערן די מיליטער, און צו פארקלענערן די שטורעם טרופערס באקאנט אלס די עס.ע. (וואס האבן געהאלפן היטלער קומען צו די מאכט)
די צוזאג די פארקלענערן די עס.ע. ווייזט אויף א מעגליכע שפאלט צווישן היטלער און זיין עס.עס., און די עס.ע. וואס שטיצן טאקע היטלער שטאנדהאפטיג אבער זענען נישט אפעציעל היטלער מענטשן,
לעצט פאראכטן דורך אביסל טיפער אום זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ספענט 30$ און באקומט צוריק 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
בבקשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

תגובהדורך בבקשה » זונטאג אוגוסט 02, 2020 7:28 pm

איך וויל שרייבען אביסל אן איבערבליק איבער די עסטרייכישע ציוועלע קריג.
די הקדמה האט דאך שוין אביסל טיפער געשריבען.

January 11, די נאציס האבן פרובירט צו באמדירען די נייעס הויז פון די קריסטליכע סאציעליסטשע פארטיי (די קאנסערוויטיוו-פאשיסט פארטיי וואס האלט אן די מאכט), עס האט זיך נישט איינגעגעבן, און די היימוועהר וועכטער האט געעפענט פייער, און געהארגעט צוויי נאציס און פארוואנדערט 2 אנדערע, צופרי האט דאקטער דאלפאס (די קאצנלער\דיקטעטור פון אסטרייך) איבערגענומען פולע מאכט. מען האט ארעסטירט 80 מענטעשען אין קלאגענפארט, און 250 אין וויען, אלעס נאציס. דאס האט פאורזאכט מאסן פראטעסטען איבער די לאנד.

January 20, דער איטעליאנער אויסערען אינטער מינסטער פרובירט צו מאכן שלום, דאקטער דאלפאס זאט אין א רעדע, אז ער האט ראיות ברורות אז די באמבעס וואס די עסטרייכעישע נאציס ניצען, קומען פון דייטשלאנד, ער זאגט אז זיין געדולד האלט ביים פלאצען, און אז ער איז גרייט צו ניצען סיי וואס פאר א מאכט צוריקצושטעלען סדר. ער וועט נישט קוקן בכלל אויף די קאסטען פון די מאכט. ער זאגט אויך אז ער האפט אז די פארשטענדליכע דייטשע נאציס וועלען פארשטיין אז זייער מהלך איז נישט ריכטיג, און אויפהערען שיקן באמבעס איבער די גרעניץ

January 23, די עסטרייכישע רעגירונג שיקט א שטרענגע בריוו צו דייטשלאנד, אז זיי זאלן אויפהערען שיקן דייטשע פראפאגאנדע צו עסטרייך.

January 31, ענגלישע באאמעטע געבן איבער, אז ווי זיי האבן געהערט פון עסטרייך, האט דייטשלאנד נישט געענטפערט אויף די בריוו וואס עסטרייך האט זיי געשיקט.

Febuary 2, דאקטער דאלפאס און זיין קאבינעט זאגן אז זיי זענען געצווינגען צו גיין אויף די מהלך וועלעכער זיי גייען, מען פארשטייט פון דעם, אז זיי גרייטען זיך צו נעמען זייער קלאגע צו די פעלקער ליגע, ווי אויך נעמען ערענסטע שטייפע שריט קעגן די נאציס. און די שטאט טייראל (tyrol) האט מען געשיקט נאך קרעפטען, מען זאגט אז די נאציס פון טייראל וועלען מוזן באצאלען די קאסטען פאר די 8000 סאלדאטען.

Febuary 6, די עסטרייכישע גאווערמענט גרייט זיך צו שיקן זייערע טענות צו די ליגע, זיי זענעך אויך אפען פאר עם אנדערע אפציעס.

