בלעקבערי פאספארט פאון

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

בלעקבערי פאספארט פאון

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:03 pm

פאריגע וואך מיטוואך האט בלעקבערי אנאנסירט זייער נייער דעווייס, גערופן 'בלעקבערי פעספארט' ע"ש פון זיין שעיפ וואס איז ווי א פעספארט, איך האב עס נישט באמערקט ביז איצטער ווייל עס איז שוואך געווען אין די נייעס, דאס האט גארנישט צו זאגן וואס דער דעווייס איז, פונקט ווי די אבנארמאלע מידיע הייפ ביים אייפאון מיינט נישט אז עס איז אזא גוטע כלי...

דער דעווייס איז זייער זייער אינעוועיטיוו און האט נייע מושגים אינעם אינדוסטריע​, אבער עס איז ענדערש א פענבלעט ווי א סמארטפאון, עס איז אביסל וויערד [לכה"פ ווילאנג מען איז נישט צוגעוואוינט דערצו] דער שעיפ דערפון, און זייער ברייט.

איינער פון די עיקר מעלות איז ארום דער קיבארד, זיי האבן געמאכט א דריי ראו פיזיקל קיבארד מיט נאך איין דיינעמיק טאטש ראו וואס טוישט זיך לויט וואס מען טייפט יעצט [למשל @ מיט com. ווען מען טייפט אן אימעיל אדרעס וכדו']. און דער מערסט אינטערעסאנט איז אז דער פיזיקל קיבארד איז אויכעט טאטש סענסעטיוו און דינט ווי א טרעקפעד וואו מען קען מאנעווערן אין די עפפס און וועבפעידזשעס, אויכעט קען מען סווייפן ארויף צו די סאגעסטשאנס אזויווי אין די z10'ס טאטש קיבארד. ווי אויכעט סווייפן ארויס פון דער בעקספעיס איבער דער קיבארד צו דעליטן א גאנצע ווארט. און נאך...

אין דער סאפטווער פעלד, קומט דער דעווייס מיט בלעקבערי 10.3 וועלכער האט היבש אביסל נייע זאכן. קודם כל קומט עס מיט עמעזאן עפפ סטאר וואס מיינט אז מען האט שוין גרייט צו אינסטאלירן רוב ענדרויד עפפס. אויכעט האבן זיי צוגעלייגט א גוגל-נאו סארט רעדן אסיסטטענס אבער ווי עס קוקט אויס איז עס דערווייל נאכנישט ווייסעך וואס. אינעם בלעקבערי האב האבן זיי צוגעלייגט קוויק עקשענס וואס מען קען טון גלייך פונעם האב צו דיליטן אדער נאך פעולות וואס מען קען טון מיט אלע סארט מעסעדזשעס.

די ספעקס זענען פיינע נייעס, מיט א Snapdragon 801 טשיפ Quad-core און אן Adreno 330 [ביידע די זעלבע פון דער געלעקסי עס5], גאנצע דריי גיג רעם, מיט דרייצן מעגא-פיקסעל OIS קעמרע, און 32 גיג אינטערנעל מעמארי. דער בעטערי איז מאסיוו גוט מיט 3450 mAh אבער... עס איז נישט רימאוועבעל.

דער אפעציעלער פרייז אינעם בלעקבערי שאפ איז $699 און יעצט אויף סעיל לכבוד דער ארויסגעבונג פאר $599. די גאנצע אינוואענטארי האט זיך פארקויפט און ארום זעקס שעה און אין די ערשטע 2 טעג נאכן אנאונסמענט האבן זיי געהאט 200,000 פרי-ארדערס, און איז ביז שעות ארויף אלץ נומער איינס אנלאקט פארקויפטע פאון אויף עמעזאן. און עקספערטן זאגן פאר אז שאנסן זענען זייער גוט פאר בעסערע פינאנצן אין בלעקבערי.

דא איז דער אפעציעלער אנבאקסינג ווידיאו פון בלעקבערי: https://copy.com/whqOtYAxtePc
blackberry-passport (1).jpg

passport_hands_on_3.jpg
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:15 pm

יישר כח פארן קלארן באריכט

איך זעה אויף עמעזאן אין די ערשטע ריוויא, אז דער פאון קומט מיט פופציג פראצענט בעטערי, און נאכן נוצן העווי פאר זעקס שעה אלעס מסדר צו זיין און אינסטאלן אלע עפפס האט עס געהאט איבער פערציג פראצענט בעטערי, דאס מיינט גאר א שטארקע בעטערי

(פארוואס נישט א עקסטערע אשכול?)
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:17 pm

שנאפס האט געשריבן:איך זעה אויף עמעזאן אין די ערשטע ריוויא, אז דער פאון קומט מיט פופציג פראצענט בעטערי, און נאכן נוצן העווי פאר זעקס שעה אלעס מסדר צו זיין און אינסטאלן אלע עפפס האט עס געהאט איבער פערציג פראצענט בעטערי, דאס מיינט גאר א שטארקע בעטערי

(פארוואס נישט א עקסטערע אשכול?)

