!!!אלערט! קען 'גוגל אפדעיט' צוגרינדלייגן אייער בלעקבערי?!!!
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 8:15 pm
הערט א מעשה! נעכטן פארנאכטס כ'שפיל מיך געמיטלעך מיט ידידי היקר רב
בעררי, כ'גיי אריין צו די "גוגל מאביל אפליקאציע" -וואס כ'נוץ בעיקר פאר
סורטשען, אנשטאט אריינצוגיין יעדעס מאל דורך די בראוזער- אזוי עפענענדיג
די אפפ. שפרינגט ארויף א "פאפ-אפ" וואס איז מבשר די גוטע בשורה; ס'איז
עוועיליבעל א אפדעיט פארן "גוגל מאביל אפליקאציע" און ער בעט מיר "קליק
הער טא אפדעיט"
איך טראכט נישט קיין צוויי.. געווענליך שלאגט דאך גוגל נישט פאר קיין שלעכטע
מציאות.. האב איך זיך פארלאזט אויפען כלל אז "חזקה לחבר שאינו מוצא מתחת
ידיו דבר שאינו מתוקן" נו.. מ'קליקט! הייבט זיך אן די גאנצע פראצעדור, ער
גייט אריין צו די ב"ב בראוזער און נעמט זיך זיכען דעם סייט פונעם
אפדעיט.. אה, ענדליך ער האט געטראפן! ס'עפענט זיך די דאענלאוד פעידזש,
מ'קליקט תיקף "דאנלאוד" און ס'הייבט זיך אן גיסן השפעות.. 5%.. 10%..
ס'נעמט היבש ביסל צייט, אבער.. יעדע גוטע זאך קומט אן שווער... נו..
דערווייל קען מען זיך אריבער כאפן צום שכינות'דיגן "בריקברעיקער" ס'זאל
נישט זיין קיין ביטול הזמן.. אךךך... ניין! מ'קען נישט! ער סטראשעט אז ער
גייט קענסלן דאס דאנלאודען אויב כ'גיי אריין צו א 2טע אפפ. אקעי איך וועל
מוזן זיצן אין ווארטן... אה! 100% גע'דאנלאוד!
איצט טענה'ט ער אז די "אפדיעט" גייט נישט אריין אין קראפט ביז ווי לאנג
דער מאשין ריסטארט (נ"א ריבאוט) זיך, און ער פרעגט צו איך וויל עס יעצט
טוהן, יעס אר נאו? נו אוודאי יעצט, א שאלה..? ווילעך קליקען "יעסס"
...אפסס! בטעות געקליקט "נאו".. (כ'דארף ווען מאכן א באזונדערע אשכול
איבער דעם, וואס די טרעק-באלל איז זיך כסדר מתחצף און סעלעקט פונקט
ס'פארקערטע פון וואס איך וויל קליקן, ועוד חזון..)
שוין, האב איך (איך???!!!) סעלעקט נאו, שלאגט ער פאר אז אויב וויל איך
נהנה זיין פון די - נארוואס געלאודעטע - אפדעיט, זאל איך ארויסנעמען די
באטערי און עס צוריקלייגן, און דעמאלט וועט עס אריין גיין אין קראפט,
שוין געגאנגען.. מ'גייט ארויסנעמען און צוריקלייגען, און דא האט עס
פאסירט! (ביי מיר...) ...
...איך לייג צוריק די בעטערי, די מאשינקע הייבט אן זיין סטארטיניג
פראצעדור.. די "זאמד-זייגער" מאכט זיינע נענועים.. גיסט ארויף, אראפ..
איך ווארט שוין צו זעהן די "שווארצע וועלקאם פיעדזדש"... ואיננו!! אנשטאט
קומט ארויף קליינע בוכשטאבען; "App. error 200" און אונטער דעם "reset"
שוין, נישט געפערליך, טאקע א ערראר, אבער ער געט דאך די אפציע צו מאכן א
"ריסעט", מ'קליקט reset, הייבט זיך אן אודך די גאנצע סטארטיניג
פראצעדור, און... אודך דאס זעלביגע "app. error 200"... כ'דריק
דעם קנעפל, יענע קנעפל, צוזאמען מיט אלט, אן שיפט, אלע קנעפלעך בבת אחת..
קיין שום צייכען פון לעבן.. און אנדערע ווערטער די נייע "אפדיעט" פון
"גוגל מאביל אפליקעישאן" האט אנגעזייעט א פאטאלען [ט]עראר אינעם בלעקבערי
עד כדי כך אז ער קען זיך נישט סטארטען!
נא וואס טוט מען??? כ'קאל תיקף אריין צו די ספרינט "טעכניקעל סופארט
דעפט." ווי די שטאב שטודירטע מומחים פון אינדיע געבן זיך ספעציעל אפ
מיט די סארט פראבלעמען, נאכן אריינלייגען 5 מאל מיין פאון נומבער...
ווארט איך איטליכע מינוט, ( אינצווישען ווער'ך נכשל מיט מוזיק אין
ספירה.. ) ענדליך באקום איך א אגענט, כ'זאג עם מיין פראבלעם, ער בלייבט
שטיל א וויילע, ער קומט צום החלטה; - נישט מער, און נישט ווייניגער -
"מען קען עס נישט פיקסען, מען שיקט דיר א נייע פאון" ...וואס הייסט, וואס
וועט זיין מיט אלע מיינע אינפארמאציע??? מ'קען גארנישט טוהן טענה'ט ער.
איך האך בקרוב צו ענדיגען וויאזוי ס'האט זיך אויסגעלאזט (ב"ה גוט!), אבער
קודם זאל מען וויסען נישט אריינצופאלן מיט דעם "Error" ווייל מ'קריכט
נישט אזוי גרינג ארויס דערפון.