בלאט 1 פון 1

איך האב מער נישט קיין כח צום בלעקבערי זייגער

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 8:38 am
דורך גרויזאמער
איך האב קיינמאל נישט געגליכן קיין דידזשיטעל זייגער, מען זעט נאר די יעצטיגע מינוט, אן קיין בליק אויפן עבר און אויפן עתיד.

מיין אלטע סעלפאן האט מיך ערלויבט צו האבן אן אנאלאגישן זייגער analog clock וואס דאס איז די פשוטע זייגער מיט די ווייזערלעך, כאטש עס האט נאך אלץ געמוזט זיין דידזשיטעל, ווייל ארויפקלעבן ווייזערלעך אויפן סקרין האב איך נישט געהאט קיין כח...

אבל דא עקא, דער ב"ב האט נישט אריינגעבויט אזא אפציע. איך האב מער נישט קיין כח צו דעם דידזשיטעל זייגער, איך דארף אן אנאלאגישן זייגער זייער וויכטיג. אויב נישט איז דא גרויסע שאנסן אז פון מיין אויבערשטע וועסטל קנעפל זאל זיך ציען א גאלדענע קייטל.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 9:35 am
דורך מאשקע
האסטו נאך א סיבה צו קויפן א בלעקבערי שטורם.

http://www.storm-reviews.co.uk/blackber ... e_analog1/

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 12:01 pm
דורך פאטאקי08
דא ערווענט איינער אז סאיז כמעט נישט שייך אזא זאך דערווייל אויפן קורוו

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 12:25 pm
דורך אונגארישער
וואס טיט זיך מיטען וועלט ציגאב ?

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 17, 2009 4:50 pm
דורך לאז געמאכט
דער טהור האט עס אויך! בילד אין.

האסטע נאך א סיבה צו קויפן דעם טהור...

דערווייל קוקט אויס אז נאר שוועמל און אני הקטן פארמאגן אט דעם נייעם טעליולער (קרעמער),

רבותי! ס'ווערד דאס געלט! לויפט אין קויפט!

פארעפענטליכט: שבת יולי 18, 2009 9:48 pm
דורך געלעגער
גרויזי.... טיפיקעל... שטארק געלאכט..

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 19, 2009 3:00 am
דורך וויכטיג מאכער
גרויזי, איך פארשטיי נישט, פארוואס האלט'סטו דעם זייגער בכלל?.. לייגעס אראפ, אז דו האסט נישט קיין כח, הייבעס נישט אויף נעקסט טיים, לאזעס איבער פאר די שטערקערע פון דיר..

בכלל פארשטיי איך נישט, איך האב געוויסט אז דו ביסט למעלה מן הזמן, און דא הערעך גאר אז דו דרייסטעך ארום מיט זייגער'ס וואס דו האסט ניטאמאל קיין כח צו האלטן.. כ'פארשטיימעכניש, מידער...