בלאט 1 פון 1

סינקרענייזן בלעקבערי קאנטאקט ליסט

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 14, 2010 12:07 pm
דורך קאמענטאטאר
מיין קאנטאקט ליסט טוט זיך אויטאמאטיש "סינקן" מיט מיין גוגעל-אימעיל קאנטאקט ליסט, אבער מאיזה סיבה שיהיה טוען אלע נעמען מיט מיטעלסטע נעמען ערשיינען אומריכטיג, וו.צ.ב.ש. "אברהם הלוי ווייס" אין מיין אימעיל - וועלכע האט נישט קיין ערשטע אדער לעצטע נאמען "פיעלד" - קומט ארויף אין בב "הלוי ווייס, אברהם".

ווייסט איינער א לעזונג?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 14, 2010 3:43 pm
דורך משה מענטש
טאטער

אייגענטליך האב איך נישט קיין לעזונג צי דיין פראבלעם ווייל איך האלט ביים אלף! יעצט באקומען מיין בב, (מזל טוב) און איך בריביר אריבערברענגען מיינע קאנטעקטס פון פאלם צום בב אבער אן ערפאלג, דהיינו איך עפען דעם DESKTOP MANAGER און ער געט מיר דעם אפשען פון DEVICE SWICH WIZARD אבער דערנאך ווי איך וואלט געדארפט קענען קליקען אויף פאלם (איך זעה דעם אפשען) אבער עס איז נישט מעגליך צי קליקן אויף דעם (ווייל ער איז העל, און גיט נישט קיין מעגליכקייט עס צי סעלעקטען)

אויב מיינע קראעטשמע קאלעגען וואלטען מיר געווען בייהילפיג וואלט איך עס זייער עפרישיעיטעט

יש"כ למפרע

הק' משה

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 6:55 pm
דורך משה מענטש

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 8:42 pm
דורך קראצער
איך האב געהאט פראבלעמען מיט גוגל סינקראנייז.. זאל מיר איינער זאגן אז ער האט נישט קיין פראבלעמען מיט דעם.
(גראדע בין אין א גוגל פען)

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 17, 2010 12:51 pm
דורך קאמענטאטאר
ווען כ'האב גענוצט גוגעל סינק האב איך גראדע נישט געהאט דעם פראבלעם, ס'איז נאר זינט איך סינק דורך ענטערפרייס סערווער.