וועלכע ספרינט בלעקבערי איז די בעסטע??

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

וועלכע ספרינט בלעקבערי איז די בעסטע??

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2010 11:41 pm

(אנטשילדוגט פון פאראויס אויב עס איז שוין דא א אשכול דערוועגן, איך האב נאך דערווייל נישט געטראפן) אזוי ווי איך בין נארוואס אריין אין די בלעקבערי ליין אין איך גרייט מיך יעצט צו קויפן מיין ערשטע בלעקבערי וואלט איך געוואלט פרעגן דא דעם ציבור אויב עמיצער קען ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע וועלכע (ספרינט) בלעקבערי עס לוינט צו נעמען און פון וועלכע עס לוינט צו שטיין ווייט

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2010 11:47 pm

אויב די קענסט נעמען א באלד 9650( דאן נעם דאס, אניש (אויב דיין פלען ערלויבט עס נישט) דאן נעם א טהור 9630

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2010 11:50 pm

די ביליגסטי איז מסתם די קורוו, אבער אויב ווילסטו וויסן פון וואס צו שטיין ווייט, איז עס די אלטע קורוו וואס האט נאך די טרעק באל, אויב נעהסטו יא קורוו מאך זיכער צו נעמען וואס האט א טרעק פעד.

די בעסטע איז מסתם היינט די באלד.
----

לאז האקט אריין, אבער איך שיק מיין תגובה.

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » פרייטאג אוגוסט 13, 2010 10:29 am

וואס איז מיט א פילטער? קען מען האבן בלעקבערי מיט א גוטן פילטער? די היימישע קאסטן א הון רב

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » פרייטאג אוגוסט 13, 2010 11:50 am

קענסט האבן זשעי נעט אויפן בלעקבערי פאר (דוכט זיך) 7 דולר א חודש. (אפאר אפשענס וויאזוי צו פילטערן)
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג אוגוסט 15, 2010 10:07 am

א בליק אויף ספרינט'ס סייט צייגט אז די טהור 9630 איז נישט אוועליבעל, כ'האפ אז דאס אינאר צייטווייליג, כ'האב אבער מורא אז דאס איז א שטיקל פון זיי צו צווינגן דעם עולם צו נעמען זייערע טייערע פלענס, קיין איין בלעקבערי וואס זיי האבן יעצט קעמען נישט נוצן מיט א ביליגע פלען, שקצים.

זעלבסט פארשדענדליך אז ריטעילער'ס האבן דאס נאך אין גרויסן מען קען עס פון דארט באקומען.

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 10:43 pm

האט איינער אינפארמאציע איבער די curve 8530?

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג אוגוסט 17, 2010 1:20 am

איך האב עס, דו בעטערי גייט אויס שנעלער ווי פון 8330.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דינסטאג אוגוסט 17, 2010 8:45 am

איך מיין אז ערגעץ האט מען שוין גערעדט דערוועגן, מסתם איז עס פארלוירן געגאנגען ביים קראך.

איך גלייך זייער די סייז דערפון, און פארשטייט זיך די טרעקפעד איז א מחיה.

און ווי טריאו זאגט איז די בעטערי נישט דאס בעסטע. און אויך, די קעמרע האט נישט קיין פלעש.

אויב נעמסטע יעצט די ערשטע מאל א בב איז עס א גוטע טשויס.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6422
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 6:34 pm

איך האב די 8830 פון ווערייזען (איך האב נאך געצאלט אסאך געלט פאר דעם) אין איך בין ב"ה ציפרידען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 3:16 am

למעשה האב איך געקויפט דעם curve מיט די trackpad איך געדענק נישט יעצט די model number אין איך בין זייער צופרידען דערפון

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 11:36 am

האטס שוין געהאט א ספרינט פלען פריער? וויפיל האט דיך עס געקאסט?
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 5:16 pm

עס האט געקאסט בלויזע 50 טאלער נאך א 100 דאלאר ריבעיט איין זאך וואס איך קען מיך אפרעדן איז אז די סקרין וואלט געמעגט זיין קלארער, עס איז כמעט אוממעגליך צו ליינען א pdf פייל, און אז מרעדט שוין וויל איך מיך באדאנקען פאר הערשי קניהויז פאר זיין הילף אויף טריט און שריט

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 5:47 pm

מען קען זומען, און מען דארף ווארטן אביסל ווילאנג עס רילאוד זיך, און מען זייער פיין ליינען.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 5:00 pm

איז די טוהר בעסער ווי די באלד?
אויב יא: מיט וואס?
און פארוואס איז עס נישט עוועיליבל?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג אוקטובער 18, 2010 5:24 pm

ספרינט האט מיר געשיקט אן אימעיל אז כ'בין בארעכטיגט צו באקומען א שפאגל נייע בלעקבערי א טאג פארן גאנצן עולם (פאר'ן זיין א פרימיער קאסטומער), עס איז א פליפ פאון (א טעלעפאן וואס מען קען עפענן און צומאכן), עס האט שוין דעם באקאנט'ן 6.0 ווערסיע.

זיי האבן נישט פארגעסן אונטערצושטרייכן אז כ'וועל מוזן טוישן די פלעין צו זוכה צו זיין אין דעם טעלעפאן, אזאך וואס כ'האלט נישט ביים טאן.

די פרייז פארן נייעם טעלעפאן וועט זיין $99 מיט א צוויי יעריגע קאנטראקט.

זע בילד פונעם נייעם טעלעפאן בייגעלייגט צום דאזיגן תגובה.

טענקס פאר ליסען'ינג - לאזי פון די בלעקבערי ווינקל.

NewBB.jpg

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג אוקטובער 18, 2010 9:07 pm

מ'קען זיין א פרימיער קאסטומער אויף די חצי בחנמדיגע פלענער?

איך האב א פלען פון עטליכע פאונס ביי זיי, און נאר די הויפט ליין איז א פרימיער עקאונט.

ווען כ'האב היינט געזען די נייעס פונעם נייעם טעלעפאן איז עס מיר געפאלן און כ'קלער עס צו קויפן פאר מיינער וואס האט נאך אן אלטער בב.

דער מעין ליין צאל איך ערגעץ ארום א מאה, ממילא גלייב איך נישט אז כ'וועל דערפאר דארפן איבערבייטן דעם פלען.

וואס איז דער בב 6 בעסער ווי צום ביישפיל דער אפערעטינג סיסטעם פונעם טאור?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג אוקטובער 18, 2010 10:52 pm

האסט געפרעגט צופיל קשיות אויף אמאל... לאמיר פרובירן ענטפערן וואס איך ווייס.

פרימיער קאסטומער מיינט נישט קיין סאך... ס'איז פלעין א מארקעטינג סטראטעגיע. שוין אפאר חדשים וואס זיי האקן מיר אין קאפ אז כ'בין א "פרימיער קאסטומער" אבער כ'האב נאכגארניש זאכ'ליך ערהאלטן פארדעם.

כ'האב הנאה אז עס איז דיר געפאלן און אז די פלאנסט עס צו קויפן אזוי וועלמיר אולי באקומען ערשט האנד'יגע אינפארמאציע פון עמיציר וואס האט עס.

דעס אז די צאלסט ערגעץ ארום א מאה מיינט כלל נישט אז די ביסט בארעכטיגט פאר די דאזיגע טעלעפאן, איך צאל אין פאקט אריבער א מאה פאר די מעין ליין דאך קעניך נישט האבן די נייע'רע טעלעפאנס.

די בלעקבערי זעקס איז א נייערע אפערעטינג סיסטעם. ניי מיינט געווענטליך שענערע גראפיקס, צוגעלייגטע פיטשערס, פארבעסערט אלטע זאכן, וכדו'. אין נייע סיסטעמ'ן מאכן זיך אויך נייע באג'ס (אזוי רופט מען פראבלעמען און קאמפיוטער סאפטוועיר) דאס איז א פארט פונעם דיל געווענטליך.
דאס דארף זיין א תירוץ פאר אלע וואס פרעגן וואס איז די נייע בעסער ווי די אלטע. ווען איינער פרעגט וואס די היילייט'ס זענען, דאס איז שוין מער א שאלה וואס האט א נארמאל תשובה, אין דעם פאל איז עס די בראזער, זיי האבן עס איבערגעמאכט שפאגל ניי, לויט ווי מ'זאגט איז עס פיל שנעלער און בעסער.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג אוקטובער 18, 2010 11:36 pm

איך רעד פונעם הויפט ליין וואס דווקא אויף דעם קלער איך אז מען זאל קענען האבן פון די נייערע טעלעפאנען.

כ'על זיי געבן א קאל מארגן.

אויף די אנדערע ליינס ווייס איך זיכער אז זיי לאזן נישט גיין ווייטער ווי דעם טאור.

אגב כ'האב אביסל מורא אז ווען כ'וועל זען דעם נייעם בב ביים ב'ב, וועט מיין ליבע צום איווא עטוואס אויסברענען :-)

און יא, עמעזאן האט א ספעשל פון בלויז איין מאה פארן איווא און פארן עפיק.

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 12:15 pm

כהאב גערעדט מיט א דילער זאגט ער מיר אז די נייע גייט טאקע קומען מיט די נייע 0.6 ווערסיע אבער די אלטע פאונס גייט מען קענען אפדעיטען מיט אפאר וואכן שפעטער

איז אזוי, איך האב נאכנישט קיין בלעקבערי און טראכט יעצט צו אפגרעידען מיין פלען דערצו, איך האב די אפשען פון יעצט שוין פארן קארב 3G אדער די נייע פליפ און צוויי וואכען ארום, וואס זאגט דער עולם זאלמיר ווארטן אדער נעמען דעם קארב?

פאר איר ענטפערט א גרויס סקרין איז זייער א וויכטיגע פאקטאר ביי מיר
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 3:32 pm

לויט ווי כ'דענק איז דער נייער קורוו בכלל נישט אזא גוטער פאון און די וואס זענען יא צופרידן דערפון, איז עס געווענליך זיין ערשטע בלעקבערי..

כ'ווייס נישט אויב דער סקרין פונעם 'סטייל' איז מיט אזויפיל קלענער ווי דעם קורוו. אבער ער האט פילע מעלות איבערן קורוו.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 3:45 pm

איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » מיטוואך אוקטובער 20, 2010 11:57 pm

כ'האב היינט געזעהן אויף א סייט, (כ'האב נישט יעצט די לינק, אז איך וועל עס האבן וועל איכעס בל"נ ארויף לייגען) די פונקטליכע מעזשערמענטס פון די סטייל און לויט דעם גייט סיי די קיבאורד און סיי די סקרין זיין באל דאפלט גרעסער וואו די קארוו, די סטייל פארמאכטערהייט איז מיט א האלבע אינטש קלענער וואו די קארוו, און די בעק סקרין וואס מ'זעהט נאר ווען ס'איטז פארמאכט איז אזוי גרויס וואו די קארוו יעצט און אויב כ'האב גוט פארטאנען איז עס פול פאנקשענינג מיינט צוזאגען אז מ'קען ליינען מעסעדזעס אי טי סי אן עפענען
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג אוקטובער 21, 2010 12:31 am

לאז געמאכט האט געשריבן: ווען איינער פרעגט וואס די היילייט'ס זענען, דאס איז שוין מער א שאלה וואס האט א נארמאל תשובה, אין דעם פאל איז עס די בראזער, זיי האבן עס איבערגעמאכט שפאגל ניי, לויט ווי מ'זאגט איז עס פיל שנעלער און בעסער.

נישט אזוי זיכער, אפשר שטייטער, איך ניץ סאך ווייניגער די בב בראוזער זייט מיין אפגרעיד,

מיין היילייט איז די סוירטש ביים האום סקרין, קענסט טייפן יעדע ווארט אויב ליגט עס צו אין די סיסטעם צו אין א מעסעדזש צו אין א פייל ברענגט ער אים גלייך ארויף אין זאגט יעדע זאך וויפיל מאל ס'שטייט, אין ווי,
למשל setup טרעפט ער דעם סעטאפ פאלדער, אין וויפיל מאל ס'שטייט ביי די העלפ וכו'
די סעטינג'ס זענען טאטעלי דיפרענט, אזא בחינה ווי די קאנטראל פענעל טויש פין עקס פי צו 7, ועוד....
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג אוקטובער 22, 2010 12:56 pm

אה עס איז מיר אונטערסאנט צו הערן. די האסט די נייע בראזער? עס האט טעב'ס? עס ווייזט שענער די סייט'ס??

די גלאבעל סערטש איז טאקע א פיטשער וואס איז ווערד צו באגריסן.


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט