בלאט 1 פון 1
אריבערפירן אי-מעיל'ס פון בלעקבערי צום קאמפיוטער אנעם וועב
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 17, 2009 8:23 am
דורך להאיר
ווייסט איינער וויאזוי מען קען אריבערפירן אי-מעיל'ס פון בלעקבערי צום קאמפיוטער (וואס האט נישט קיין אינטערנעט ממילא דארף איך דאס באקומען אין ב"ב) דורכן דאס קאנעקטן מיטן ווייעסר (יו. עס. בי.)
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 18, 2009 6:47 pm
דורך ליפא
לדאבונינו נישט
מען קען נאר מאכן א בעקאפ פון די גאנצע ב"ב, וזהו.. מען קען גארנישט טוהן דערמיט עפעס אנדערש ווי צו רי-אינסטאלן די בעקאפ
איין
פראגראם האב איך געטראפן וואס מען קען ארויסנעמען די קאנטאקטס פון דארט, זיך ארומשפילן דערמיט אויפן קאמפיוטער און עס צוריקלייגן
אויף די אימעילס האב איך נישט געהערט
פרוביר
Magic Berry, עס הייסט אז ער קען יא ליינען טעקסט'ס און מעמא'ס, קען זיין אז אימעילס אויך
לאז אונז וויסן
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 24, 2009 11:52 pm
דורך להאיר
דערווייל איז מיר געווען די איינציגע עצה צו נוצן דעם בלעקבערי אלס א Phone-As-A-Modem (וואס ספרינט רעכנט דערפאר 15 טאלער א חודש און עס איז אנלימיטעד), אבער מען דארף אינסטאולען עקסטערע סאפטעוועיר, וואס געווענליך פאר איינעם וואס איז נישט קיין דזשיניוס אין ב"ב איז דאס א גיהנם, און אזוי עפענען די אי-מעיל'ס דורך דעם קאמפיוטער מיט די אינטערנעט פון דעם בלעקבערי
אגב איז כדי צו וויסן אז דער ב"ב אלס פעע"מ (פאון עס ע מאודעם) ארבעט שנעל און געשווינד (פארשייט זיך אויב עס איז גוט אויפגעסעט), נאך שנעלער פון רעגולער DSL (מיר רעדן פון א ב"ב טור)
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 24, 2009 11:55 pm
דורך להאיר
א צווייטע עצה האב איך פרובירט צו סעיוון די אי-מעיל'ס בעיקר די Attechments אין א אנדערע פאלדער וואס ב"ב דעקסטאפ מענעדזשער קען יא באקומען, צ.ב.ש. JPEG אין PICTURE FOLDER, אבער עס איז געווען זייער נישט קלאר און שרעקליך קראצעדיג, און נערווירנד, דערפאר די פריערדיגע עצה איז דערווייל מיין איינציגע אויסוואהל
ווייסט איינער פון בעסער'ס ביטע רופט אייך אן ווארעם צום אפיל