בלעקבערי עז עי מאדעם

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

בלעקבערי עז עי מאדעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

די פשוטע וועג צו נוצן א בלעקבערי אלץ א מאדעם פארן קאמפיוטער איז צו נוצן די סערוועס פראוויידער'ס ספעציעלע פלאן (וואס קאסט בערך 15 א חודש), מען דארף נישט אינסטאלן גראדע די אפליקעשאן פון די פירמע, אבער עס האט אנדערע פראבלעמען,

למשל בשעת מען איז קאנעקטעט קומט נישט אריין קיין אימעיל'ס טשעט וכדו', חוץ דעם איז אויפסעטן עס זאל ארבעטן נישט אזוי גרינג, דאס איז שוין פאר 15 א חודש...

עס איז אבער דא א אויסוועג...
ס'הייסט טיטערבערי, עס קאסט איינמאל 50 טאלער, (יעצט איז עס אויף סעיל פאר 24.95) און מער הערט מען ניט פון זיי...

בנוסף צו דעם קומען יא אריין אימעיל'ס בשעת'ן נוצן, און די ספיד איז אויך זייער גוט.

http://www.tetherberry.com/oto" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

לאז געמאכט האט געשריבן:די פשוטע וועג צו נוצן א בלעקבערי אלץ א מאדעם פארן קאמפיוטער איז צו נוצן די סערוועס פראוויידער'ס ספעציעלע פלאן (וואס קאסט בערך 15 א חודש), מען דארף נישט אינסטאלן גראדע די אפליקעשאן פון די פירמע, אבער עס האט אנדערע פראבלעמען,

ו


איך ווייס נישט וואס די מיינסט אז ס'קאסט 15 דאלאר איך ניץ עס מיט די זעלבע בלעקבערי פעקעדזש קיין שום עקסטרע טשארדש
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

ס'ווענט זיך וועכע פעקעטש די האסט... אויך וועלעכע קאמפעני.

איך האב גענוצט ספרינט ביז לעצטענס אן באצאלן, אבער פאר צוויי וואכן צוריק האבן זיי עס געבלאקט און קאטאגאריש פארלאנגט איך זאל באצאלן דערפאר.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

שקויעך לאז געמאכט פאר דיין גוטהארציגקייט ארויפצולייגן אזא מודעה פארן ציבור יראי השם. זאל אים ג-ט באצאלן פאר דעם חסד (און בפרט פאר מיר פערזענליך ארויסהעלפן דערמיט אין גוגל טאלק!!)

עס ארבעט א מחי' און די און נאך האב איך דורך דעם געשריבן. (כ'בין דאך נישט אין אפיס מוצאי דעם זיבעטן).

(אויך א דאנק פאר דעם גוטן חבר מיינער וואס האט מיר א וויילע צוריק צוגעזאגט אריינצושיקן אין גוגל א וועג ווי צו מאכן דעם בלעקבערי עז מאדעם בחינם, נאר צוליב דעם וואס ער איז שרעקליך פארנומען האט מיר אויסגעזען אז אויב וויל איך נאך האבן דעם יאר 09' דעם פראגרעם זאל איך נוצן דעם טעטערבערי...)
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

זייער גוט האסטע געטאן... במחילת כבוד דיין חבר וואס קענעס "ערלעדיגן" בחנם, מ'האט שוין אסאך גערעדט אז גניבת/טעות גוי איז נישט קיין קינדער שפיל.

איך בין נישט דא קיינעם אויס צו מוסר'ן, אבער עד שתאכלנו באיסור, קענמען היצט פאר א קליינע אפצאל עס האבן לעגאל.

לשאלת הרבים צו דעס איז יא לעגאל: כ'שטעל מיך פאר אז די סעליולער קאמפעניס קוקן נישט מיט א גוט אויג אויף די גאנצע זאך, אבער דערווייל האבן זיי נאכניש פארפירט דערגעגן (געטראפן א וועג עס צו מאכן אומלעגאל).
דער גראפיסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2009 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער גראפיסט »

וואס הייסט אפילו עס איז נישט אינקלודעא אונעם פלען פאן עז עי מאדעם מיט די פראגראם וועט עס געהעריג ארבעטן??
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

דער גראפיסט האט געשריבן:אפילו עס איז נישט אינקלודעא אונעם פלען פאן עז עי מאדעם מיט די פראגראם וועט עס געהעריג ארבעטן!!
וויזוי פלעגט די רבי זאגן? זאגסט גוט נאר נישט מיט'ן גוטן ניגון...
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

דער גראפיסט האט געשריבן:וואס הייסט אפילו עס איז נישט אינקלודעא אונעם פלען פאן עז עי מאדעם מיט די פראגראם וועט עס געהעריג ארבעטן??

נעכטן וואלט איך געשריבן אז יא! עס ארבעט פיין, און אוי ווי ס'האט געארבעט.

היינט איז דער פראגראם מלא פראבלעמען, אנגעהויבן מיט דעם אז א מינוט צינדט זיך עס אן און ס'ווייזט אז איך בין קאנעקטעד און גראד דערנאך טאנצט ארויס א מעלדונג אז ס'איז 'אנפלאגד' רח"ל. דערנאך ווען ס'האט שוין יא אנגעקניפט א שטארקן קשר ארבעט עס פיל שטייטער ווי מיין ערשטע קאנעקשאן וואס כ'האב אמאל געמאכט מיטן אינטערנעט דורך דייל-אפ (בימים ההם).

נו, לאז אוואו ביסטו? איי ניד ע ליטל העלפ פליז.

איך הייב שוין אן טראכטן אז איך וועל מיך מוזן איבערבעטן מיט מיין חבר פאר דעם וואס איך האב אים נעכטן אויסגעלאכט פאר זיין בערישן טובה און אים מיט נצחון געלינקט אהער צו דעם אשכול...
bobke
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bobke »

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

אךשמח: איך ווייס נישט וואס די האסט געטאן, אבער איך נוץ עס שוין א לאאנגע צייט, און אויך אנדערע חברים אן קיינע פראבלעמען. (פאר טעקניקל סאפארט שיק אן אימעל צו די קאמפעני, זיי ריפלייען זייער שנעל)

באבקע: דעס ארבעט שוין נישט היינט צו טאג מיט ספרינט.
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

bobke
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bobke »

לאז געמאכט האט געשריבן:באבקע: דעס ארבעט שוין נישט היינט צו טאג מיט ספרינט.

What do you mean that its not working, that I don't get a connection or sprint is charging for it ?
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

עס ארבעט נישט, אנהויב איז געווען פאר וועם ס'האט נאך יא געארבעט און פארוועם נישט, אבער יעצט זענען זיי אנגעקומען צו מיר אויך... סא ס'קען זיין אז פאר דיר ארבעט עס נאך אויב יא זיי געראכטן אז זיי גייען עס אפהאקן עני דעי...

איך האב געטעסט אויב דאס איז טאקע די סיבה פארוואס ס'האט געסטאפט ארבעטן, די טעסט איז געווען זייער א פשוטע: איך האב געקאלט ספרינט געבעטן זיי זאלן צולייגן די 15$ פלען, זיי האבן דאס גערן געטאן... ביז אפאר מינוט האט עס אנגעהויבן ארבעטן ווי גארנישט וואלט געווען, דאן ביניך געגאנגן צו ספרינט.קאם אין רימאווד די פיטשער, - תיכף ומיד האט עס געסטאפט ארבעטן.

דאן האביך געדאנלאד טיטערבערי און ס'ארבעט א מחי' פון דאן ביז יעצט. כן יעזר ד'.

עס איז וויכטיג צו צולייגן אז אפי' ווער ס'האט דזעי נעט אויפן בלעקבערי, איז די אינטערנעט וואס מ'נעמט דערפון נישט געפילטער'ט אויף קיין שום וועג נישט!

האט רחמנות אויף אייער נשמה, אז איר מוזט האבן אינטערנעט, לייגט אריין א גוטע פילטער! די בעסטע איז אויב איר לייגט ארויף קאשערנעט אדער פילטערנעט, ס'איז נישט טייער (12-13 חודש), אבער לכה"פ א פרי פילטער מוז יעדער האבן!

מען האט שוין גערעדט אין אן אנדער אשכול וועגן די פרייע פילטער'ס דוק ותשכח.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

קאר אינשארענס: די פראגראם פון ספרינט ארבעט נאר אויב מ'האט א פלען, און ס'איז נישט וויכטיג עס צו נוצן בכלל! נאכדערצו מיט די נייע דעסקטאפ מענעגער איז עס אריינגעבויט.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

ווי נישט ווי זע איך אז ס'ארבעט יא אביסל, און זעט אויס אז ס'געווען א איינמאליגער פראבלעם.

ווי ס'זאל נישט זיין איז עס אבער זייער שטייט און דער ספיד איז זייער פאוואליע. אנומעלט האב איך עס גענומען פאר א א.ג. 'ספיד טעסט' און עס האט געוויזן אז ס'לויפט (לויפט? קריכט טשערעפאכעדיג!) בערך 20 קילאבייטס פער סעקאנד. היבש לאנגזאם :-(
newsnews
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 18, 2009 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך newsnews »

ביי מיר ארבעט עס יא. אבער איך האב געהאט א אנדערע פראבלעם. איך האב א BLACKBERRY TOUR אין אפיציעל דארף עס צי זיין SUPPORTED אזוי שטייט אויף זייער סייט, אבער ווען איך האב עס קאנעקטעט שטייט NO DEVICE DETECTED איך האב געסירטשט אויף GOOGLE אין איך האב געזען אסאך מענטשען האבען דעי פראבלעם.

