בלעקבערי אן אינטערנעט - לייגט צו א האנט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אנאליזירער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 23, 2010 5:59 pm

בלעקבערי אן אינטערנעט - לייגט צו א האנט

תגובהדורך אנאליזירער » מאנטאג פאברואר 14, 2011 7:07 pm

פילצאליגע אינגעלייט וואס דרייען זיך ארום מיט א בלעקבערי וואס האט אויף זיך אינטערנעט, וועלן אנגעבן די אויסרייד פארוואס זיי האלטן אין טאש א כלי וואס איז באהאפטן צו די ארגסטע השחתה און טומאה און האט די מעגליכקייט אראפצופירן אין שאול תחתית דעם ערליכסטן אינגערמאן – אז זיי דארפן האבן דעם בלעקבערי פאר ביזנעס צו קענען שיקן און באקומען אי-מעילס אדער אנהאלטן קאנטאקט דורך בלעקבערי מעסענדזשער און אנדערע פראגראמען, און די קאמפעני וואס שטעלט דאס צו, געבט אויך דערמיט צו אינטערנעט און מען קען נישט האבן בלויז די בלעקבערי סערוויס אן די אינטערנעט. (ארויפלייגן דזשעי נעט איז שוין א פרישע הוצאה וואס נישט יעדער איילט זיך דאס צו טאן, כאטש וואס עס איז קריטיש וויכטיג.)

אונזער חשוב'ער ידיד דא אויף איי וועלט "לאז געמאכט" האט צוזאמגעשטעלט א פראגראם וואס טוט אראפנעמען די אינטערנעט בראוזער פונעם בלעקבערי אבער אלע אנדערע פראגראמען בלייבן פונקציאנירן אזוי ווי בעפאר. און דאס געבט די מעגליכקייט צו האבן א בלעקבערי אן זיין באהאפטן צום אינטערנעט.

איך האלט אז דאס איז א געוואלדיגע זאך און מען דארף דאס פארשפרייטן אז נאך אנדערע אידן זאלן קענען געניסן פון דעם און נישט זיין אויסגעשטעלט צו נסיונות יעדע מינוט פון טאג. און מיט רשות פון "לאז געמאכט" האב איך אנגעהויבן א קאמפיין דאס צו פארשפרייטן צווישן אחינו בני ישראל. איך האב געעפענט אן אי-מעיל אקוינט deletebrowser@gmail.com און ווער עס וויל קען דארט אריינשיקן אן אי-מעיל און איך וועל בל"נ צוריקשיקן דעם פראגראם וואס מעקט אויס דעם בראוזער מיט די פונקטליכע אינסטרוקציעס.

ווער עס וויל מזכה זיין את הרבים זאל דאס מעלדן פאר זיינע חברים אדער אויפהענגן אין זיין ביהמ"ד דעם בייגעלייגטן מודעה.
צוגעלייגטע
איכא דרכא אחרינא.pdf
(20.86 KiB) דאונלאודעד 338 מאל

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » מאנטאג פאברואר 14, 2011 8:07 pm

ברוך הבא הרב אנעליזער. ווי ביזטו געווען ביז היינט? דאס איז דאך ממש א ישועה, מען וועט קענען האבען א ריינע בלעקבערי, מיט אלע באקוועמליכקייטען, און נאך פאר פרי אויך,
איך גיי עס אי"ה מאכען אויף מיין פוין,
און וויסענדיג אז עס איז דא נאך אסאך וואס דרייען זיך ארום ווי איך מיט די גילטי פילינג היתכן מען איז אפען צום שאול תחתית, אבער מען קען נישט ביישטיין די נסיון פון דארפען צאלען מער געלט פאר jnet א ד ג
בין איך מיך מקבל כדי לזכה הרבים צו עס מפרסם זיין ווי ווייט מעגליך.

א גרויסען שכח, און פארשטייט זיך אויך פאר לאז געמאכט, שכרכם הרבה מאוד

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11720
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג פאברואר 14, 2011 8:11 pm

נו, זאל זיך איינער יאווען און מאכן די אייוועלט אפלעקאציע אזוי וועט עס זיין א דבר השלם.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג פאברואר 14, 2011 8:47 pm

הכל תלוי במזל... די פייל האביך שוין געמאכט עטליכע יאר צוריק זעהט אויס יעצט איז געקומען די צייט עס זאל נתגלה ווערן...

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג פאברואר 14, 2011 8:49 pm

געלעגער האט געשריבן:נו, זאל זיך איינער יאווען און מאכן די אייוועלט אפלעקאציע אזוי וועט עס זיין א דבר השלם.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג פאברואר 14, 2011 9:28 pm

שמערי בערי האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:נו, זאל זיך איינער יאווען און מאכן די אייוועלט אפלעקאציע אזוי וועט עס זיין א דבר השלם.

גם אני מצטרף לדברי הרבנים החשובים הנ"ל שיחיו, ויהי' בזה תועלת גדול לכל העולם האיי כולו.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג פאברואר 14, 2011 9:42 pm

ברוך השם, איך זוך שוין לאנג וויאזוי איך קען אפשפארן די אינטערנעט פון מיין בלעקבערי, איך האב פרובירט ביי ספרינט, אבער זיי האבן מיר געזאגט אז אויב האקן זיי אפ די אינטערנעט וועט גארנישט ארבעטן בלויז די טעלעפאון און טעקסט מעסידזשעס. דא איז שוין ענדליך דא א וועג וויאזוי מען קען אויסמעקן גענצליך דעם בראוזער און אלעס אנדערש בלייבט ווייטער ארבעטן. געוואלדיג!!


א גרויסן יישר כח "לאז געמאכט", זכות הרבים תלוי בך!!
און גלייכצייטיג אויך פאר'ן גוטן שליח "אנאליזירער" שכרך הרבה מאוד!!

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג פאברואר 14, 2011 9:54 pm

געלעגער האט געשריבן:נו, זאל זיך איינער יאווען און מאכן די אייוועלט אפלעקאציע אזוי וועט עס זיין א דבר השלם.

http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=392996#p392996
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג פאברואר 15, 2011 10:26 am

אבער אויף לינקס קען מען ווייטער קליקן?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג פאברואר 15, 2011 11:39 am

ניין. נישטא קיין בראזער פינטל.

רעאליסטיש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:56 pm

תגובהדורך רעאליסטיש » דינסטאג פאברואר 15, 2011 12:36 pm

און וואס טוט זיך מיט "בלעקבערי גרופס"? ווערט דאס אויך אוועקגענומען?
בלעקבערי גרופס איז - לדעתי - פונקט אזוי געפערליך ווי דער אינטערנעט בראוסער. דאס האט ליידער אראפגעברענגט חסידישע אינגעלייט צו גאר נידעריגע שטאפלען. אסאך פון די וואס דרייען זיך דארט זענען עובר "לכתחלה" און טרעטן אויף א מאסשטאבליכן פארנעם אויף איסורי דאורייתא, אריינגערעכנט השכלה און כפירה ומינות. כידוע ליודעים.
The best way to make your dreams come true is to wake up

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דינסטאג פאברואר 15, 2011 3:19 pm

רעאליסטיש, איר פארמאגט א בלעקבערי?

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » דינסטאג פאברואר 15, 2011 3:54 pm

לידיעה בעלמא JNET אויפן בלעקבערי קאסט אינגאנצן בערך 7 דאללער א חודש
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

לאטצי
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 20, 2010 10:01 pm

תגובהדורך לאטצי » דינסטאג פאברואר 15, 2011 7:32 pm

Ir
לב טוב האט געשריבן:לידיעה בעלמא JNET אויפן בלעקבערי קאסט אינגאנצן בערך 7 דאללער א חודש

אבער מען דארף האבן די טייערע blackberry plan - enterprise וואס קאסט נאך אפאר טאלער

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך פאברואר 16, 2011 12:05 am

רעאליסטיש האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט "בלעקבערי גרופס"? ווערט דאס אויך אוועקגענומען?
בלעקבערי גרופס איז - לדעתי - פונקט אזוי געפערליך ווי דער אינטערנעט בראוסער. דאס האט ליידער אראפגעברענגט חסידישע אינגעלייט צו גאר נידעריגע שטאפלען. אסאך פון די וואס דרייען זיך דארט זענען עובר "לכתחלה" און טרעטן אויף א מאסשטאבליכן פארנעם אויף איסורי דאורייתא, אריינגערעכנט השכלה און כפירה ומינות. כידוע ליודעים.

קלינגט זייער נישט רעאליסטיש.

איך האב א בב שוין אפאר יאר, מיט עטליכע בבמ גרופס דערויף. נאכנישט געטראפן ענדליך צו וואס דו דערמאנסט. :?

אנאליזירער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 23, 2010 5:59 pm

תגובהדורך אנאליזירער » מיטוואך מארטש 02, 2011 3:16 pm

א גוטן טייערע פריינט.

געלויבט השי"ת אסאך אידן האבן מיר שוין געבעטן דעם פראגראם, אבער איך זוך פרישע מיטלן וויאזוי צו אדווערטייזן דעם פראגראם.

(גראדע אין די לעצטע צוויי טעג האב איך באקומען אסאך פרישע אי-מעילס, מן הסתם האט איינער דאס אצינד אדווערטייזט ערגעץ.)

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך מארטש 02, 2011 3:22 pm

לכאורה דארפסטו די ערשטע זאך אויפהענגן א צעטל און די צוויי דריי גרויסע בתי מדרשים
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2486
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך מארטש 02, 2011 3:37 pm

איך וואלט געזאגט זאלסט עס אריינלייגען אין דבר יום ביומו און די קלעסיפיידס. (אין א זונטאג'דיגע).

יתכן אז זיי וועלן עס אננעמען לשם מצוה. און א נישט קאנאקט מיך אין אישי.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 02, 2011 5:31 pm

ביי אונז אין שוהל איז דעם ענדע-וואך געהאנגן אזא צעטל (איך האב שטילערהייט געקוואלן)

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2486
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג מארטש 03, 2011 10:12 am

קרעמער האט געשריבן:ביי אונז אין שוהל איז דעם ענדע-וואך געהאנגן אזא צעטל (איך האב שטילערהייט געקוואלן)



מעגסט הויעך אויך, א התעוררות פון א חבר (נאכדערצו פון קרעמער) קען אסאך אויפטוהן!
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג מארטש 03, 2011 3:28 pm

יא יא, איך האב עס גענוצט הלכה למעשה.

ווי לאנג ארענדער וועט נישט מאכן דעם אפפ פארן בער, בין איך דא האלב צייט ווי אמאל.

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דינסטאג יולי 12, 2011 5:13 pm

שוין דורך איבער א חודש
איז שוין דער ארענדער אויפגעקומען מיט עפעס אן אפליקאציע פאר איי וועלט ?
שטיי מיר און ווארט מיר בכליון עינים.
לאז געמאכט; אז דו טויגסט יא צו מאכן א פייל, אפשר שרייבסטו אן אפליקאציע פאר איי וועלט ?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג יולי 12, 2011 5:22 pm

גם אני מצטרף לדברי חברינו החדש שמן למאור נרו יאיר.

עס וועט זיין א געוואלדיגע תועלת פאר אסאך היימישע אידן!

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דינסטאג יולי 12, 2011 5:51 pm

גם אני מצטרף
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

חאצקעל
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 19, 2011 3:13 pm

תגובהדורך חאצקעל » דינסטאג יולי 12, 2011 8:18 pm

וגם אני מצטרף!


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט