בלאט 1 פון 1
אריין שיקן תגובות דורך אפערע מיני, ווען יא אינווען נישט...
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 02, 2009 8:48 pm
דורך לאז געמאכט
די אלע וואס האבן א בלעקבערי ווייסן מסתם פון דעם פיל בעסערע בראזער 'אפערא מיני', אויך איז ידועה אז צומאל איגנארירט ער פשוט א געשיקטע תגובה,
דאס טייטש נישט גענוג ער פאר אייביגט דאס נישט אויפן וועלט, נאר ער זאגט ניטאמאל א עראר וכדו',
דעס צווינגט שרייבער'ס כסדר איבערצו גיין און זיכער מאכן אז זייער געקלאפכץ איז אריין בשלום.
יעצט מיין שאלה איז אויב עמיציר האט שוין אויסגעפיגערט ווען ס'גייט זיכער יא אריין, ווען ס'גייט זיכער נישט, און ווען ס'איז א ספק וואס מען ברויך איבערקוקן...
איך האב אזויפיל געמערקט אז אויב מען דריקט פאר מען שיקט עס 'אויסקוק פון פארויס', דאן איז די פראצענט פון סוקסעס פיל גרעסער...
ס'איז מיר אבער נישט קיין דבר ברור אויב דאס איז א וואדי אדער נאך אלץ א ספק.
לאזט וויסן, יישר כח
(געשריבן דורך אפערא מיני פה בלעקבערי טהור יצ"ו)
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 02, 2009 9:01 pm
דורך סאכדעס
אויב זעט מען נישט די תגובה, נאר די אויבערשטע חלק פונ'ם בלאט, דאן איז עס נישט אריין. מאכט מען BACK און מען דריקט אויסקוק פון פאראויס, און דאן שיק עס.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 02, 2009 9:10 pm
דורך תמים
לאג געמאכט איך האב מורא'דיג הנאה אז דו האסט בארירט דעם ענין איך האב אויך אזאלכע פראבלעמען. און איך העלדיר זאגן אז בא מיר גייט עס אויך כמעט אייביג אריבער ווען איך דריק די קענעפל "אויסקוק פון פאראויס"
איך האב אבער אנדרע פראבלעמען אז איך קען נישט שיקן. צוויי בילדער און איין תגובה איך מוז שיקן צוויי באזונדרע. ווי אויך האב איך א פראבלעם אז ווען איך עפען אן אשכול קען איך קיינמאל נישט און די ערשטע תגובה שיקן א בילד.ווי אויך האב איך א פראבלעם אז מען קען נישט שיקן קיין צו לאנגע תגובות עס האט א מאס. א קיצור אויב איינער האט אן עצה ארויס וואלט איך זייער דאנקבאר זיין אפשר אזוי וועט מיינע תגובות נישט קומען צו שטיקל'ט און עס וועט אויסקוקן מער לייטיש
ווי אויך שטים איך צו צו סאכדעס אבער מען דארף נישט ארויף גיין ביז אויבן מען קוקט צו די שרייב קעסטעלע איז ליידיג איז אויך א סימן אז עס איז אריין געפארן. אויך אריין געשיקט פון אפרע מיני בראוזער
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 02, 2009 9:39 pm
דורך צום זאך
פון מיין עקספיריענס, ביי קורצע תגובות גייט עס געווענליך אריין ביים ערשטן מאל הייסן.. כ'האב אבער נאכנישט אויסגעפיגערט צו די סיבה איז ווייל ס'דארף זיין א קורצע צייט פון ווען מ'עפענט ס'אשכול ביז מ'דריקט 'שיק עס', צו ווייל ס'קען נאר האבן א מעקסימום קערעקטערס אז ס'זאל אריינגיין בגדר קורץ.. (מ'קען עס פראווען דורך שרייבן א לאנגע תגובה אין א צווייטע אפפ. ווצב"ש אין 'מעמא-פעד', עס קאפיען, עפענען די אשכול, עס אריין פעיסטן, און עס שיקן, אדער פארקערט, שרייב א גאר קורצע תגובה, און ווארט א וויילע ביזען עס שיקן..)
דאס עס אז ס'קומט צוריק ליידיג ביים פלאץ פונעם תגובה איז געווענליך נישט קיין סימן אז ס'איז אריין (עכ"פ ביי מיר).
און טאקע די בעסטע העלפט ווען איך דריק 'אויסקוק פון פאראויס'.
(טיפ; פאר די וואס ווייסן נישט, דריקט #3 אנצוקומען פון אויבן צו גאנץ אונטען און צוריק.)