ווי געשריבן איז דער בעטערי טאקע מאסיוו.

איך האב עס געלייגט דא ווייל איך גלייב נישט אז אסאך - אדער בכלל איינער - פון דא גייען עס האבן, סאו עס גייט זיך נישט ציען קיין שמועס דערוועגן.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:11 pm

די ריוויוס אויף עמעזאן איז גאר גוט, דא-דארט רעדט מען זיך אפ אויף די גרויסקייט פון די פאון, ווידעראום ביי אנדערע איז דאס גאר א מעלה. די געציילטע וואס האבן געגעבען א שוואכע רעיטינג זענען בייז אז זיי זענען נישט געגאנגען מיט ווערייזען, וואס איז טאקע פשט?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6030
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:26 pm

חיים צבי האט געשריבן:די געציילטע וואס האבן געגעבען א שוואכע רעיטינג זענען בייז אז זיי זענען נישט געגאנגען מיט ווערייזען

ס'אנלאקט,‎ ‎ניין‎?‎
‎נאר‎ GSM?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:43 pm

יאפס, נאר GSM

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6030
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:03 pm

ס'איז בכלל נאר GSM? אדער אנלאקד איז עס נאר פאר GSM?

בקיצור, מיט ספרינט ארבעט עס יא?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:35 pm

ווי איך פארשטיי פון די answered questions אויף עמעזאן ארבעט עס נישט מיט ספרינט

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3624
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:57 pm

די פראבלעם איז אז כדי א פאון זאל זיך פארקויפן דארף עס זיין cool, דער פאון איז נישט. שווער צו גלייבן אז סזאל כאפן אפי' 8% פונעם מארקעט
Things aren't always #00000 and #FFFFF

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:13 pm

יישר פארן באריכט.
די חסרונות אין מיינע אויגן:
-מוז נוצן ביידע הענט; קען מער נישט נוצן ביים דרייוון
-קוקט אויס צו וועגן היבש
-נישט סימעטריקל, קוקט אויס TTY
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:17 pm

שוועמל האט געשריבן:-קוקט אויס צו וועגן היבש

זיי זאגן אז עס וועגט נישט אסאך, אבער קוקענדיג אויף די ספעקס זע איך טאקע אז עס וועגט 6.91 אונסעס באלד א אונס מער ווי דער געלעקסי נאוט 3.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:54 pm

שכח קנאפער פארן באריכט
די לינק ארבעט עפעס נישט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:05 pm

באדינער האט געשריבן:שכח קנאפער פארן באריכט
די לינק ארבעט עפעס נישט

ארבעט פיין פאר מיר, דאס איז בעסער פאר דיר?
https://www.copy.com/s/whqOtYAxtePc/Off ... 0Video.mp4
לעצט פאראכטן דורך קנאפער ידען אום דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:43 pm

ארבעט פיין
סליחה

כ'גיי דערפאר,,

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:07 pm

זעהט אויס אז בלעקבערי האט נאכנישט געסיינט קיין DNR
אפטימיזם איז אייביג ווייט אנגעקומען! אין שווערע צייטן זענען די אפטימיסטן די וואס האלטן זיך!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11719
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 7:14 pm

א שיינע פאר נייע איידיעס, אבער דערווייל כאפט עס מיר נישט צוריק

אוועטאר
aperlscript
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 pm
לאקאציע: Dreaming in code

תגובהדורך aperlscript » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 10:07 am

קאוד: וועל אויס אלע

Thanks Kanper for the report
I like the keyboard features , vs. the other smartphones which is so hard to type fore me ... after all my finger is not a stylus.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 6:55 am

איז דא א מעגליכקייט דאס זאל ארבעטן מיט ווערייזאן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 6:13 pm

כשטעל מיך פאר אז יא, פרעג א דיעלער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוקטובער 29, 2014 6:21 pm

שוין געהערט און געליינט אז נישט:
not compatible with CDMA based networks (Verizon, Sprint, US Cellular)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

בלעקבערי פאספארט פאון

תגובהדורך גוגל » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 12:31 am

שוועמל האט געשריבן:שוין געהערט און געליינט אז נישט:
not compatible with CDMA based networks (Verizon, Sprint, US Cellular)

נאכגעקוקט און איר זענט גערעכט

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 1:10 pm

בלעקבעררי האט ליעב אנצוציען זייערע אמעריקאנע קונים.
זיי לאנטשען זייערע טעלעפאונס די לעצטע און אמעריקא.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » פרייטאג אוקטובער 31, 2014 1:38 am

וואס איז טאקע פשט?
כ'מיין זיי זיכען נישט צו פארקויפן זייערע טעלעפאונס?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג נובעמבער 16, 2014 6:18 pm

זייער אינטערעסאנט ווי כמעט אלע ריוויאס זענען 5-סטארס אויף עמעזאן

Capture.JPG
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » זונטאג נובעמבער 16, 2014 6:20 pm

פארפאלען
BlackBerry is the way to go!


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט