בלאט 1 פון 1

טייפן מיט א באנדאזש אויפן אגודל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 2:35 pm
דורך שוועמל
ליידער מעשה שטן הצליח און כ'אב געכאפט א בובו אויפן גראבן פינגער איך מוז לייגן א באנדאזש (נישט די געפרעגלטע).

אבער די בלעקבערי געוואלד ווי וועט מען קענען טייפן געהעריג??

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 2:39 pm
דורך סתם_אזוי
חחחח

טייפ מיט די קליינע פינגער...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 2:47 pm
דורך אייניקעל פון אהרן הכהן
שוועמל ערענסט גערעדט פראביר דאס
http://www.awethumb.com

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 5:42 pm
דורך שוועמל
דאס קוקט מיר אויס ווי די 'סלעפ טשאפ' סקעם, מען באשטעלט איינס און ער ריקט דיר אריין נאך איינס און רעכענט דאפלט..

האסטו עס גענוצט? ס'העלפט?
איך האלט נאכנישט ביים צאלן 15 טאלער פאר א פארשטונקען שטיקל ראבער. ביז יענץ וועט אנקומען וועט שוין מיין בובו זיין פארהיילט האפנטליך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 6:03 pm
דורך פרייליכערהייט
שוועמל האט געשריבן:ליידער מעשה שטן הצליח און כ'אב געכאפט א בובו אויפן גראבן פינגער איך מוז לייגן א באנדאזש (נישט די געפרעגלטע).

אבער די בלעקבערי געוואלד ווי וועט מען קענען טייפן געהעריג??

איך ווייס נישט צו מעשה שטן, צו אפשר גאהר פון די צד הקדושה דיך אביסל אוועקצופירן פונעם ב"ב,
אזוי האב איך עס אנגענומען ווען א ספלינטער האט זיך מיר באזעצט אינעם אצבע פינגערל,
יעדע מטבע האט צוויי זייטן, אויף וועלכע לוינט זיך צו קוקן,?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 8:59 pm
דורך ביזנעסקאפ
איין מעלה האסטו איצט, יעצט קענסט'ך אגאנצן טאג ארומדרייען מיטן גראבן פינגער אויף ארויף און ווייזן פאר יעדעם אזוינס ;l;p-...