בין איך אויפגעקימען מיט א עצה.

איך האב DOWNLODAED פין VERIZON זייער VERSION פאר די זעלבע DEVICE אין עס ארבעט א מחיה
דא איז די DIRECT LINK

קליק דא

עס האט איין פראבלעים ווען עס טשעקט די USAGE קומט ארויף א עראר ווייל עס איז דאך נישט קיין VERIZON PHONE האט עס נישט קיין עקסעס צי די USAGE
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

ניוס ניוס, עס ארבעט יא, אבער ווי שנעל?
newsnews
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 18, 2009 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך newsnews »

i just checked with mcafee speed test and it was 500KB per second
here is the link to mcafee speed test
us.mcafee.com/root/speedometer/default.asp
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

הארגעסט מיך :-(

פארוואס רוקט ער זיך קוים ביי מיר????????????????

געוואלד!!!!!
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

יעצט נאכאמאל געטשעקט ביי דעם לינק וואס ניוס ניוס האט צוגעברענגט און ס'געבליבן די זעלבע ווי כ'האב פריער צוגעברענגט :cry:

איינער פארשטייט נאך פארוואס איך שרייב נאך בכלל דא מיט אזא נידריגע און שרעקליך-שטייטע ספיד?

און שטעלט אייך פאר וויפיל סחורה איך וואלט אהערגעשטעלט ווען דער ספיד איז ווי עס ברויך צו זיין. (דער חשבון איז פשוט: וויפיל צוואנציגערס גייען אריין אין פינף הונדערט?)
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

איינער האט די פראגראם Tether? פארשטייט זיך בחינם!! שכוח
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

מען קען נישט האבן טיטער בחנם, עס טשעקט יעדעס וואס מען קאנעקט זיך דורך זיי.
עס איז דא נאך א פראגראם pdanet וואס ארבעט אפילו מען קויפט עס נישט, אבער עס קומט ארויף א פאפ-אפ יעדע שטיקל צייט.
http://www.junefabrics.com/blackberry/index.php
__________________________________
This signature was intentionally left blank
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

קאן איינער מסביר זיין אז אן עם הארץ ווי איך זאל אויך קענען פארשטיין?

וואס איז דאס דער בלעקבערי עס עי מאדעם?

מען ברויך נישט באצאלן קיין געלט פאר קיין איי.עס.פי. איינמאל מען האט שוין יא א מאדעם?

נו קאן איך דאך טאן דאס זעלביגע. איינמעלדן פאר מיין איי.עס.פי. אז איך האק אפ מיט זיי, אויפהערן צאלן געשוואלענע חודשליכע בילס, און באקומען אינטערנעט פונעם מאדעם וואס דער איי.עס.פי. געבענטשט זאל ער זיין האט מנדב געווען פאר די "אומזיסט פילאנטראפישע פונדאציע'... און פערטיג. די פונדאציע וועט זיך קענען מער אפגעבן מיט פילאנטראפיע אדאנק די געשפארטע צייט פון באצאלן די בילס (במאמר המוסגר: די געשפארטע געלט אויך...).
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אויב דו האסט א בלעקבערי, קענסטו דאס ניצן פאר א מאדעם מיט אן איימאליגע פרייז פון פופציג טאלער.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

יואל ווייס האט געשריבן:מען קען נישט האבן טיטער בחנם, עס טשעקט יעדעס וואס מען קאנעקט זיך דורך זיי.
עס איז דא נאך א פראגראם pdanet וואס ארבעט אפילו מען קויפט עס נישט, אבער עס קומט ארויף א פאפ-אפ יעדע שטיקל צייט.
http://www.junefabrics.com/blackberry/index.php

א ריזיגן שכוח,
אפאר מינוט נאכן ליינען די תגובה איז געשען ביי מיר א קורצשלוס אויפ'ן אינטערנעט, (דא אין אפיס איז עס ממש ווי ליפט צום אטעמען),
כ'האב מיר גלייך דערמאנט איבער דיין פראגראם, געדאונלוד אויפן פאון, קאנעקטעד די פאון צום קאמפיוטער, געאינסטאלט, אין ב"ה ער איז פיין,

דער תגובה ווערט געשריבן דרוך דעם, שכוח נאכאמאל.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”