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 02, 2009 9:42 pm
דורך סאכדעס
עס האט לכאורה צוטון מיט 2 זאכן:
1) לאנג ווארטן.
2) אריינגעהאקט א תגובה דורך א צווייטן.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 02, 2009 9:55 pm
דורך לאז געמאכט
א גרויסן יישר כח פאר אייער אינפאט, איך בין געוואר געווארן נייעס, אויך איז דא תוך הדברים שטארק נוצליכע אינפארמאציע.
אוואדי ווארטן מיר אויך די אנדערע בערי באנוצער זאלן לאזן הערן זייער מיינוג, דערצי האט נאך מאשקע שר הבלעקבערי נאך נישט מגיב געווען דא...
אבער אזויפיל זעהט מען יא אז דער ציבור האט בערי'ס און מען נוצט עס, און מען האט אישוס דערמיט... סא פארוואס שלאפט די פארום??
וויכי נו?
אויסקוק פון פארויס
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 1:20 am
דורך וויכטיג מאכער
אויש.. א פארווייטאגטע נושא.. די פראבלעם הייבצעך אן -ווי געהאט שרייבענדיג די תגובה- אז מ'דריקט בטעות די צוריק באטן, אין די גאנצע תגובה איז פארמעקט.
די צווייטע פראבלעם, איז א נאכן אפטייפן די גאנצע זאך, ס'איז שוין געלונגען, ס'איז נישט פארמעקט, מ'דריקט "שיק-עס", און אופס! ס'איז פארלוירן.. און ס'האט מיט ווי לאנג די פעידזש איז אפן, נישט ווי לאנג די תגובה איז..
מיט די צווייטע פראבלעם האב איך מיך שוין פון לאנג א עצה געגעבן, מיטן דריקן "אויסקוק פון פאראויס", אדער פשוט, איך קאפי די טעקסט פאר איך שיק עס.. און איך דריק שיק-עס, קומטעס אויס, איז גוט, אויב נישט, פעיסט איך עס אריין, און פטור א נייסעק.
אבער די ערשטע פראבלעם, האב איך נישט קיין לעזונג.. (חוץ אז איך דריק "אקעי" אפאר מאל אינמיטן, אזוי אז אויב איך פארליר עס, זאל איך נאר פארלירן אביסל..)
די פראבלעם פון קערעקטער'ס, איז שטארק.. איך סיין אריין פון די געהעריגע בראוזער צו לייגן לאנגע תגובות, אדער לייג איך אריין א ווארט, און בעט די אחראי/מנהל עס צו פארעכטן. (גראדע, אויב איז דא א תגובה פון למשל 10,000 קערעקטער'ס, און דו מאכסט "קוואוט", אדער דו פאררעכסט דיין אייגענע תגובה וואס דו האסט געשריבן דורכן קומפיוטער, דו אנדערע בראוזער, קען מען לייגן מער ווי די ערלויבטע צאל קערעקטער'ס..)
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 1:39 pm
דורך cano
איך ניץ די געהעריגע בראוזער עפ"י רוב, איך האב מיך באקוועם געמאכט דערמיט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 1:46 pm
דורך געלעגער
איך טוה די זעלבע ווי קענא,
ביי די געהעריגע בראוסער האב איך ביזדערווייל ב"ה נישט געהאט קיין פראבלעמען, ס'איז טאקע נישט די שיינע לעיאוט אבער די ציגעלע האט זיך צוגעוואונטצי די....
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 2:34 pm
דורך לאז געמאכט
אויף די טהור איז גראדע די לעהאוט יא געהעריג (כמעט), איך האב מיך אבער שוין צוגעוויונט צו אפערא
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 7:38 pm
דורך תמים
איך האב נאך א פראבלעם בא אפרע אז ווען איך עפען אן אשכול און איך מאך אויקוק פון פאראויס דארף איך נאכאמאל אריין לייגן די קעפל
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 8:05 pm
דורך וויכטיג מאכער
דיין לעצטע פראבלעם האט נישט קיין שייכות צו אפערע-מיני, ס'איז אויף א קאמפיוטער אויך..
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 8:39 pm
דורך תמים
וויכטיג מאכער האט געשריבן:דיין לעצטע פראבלעם האט נישט קיין שייכות צו אפערע-מיני, ס'איז אויף א קאמפיוטער אויך..
וואס איז טאקע פשט?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 9:56 pm
דורך וויכטיג מאכער
זעהט אויס אז ס'איז נישט געסעט די פראוגראם צו סעיווען..