בריקברעיקער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

בריקברעיקער

תגובהדורך איך_הער » זונטאג פאברואר 08, 2009 10:58 pm

במעמד שלשתן איז געבליבן אז ס'באלאנגט דא.

כ'וואונדער מיך אז ס'איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו מאכן אן אשכול דערוועגן, קען זיין אז ס'איז נישטא קיין קופצים דערויף, סאו לאמיר געוואר ווערן.

איז דא נאך איינער אויסער מיר, וואס פארברענגט צייט אויפן בלעקבערי מיטן שפילן בריקברעיקער?

און אויב יא, ווי ווייט האלט עטץ? וויפילטע לעוועל? וויפיל פוינטס?

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » מאנטאג פאברואר 09, 2009 12:45 am

איך האלט ביי 26 לעוועלס און 14470 פוינטס. גענוג?
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 09, 2009 1:35 am

ליידיג אייערס..
כ'אמאזל איך האניש קיין בב
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג פאברואר 09, 2009 8:05 am

איך_הער האט געשריבן:במעמד שלשתן איז געבליבן אז ס'באלאנגט דא.

כ'וואונדער מיך אז ס'איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו מאכן אן אשכול דערוועגן, קען זיין אז ס'איז נישטא קיין קופצים דערויף, סאו לאמיר געוואר ווערן.

איז דא נאך איינער אויסער מיר, וואס פארברענגט צייט אויפן בלעקבערי מיטן שפילן בריקברעיקער?

און אויב יא, ווי ווייט האלט עטץ? וויפילטע לעוועל? וויפיל פוינטס?


באלאנגט נישט די אשכול אין "היימישע פארברענגען" ???
אזויפיל היימישע פארברענגן אזויפין צייט דערויף......

שמיי_דריי האט געשריבן:איך האלט ביי 26 לעוועלס און 14470 פוינטס. גענוג?


זאג נאר צדיק, וויפיל מאל האסטו שוין ריפלעיסט דיין טרעק-באל?
און טאמער נישט וויפיל מאל האסטו באזוכט די אשכול, וואס באהאנדלט א צובראכענע טרעק-באל?.................
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

געדענק
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2009 10:42 am

תגובהדורך געדענק » מאנטאג פאברואר 09, 2009 9:35 am

לעוועל 31
היי סקאור 33,080
כ'פאברענג נישט אזוי סאך דערויף, איך קען עס נאר גוט.....

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג פאברואר 09, 2009 11:30 am

אנגעקומען צי לעוועל 15 מיין איך ביז מאשקע זז"ג האט מיר אנגעוויזען וויאזוי אים ארויסצישטויסן פונעם כלי..

געדענק
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2009 10:42 am

תגובהדורך געדענק » מאנטאג פאברואר 09, 2009 12:51 pm

ארויסגעשטויסען???? פארוואס????
וואס טוסטו יעצט אן דעם ווען די ווארטסט ביים דאקטארס אפיס?
וואס טוסטו ווען דיין ווייב גייט שאפינג און די בלייבסט אין קאר וואטשען דאס פיצעלע וואס שלאפט?
וואס טוסטו נאך די זופ ווילאנג דיין ווייב ברענגטער די פלייש??? אאאפס.... כ'האב פארגעסן.... נישט אינדערהיים!!!

אבער געוואלד!!!! ס'אידאך דא אזויפיל מאל וואס דאס קומט צוניץ אז מ'זאל ליידער נישט אראפגיין פון זונען....

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג פאברואר 09, 2009 1:13 pm

שטייסט נישט?

סאיז דא אזויפיל צי ליינען אין קרעטשמע און מקומט קוים אן אין די אלע צייטן

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:18 am

כ'זע אז כ'דארף מיך פעסט שעמען פונעם עולם, באט כאב ענק אין בוידעם.

ס'הייסט ווען כ'שפיל, אין בית הכבוד, אין די אלע צייטן וואס געדענק האט אויסגערעכעמט, פלאס ווען איך עפען צען אשכולות אויף אמאל צו ליינען, ביז ס'לאודט זיך די ערשטע פולי, שפילט מען אויך, סאו יעצט האלט איך ביי.

אקעי קודם מיין פאריגע היי סקאור איגעווען 35310.

מיין יעצטיגע, האלטעך נאך אינמיטן.

דערווייל האלטעך 152530 שמיי, ס'איז גענוג?

כ'האב 34 לייוו'ס, און כ'האלט אינמיטן די ניינטע מאל איבער צו שפילן די 34 לעוועל'ס.

אויב דער עולם איז נייגעריג, וועלעך פון צייט צו צייט שרייבן ווי כ'האלט, און אויב נישט, וועלעך אפשר אויך שרייבן.

(אבער עטס ווייסט אז כ'טו נישט נאר דאס יא? והא ראי' איך העכער 17000 תגובות, און דערינען אויך ארטיקלען, ווי מ'קען זען אין מיין סמעטענע, און פארווער ס'איז נייגעריג, יא כ'ארבעט אויך.)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 1:10 am

סתם שרייבן נומערן קען איך אויך.

מאכט א בילד פון אייער פאון מיט די סקאר וועט מען זיך איבערצייגן...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג פאברואר 10, 2009 1:25 pm

אה כ'הער אז די האלטס שוין יא דארט... לאמיך הערן איך בין זייער נייגעריג וואס ס'טוט זיך נאך לעוועל אכצן (דאס איז די מאקסומים וואס כ'האב נאר אמאל געמאכט), ביז וועלעכע לעוועל אידא?

וויזוי איז מעגליך אז די הייסקאר'ס איז ביי אפאר הונדערט טויזענט ווען ביי לעוועל 18 איז עס שוין אזוי שווער אין ס'איז אינגאנצן 11,000 פוינטס.

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » דינסטאג פאברואר 10, 2009 2:07 pm

לאז געמאכט, ס'גייט איב(כ)ער און איבער די זעלבע 34 לעוועלס

איך הער ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין די נומער. ס'איז צופיל פאר מיר צו טראכטן דערפון
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג פאברואר 10, 2009 4:29 pm

אה הייסט ס'דא נאר 34 לעוועל'ס אקעי יעצט שטימט שוין בעסער ווייל וואנס מין קאמפלעט אלע מדריגות הייבט מען אין ווידער מיט די גרינגערע אקעי מעקס סענס...

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג פאברואר 10, 2009 6:51 pm

א'מרעדט שוין פון דעם שפיל...

אפשר האט עמיציר גוט טיפס אין טריקס וויזוי מצליח צו זיין און דעם?

אקעי איך גיי זאגן וואס איך ווייס.

1. נישט אריינכאפן די פליפ און אויך נישט די רעפ...

2. קוקן נאר אויף די באלי נישט אויף די זאכן וואס קומען אראפ...

וואס נאך?

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » דינסטאג פאברואר 10, 2009 7:03 pm

דעם איך הער וועל איך לכאורה נישט ביטן. סתם פאר אינטערעסאנטקייט, ווען איך נעם איינעם'ס בב איז עס געווענלעך אויפ געמישט ביי בריק ברעקער (אויך ווען יענער זאגט איך ווייס נישט ווי זוי די געים גייט) איינער (א ערענסטע ביזנעס מאן) האט מיר אמאל געזאגט אהה, איך שפיל עס נישט, נאר מיין ווייב/קינדער ביז איך האב אים געטראפן ווארטן און זיי קאר פאר זיין ווייב, אוי האט ער דאס געשפילט. איך האלט ביי לעוועל 23 און סקאר 26950
נ.ב. דאס איז א ריכטיגע קרעטשמע ארטיקל

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » דינסטאג פאברואר 10, 2009 11:05 pm

לעוועל 29

סקאר - 16340

איך האב געזעהן אז נאך הונדערטער אין די היי-סקאר'ס האלטן ביי די זעלבע לעוועל מיט די זעלבע סאך פאוינטס

אין אנהייב ווען איך האב איהם באקומען האב איך אסאך פארברענגט אויף איהם, ער איז בכלל נישט אוועקצומאכן, די טרעקבאלל דריק איך נישט אזוי שטארק סאוי נישט פון דעם איזס ער אזוי אויסגעריבן

אגב: וואס טוט מען טאקע ? קען מען עס אליינס ריפלעיסן ??

עניוועי, עס וואונדערט מיר ווי דער הער סעקרעטאר איז אזוי ווייט אנגעקומען.............. 34 לייוו'ס און די נייינטע מאל די 34 לעוועל'ס

אוועטאר
שלעפער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2008 10:06 am

תגובהדורך שלעפער » מיטוואך פאברואר 11, 2009 9:05 am

לעוועל 19
סקאר 10800

אבער אויף מיין פאריגע ב"ב האבן מיר שוין געהאלטן ביי לעוועל 28.

אוועטאר
שלעפער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2008 10:06 am

תגובהדורך שלעפער » מיטוואך פאברואר 11, 2009 9:05 am

Wife madly complaining to salesman at the beauty shop: I want my husband to pay more attention to me.. Got any perfume that smells like a blackberry?!?

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » מיטוואך פאברואר 11, 2009 10:48 am

איך הער ביז היינט האב איך געמיינט אז איך וועל דיר נישט קענען ביטען מיט דיינע תגובות און יעצט זעה איך אז מיט בריקברעיקער בינעך אויך דערנאך פון דיר קענען ביטען
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך פאברואר 11, 2009 11:39 am

פאר די וואס האבן נישט קיין בלעקבערי - איי פארוואס קומען זיי דא אריין? ווייל זיי האבן געזען דעם אשכול אויף "אידישע וועלט" פראנט פעידזש - קען איינער געבן א לינק אויפן א וועבסייט צו דעם געים? איך זאל קענען פארשטיין פון וואס מ'רעדט?

חכ רשיי [יש"כ למפרע..]

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך פאברואר 11, 2009 1:17 pm

ליפא האט געשריבן:אגב: וואס טוט מען טאקע ? קען מען עס אליינס ריפלעיסן ??

יא מען קען אבער ס'איניש אזוי גרינג.
יגרסהדותא האט געשריבן:פאר די וואס האבן נישט קיין בלעקבערי - איי פארוואס קומען זיי דא אריין? ווייל זיי האבן געזען דעם אשכול אויף "אידישע וועלט" פראנט פעידזש - קען איינער געבן א לינק אויפן א וועבסייט צו דעם געים? איך זאל קענען פארשטיין פון וואס מ'רעדט?

איך בין כמעט זיכער אז עס איניש דא נאר אויף די בלעקבערי זינט די געים איז געמאכט ספעציעל פארדעם אבער אפשר איז דא ענדליכ'ס צו דעם ערגעץ ווייסעך נישט,

אלענפאלס אויב ביסטו אונטערסירט קען איך ארויף לייגן א סקרין שאט דערפון.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך פאברואר 11, 2009 2:32 pm

כ'בין טאקע נישט זיכער אז ס'דארף ארויף קומען אויפן פראנט פעיזש, אבער דאך באלאנגטעס אינעם בלעקבערי ווינקל, סאו האיך יתקיימו שניהם? ווייסעך נישט.

צום פוינט, אזוי ווי עטליכע האבן שוין געשריבן, ס'האט 34 לעוועל'ס, און ס'גייט איבער און איבער, די פראבלעם איז די צווייטע מאל, די באלי פליט זייער שנעל, און די באקסעס קומען אראפ ביז כמעט אונטן, (דיפענד ביי וועכע לעוועל.) און ס'איז זייער שווער צו קאנטראלירן, ביים סוף פון יעדע לעוועל פליט שוין די באלי שטייטער.

סאו די מעין שוועריגקייט איז ביי די צווייטע מאל 34 לעוועל'ס, פונעם דריטן מאל און ווייטער, איז אלעס כסדרן, די באלי פליט שטייט, כאטש די באקסעס קומען יא אראפ פון אנפאנג לעוועל, (נישט אזוי ווי ביים ערשטן מאל, וואס ס'הייבט אן אראפ צו קומען נאר ווען די לעוועל דויערט לאנג.) באט ס'שטערט לגמרי נישט, עס לאנג די באלי קאאפערירט.

די פליפ לוינטצעך געווענליך נישט צו כאפן, אבער די רעפ, פלעגעך יא כאפן, כאמעך געקענט אן עצה געבן דערמיט, באט ווי איך האלט יעצט, לייוו'ס האבעך דערווייל גענוג, און די גאנצע זאך איז נאר צו הייבן פוינט, כאפעך די פליפ אויך, און ס'באדערט מיך נישט אז איך פארליר א לייוו דערוועגן.

יעצט האלט איך די צענטע מאל לעוועל 26, און די פוינט'ס האלטן ביי 175390, מיט 35 לייוו'ס.

געדענק
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2009 10:42 am

תגובהדורך געדענק » מיטוואך פאברואר 11, 2009 2:50 pm

כ'האב א זייטיגע קשיא וואס קומט נישט עכט דא אריין (אדרבא אויב איז דא א פלאץ ווי איך קען דאס אנפרעגן ביטע לייגט ארויף א לינק)

די זאגסט אז די האלטס שוין ביי 175390 פוינטס, לכאורה איז עס נישט פון איין טאג נאר פון מערערע טעג אדער וואכען,
וויל איך וויסען אויב ביי דיר פאסירט קיינמאל נישט אז ס'זאל ווערן פון 1 מינוט צום 2טען 0 בייטס און אלע אינפארמעישאן ווי די "ריסענט קאל ליסט" און אלע טעקסט מעסעדזשעס ווי אויך די בריקברעיקער ווערן אויסגעמעקט, און מ'דארף ריפרעשאן דאס מאשינדעל?

ביי מיר פלעגט דאס פאסירען פון צייט צו צייט אבער לעצטענס געשעט עס אפאר מאל א טאג,
וואס איז די סיבה צום פראבלעם? און וואס איז די עצה דערצו?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך פאברואר 11, 2009 4:16 pm

כאשוין געהערט פון דעם פראבלעם, און כ'ווייס פון איינעם וואס האטעס געהאט ווען ער האט געהאלטן ביי היבש העכער ווי מיינע פוינט'ס.

באט איך האבעס דערווייל נישט געהאט, ב"ה, און כ'האף אז כ'וועלעס נישט האבן.

כאשוין געהאט אז אלע מעסעזשעס זאלן ווערן כלא הי', איך טרעף נאר פון די לעצטע טאג אדער צוויי, אאון אויך די ריסענט קאלס, אבער ס'האט נישט געשאדט פאר בריקברעיקער, דערווייל.

געדענק
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2009 10:42 am

תגובהדורך געדענק » מיטוואך פאברואר 11, 2009 4:37 pm

כ'על דיר זאגען דעם אמת.... אויב איך וואלט געהאלטען דארט ווי די האלטסט יעצט און אלעס מעקט זיך אפ וואלט מיך עס זייער געבאדערט,
אבער ס'וואלט מיך מער געבאדערט אז כ'פאליר די ריסענט קאלס און די טעקסטס, סאו כ'האב גארניש דערפון אויב אלעס מעקט זיך אפ נאר די געים בלייבט, ווייל די געים איז מיר נישט אזוי וויכטיג...


למעשה... ווייסטו (אדער איינער אנדערש) וואס ס'איז די סיבה צום פראבלעם? און וואס ס'איז די עצה דערצו?


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט