בבסעק בלעקבערי דעסקטאפ אפליקעשאן
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 9:47 am
ליפא האט געשריבן:א פראגרעם אויפ'ן קאמפיוטער וואס טוט דאס
ווער ס'ווייסט די בלעקבערי דעסקטאפ אפליקעשאן איז זייער לימיטעט, ס'לאסט נישט אלעס און ס'מאכט אסאך מאל פראבלעמ'ן.
דא קומט ליפא אריין אינעם בילד... ער האט געלייגט אין א אנדערעם אשכול א לינק צו גאר א גוטע ערזאץ!
מען דארף אבער זייער אכטונג געבן, ווייל ס'איז זייער פאוערפול! מען גיט א דרוק און פאר ווי וואס ווען האט ער שוין געטון, סא דריקט נישט פאר איר ווייסט וואס איר דריקט...
די פראגראם איז פריי פון אפצאל, אבער ס'קומט נישט מיט קיין שום דאקעמענטאציע! פאר אינפארמאציע וויזוי דאס צו נוצן, און וואס יעדע באטען טוט דארפט איר זוכן אויף פארומ'ס.
דא קענט איר עס דאנלאדן גראד.