בלאט 1 פון 1

קרית יואל א.ד.ג. טעלעפאן ביכל אויפן בלעקבערי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 12, 2009 8:10 pm
דורך להאיר
אויפן פאלם דרייט זיך ארום דער קרית יואל טעלעפאן בוך

ווייסט אפשר איינער אויב עס איז מעגליך דאס צו האבן אויפן בלעקבערי (טוהר-סטארם)

און אויב יא ווי קען מען דאס באקומען ?

און וויאזוי לייגט מען דאס ארויף ?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 16, 2009 7:54 pm
דורך zamel
where can i get it on my palm?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 17, 2009 8:18 am
דורך להאיר
zamel האט געשריבן:where can i get it on my palm?


טרעף דיין חבר וואס האט אויך א פאלם, און ביעם עס אריבער צו דיר (עפ"י רוב האט דאס יעדער מיט א פאלם אין ק"י)

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 17, 2009 9:54 am
דורך איך_הער
להאיר, דורכ'ן קאמפעיוטער קענסטו עס אויך אריבער פירן פון א פאלם צום בלעקבערי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 19, 2009 9:45 am
דורך להאיר
איך_הער האט געשריבן:להאיר, דורכ'ן קאמפעיוטער קענסטו עס אויך אריבער פירן פון א פאלם צום בלעקבערי.


וויאזוי ביטע ?

און וואס טו איך אז איך האב נישט קיין פאלם ?
דארף דאך מיין חבר וויסן וויאזוי דאס אריבערצושיקן צו מיר אז איך זאל דאס קענען ארויף לייגן אויף מיין בלעקבערי, נישט אזוי ?
ווי זאגט די וועלט פאר קיין נאר ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט !

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 15, 2009 9:43 am
דורך cano
א פאלם סינקערנייזד גערן מיט אויטלאק, אין די זעלבע גייט פארען בלעקבערי, זיי קענען ביידע שיקען און באקימען אינפאו פין מייקרעסאופט אוטלאק.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 22, 2010 1:03 pm
דורך להאיר
פאר דעם וואס קען זיך נישט אויס מיט אוטלוק, איז דא נאך אן עצה צו מאכן פאר CSV פייל, מען קען דאס מאכן סיי פשוט

ווי אויך קען מען זיך באנוצן דורך דזשי-מעיל צו ריקן אהין און צוריק

(בדרך אגב קען מען טוישן זאכן ווען מען עפנט דאס אין עקסעל און נאכדעם קען מען דאס צוריק לייגן אויפן טעלעפאן וכדו' והמבין יבין)

אלעס האט א עצה... אבער נאר אויב מען איז נישט צו אנעגצויגן

פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 7:57 pm
דורך שוועמל
להאיר;
וואס איז די "א.ד.ג." אינעם קעפל? ווילסטו קרית יואל אדער א.ד.ג.?

פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 8:10 pm
דורך לאז געמאכט
און דאס גלייכן

פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 8:16 pm
דורך שוועמל
מיינט דאס די גלילות?

פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 8:19 pm
דורך לאז געמאכט
:grin:

אולי מיינט דאס די גלולות אדער אפשר אנדערע אידישע געגענטן, אלענפאלס איך האב נאר אפגעטייטשט א.ד.ג., איך האב נישט פרובירט יורד זיין לסוף דעתו וואס ער האט געמיינט דערמיט, וד"ל.

פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 10:22 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד

קען מען דאס סתם אזוי האבן אויפ'ן קאמפיוטער, און אויב יא, פון וואנעט?

פארעפענטליכט: שבת ינואר 23, 2010 10:58 pm
דורך שוועמל
פון קר"י א.ד.ג. ווייס איך נישט צי מ'קען, אבער א אידישער טעלפון בוך איז פארהאן דא
http://www.yiddishtech.com/PhoneBook/Default.aspx

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 9:07 pm
דורך להאיר
אידיש טעק קען מען אבער נישט דאונלאודן און אריינלייגן אין טעלעפאן

ווי אויך איז אידיש טעק נאך היפש אונטערשטעליג, עס איז כדאי אז מען זאל זיך אנשליסן און מיט א כח הרבים דאס מוציא זיין מן הכח אל הפועל און יעדער איינער וועט הנאה האבן דערפון

איש את רעהו יעזורו, וואס מען געט נעמט מען