Febuary 12, די סאציעלסטען אין וויען סטראשען מיט א סטרייק, אין לינז, האבן זיך די סאציעלסטען איינגעשפארט אין זייער הויפקווארטיר און שלאגן זיך מיט די פאליציי, מען הערט כסדר איבער טויטפעלער. אין די אויבערשטע חלק פון עסטרייך האט מען פאררופן א קורפיו, מען טאר נישט זיין אין די גאס נאך 7 א'זייגער, די האטעלען און די טיאטערען דארף'ן זיך אויך שליסן 7 א'זייגער

Febuary 13, די עסטרייכעשר רעגירונג האט דערקלערט מארשעל געזעץ, ריאטען און דעמענסטראציעס נעמען איבער די לאנד, די גאווערמענט לייגט ארויס א בען אויף די סאציעלסטישע פארטיי, און פאליציי און סאציעלסטען שלאגן זיך אין דער גאסן. אין לינז האבן די פאליציי איבערגעפאלען די סאציעסטישע הויפטקווארטיר, און אין וויען, האבן די פאליציי איבערגענומען די טאון האל, די היימווער, האט אראפגעשלעפט די סאציעסטשע פאן, און געלייגט זייערע אייגענע פאן. די בירגערמייסטער איז ארעסטירט געווארען, און טייל מכובדיגע תושבים זענען אנטלאפען קיין טשעכייסלאוואקיע

Febuary 14, די גאווערמענט האט כמעט אינגאנצען געברענגט די אומרוען אונטער קאנטראל, דאס איז אבער געקומען מיט א טייערע פרייז, צענדליגע געסער פון ארבייטער דירות, זענען געקומען אונטער קאננאן פייער פון די גאווערמענט, ווייל מען האט חושד געווען אז סאציעלסטען באהאלטען זיך, אין געוויסע געגענטער האלטן נאך די סאציעלסטין אן א ווידערשטאנד. ספיציעלע געריכטן זענען שוין אויפגעשטעלט געווארען און פרובירן שוין צו משפט'ן די אויפשטענדלער. העכער 150 מענטשען זענען שוין געהארגעט געווארען. אין די שטאט גראז, פרובירט די מילטער צוריקצוכאפן די פאליציי סטאנציע פון די סאציעלסטען.

Febuary 15, שווערע שלאכטען גייען נאך פאר אין וויען און די פראווינצען, אבער די מיליטער באקומעט צוביסליך אן אויבערהאנט, די היימווער באקומעט צו פיל וואלונטירען. די צאל טויטע גרייכט צו 500. הונדרעטער סאציעלסטיען ווערען ארעסטירט, די געוועזענע פרעזידענט קארל רענער, ווערט אויך אריסטירט, אויך די גענעראל טיאדער קארנער ווערט ארעסטירט.

Febuary 16, שטילקייט קערט זיך צוריק צו עסטרייך, די סאציעסלטען געבן זיך אונטער, 102 עסטרייכעשע סאלדאטען זענען געשטארבען, און 137 ציוועלע בירגער, דאס איז חוץ די סאציעלסטען, וואס מען ווייסט נישט קיין פונקטליכע ציפער, שאצונגען זאגן אבער אז די סכום פון אלע טויטע איז צעווישען 1000 און 1500. די סאציעלסטען טענה'ן אז 1730 מענטעשען אין טאטעל זענען געשטארבען, מארשעל געזעץ האט זיך געענדיגט איבעראל חוץ וויען און 3 אנדערע פראווינסען. די פאשיסט פארטיי באקומט 2 זיצען אין די קעבינעט, אלץ באלוין פאר'ן העלפען די גאווערמענט אנשטעלן סדר, די ספיעצלע געריכטען פאנגען אן טיילן פארדענס פאר יעדער וואס געט זיך אונטער ביז איין וואך, מען באקומט אויך א געלט באלוינענעג פאר יעדער ביקס וואס מען ברענגט צוריק צום גאווערמענט

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

תגובהדורך אביסל טיפער » זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:36 pm

יישר כח @בבקשה, זייער קלאר,
ספענט 30$ און באקומט צוריק 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט