פירוש חי על בלעקבערי (פנימי)
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 9:10 am
"די קונץ פון א שרייבער איז צו נעמען די נקודות וואס קיינער האט נישט באמערקט, און פון דארט אנהייבן דעם בנין". פלעגט זיך יענער אויסדרוקן.
הפנים, היות דער בלעקבערי איז געווארן א טייל פונעם לעבן ליידער, וועל איך אראפלייגן דא די קלענערע חלקים על מנת אז זאל זיך בויען פון דעם א גרויסן בנין, און אזוי וועט מען געוואויר ווערן פרישע ענינים וואס "קען אייך צוניץ קומען".
אנגעהויבן האט זיך עס ווען דער היים סקרין עפנט זיך און מען זעט דארט אסאך אייקאנס, מיין אינגל וועט משוגע פאר די אייקאנס "וואו! טאטי האט אזוי באנטש פרייזעס", חחאחאח, אריין אין קינדערישע חכמות.
ביי מיר איז די דיפאלט בילד די זעלבע וואס עס איז געווען ביים קויפן דעם בלעקבערי, איך רעד פון דעם הימל מיטן ראוד וואס פירט אריין אין גן עדן (אגב, עס איז א טו וועי סטריט! געבט אבאכט!).
אז מען רעדט שוין פון דיפאלט, האט מיר שוין מיין חבר יואלי פרידמאן געזאגט צענדליגער מאל אז מען קען טוישן די זייטיגע באטנס אויפן בלעקבערי צו וואס מען וויל, אבער איך בין נישט אזוי דורכגעטראכט ווי אים, און צו יעדע עטליכע טעג פאסירט דעם אויסקראך ווען א קול באשה רופט זיך אן "סעי עי קאמענד"... איך געדענק נישט אז עס זאל זיין עכטע בזיונות, אבער השם ישמרנו וואס עס קען פאסירן.
און יא, די ערשטע פון מיינע א.ד. "פרייזעס" איז די אפערע מיני. די רויטע באלי, דאס איז די בעסטע פרייז פון מיינע סטעישענעריס! עס איז א מציאה גדולה!
שמועות קארסירן אז עס איז שוין ארויסגעקומען א פרישע ווערסיע דערפון, און איינס פון די אויפטוה'ן איז "טעבס", להוי ידוע חבירי וידידי, איך האב 2 ווערסיעס פון אפערע מיני, די לעצטע (בעפאר דעם יעצטיגן דורכברוך), און איינס פארדעם, איך זעה נישט קיין גרויסע חילוק צווישן די צוויי, אבער דאס האט מען גערופן אינדערהיים "טעב'ס", ס'הייסט בשעת איין ווערסיעס ארבעט קען איך רואיגערהייט ארבעטן מיט די צווייטע.
בוקמארקס האט מיין זיידע נישט צוואה געלאזט וויאזוי מען קען טרענספערן פון איין ווערסיע צום צווייטן.
און יא, איך עפן אפערע קומט ארויף אונטן א קליינע שאלה מארקע, קוועסטשען מארק אין אידיש "?", דאס שטעכט מיין אויגן יעדעס מאל, איך וואלט קיינמאל נישט געגאנגען ארבעטן אין אפערע! שוין ביים אנהייב פרעגט ער "?" איכה? ביסט משוגע? האסט גענומען דיינע פילן? איך ווייס נישט וואס די קשיא מיינט, אבער עס שרייט געפערליך.
גייט מען אריין צו א וועבסייט די ערשטע מאל נאכן עפענען... אופס! ער לאזט נישט. איך האב 2 אפציעס yes אדער no - די מעסעדזש וועל איך לאזן א צווייטן דורכליינען, אבער עפ"י נגלה ווען איך וויל אריינגיין ערגעץ אין ער פרעגט מיר יא אדער ניין, וועט דער תירוץ זיין "יא", ס'ארא שאלה? אז איך וויל נישט אריינגיין טוה איך ווען עפעס אנדערש, איא? וואו האט יענער געזאגט? ער האט מיך געוואלט שלאגן! פון וואו ווייסטו? ווייל ער "האט" מיך געשלאגן. חאחחאח.
אקעי, למען תינוקות של בית רבן וועל איך זיך יא מטריח זיין יעצט דאס ערשטע מאל צו ליינען יענע מעסעדזש. אט אזוי:
The application Opera Mini has attempted to access a low-level network connection. Would you like to allow this?
איר הערט ווערטער? וואס געשעט ווען איך דרוק no? גייט ער נישט אריין! אנשטאט ער זאל מיר זאגן די קאנסעקווענצן פון די אזוי גערופענע "לאו לעוועל נעטווארק", וואס עס לוינט זיך מיר יא און וואס נישט, געט ער מיר נישט קיין צוויי ברירות, "אדער ביסטו מסכים אדער נישט"...
אקעי, מעשה שהיה כך היה, איך האב געדרוקט yes! אבער מאכט זיך צומאל אז דער בראוזער פראבירט זיך צו קאנעקטן צו... לאמיר זאגן "אידישע וועלט"... סתם א משל, קיינער זאל זיך נישט באליידיגן. און עס גייט נישט! יא איר האט גוט געהערט! עס שטייט אונטן "קאנעקטינג" און ער שפילט זיך מיט מיין צייט, ענדליך קומט ארויף א סקרין אז "עס גייט נישט, און ער וויל טשעקן מיין אינטערנעט קאנעקשען", זאג איך אייך מיינע טייערע ברודער, עס איז א סגולה בדוק ומנוסה צו מאכן דעם טשעקאפ, ווייל עס העלפט אז עס זאל ארבעטן! האסט אמאל געהערט אז א קאלטשער איז א סגולה קעגן סטרעפ? איך אויך נישט, אבער ביי אונז אין די קליינע אפערע גייט עס אזוי, מאך א טשעק אפ, און די אינטערנעט נעמט זיך צו פליען!
פארזעצונג קומט אי"ה...
אקעי, איך דארף נישט קיין קללות, איך וועל יעצט ממשיך זיין ווייטער.
עס פלעגט זיך מאכן אז איך האב געדרוקט א געוויסע קאמבינאציע פון באטנס און עס איז ארויפגעקומען אויבן א רויטע ליין ווי ביי יעדע וועבזייטל שטייט דארט די קעפל פון דעם זייטל (אזויווי אין קאמפיוטער ביי יעדע בראוזער). אבער די קאמבינאציע פון באטנס איז געדרוקט געווארן בטעות, און איך האב קיין אהנונג נישט געהאט וועלכע קאמבינאציע דאס איז. דער רויטע ליניע האט מיך זייער שטארק געשטערט, ווייל עס נעמט אויף א שיין חלק פונעם סקרין, פון די אזוי אויך קליינע סקרין.
איך האב זיך דאן גענומען מיט א כעס און יאוש צו דרוקן אלע ערליי באטנס, פאר פינף מינוט מיט צוגעמאכטע אויגן, וראיתי ישועה גדולה, אמאל האט עס געהאלפן אמאל נישט.
ענדליך, לעצטנס האב איך אויסגעפונען וואס דער קאמבינאציע איז, עס איז פשוט דאבל קליקן אויף די * קנעפל. ושמחתי בשמחה גדולה.
דאס דארף איך פאר קיינעם נישט זאגן אז ווען מען טייפט א תגובה אין אידישע וועלט איז א חוב קדוש צו קאפיען די גאנצע תגובה פאר מען שלח'ט עס, אז נישט איז מען א מאבד תגובותו לדעת.
אבער וואס יא, ווען מען ענדיגט טייפן די תגובה וואס אדאנק "לאז געמאכט" און "מאשקע" - פון די היברו דעפארטמענט אין די בלעקבערי קלאודינג צענטער אויף פלאשינג עוועניו - קען מען דאך שוין טייפן היינט אין היברו, אגב עס איז אידיש נישט היברו! - איז ווען מען ענדיגט, זאל מען צוריקטוישן אויף ענגליש, ווייל אזוי קען מען דאך גרינגערהייט אראפסקראלן דורכ'ן זיך באנוצען מיט די בלעקבערי קנעפלעך 2 און 8, ווען מען איז אין אידיש ארבעט דאך עס נישט - אגב, מאשקע עס איז עכט דיסקרימישלאציע!
און יא #3 איז די סגולה פאר אנצוקומען אין א רגע צום סוף פונעם פעידזש אדער אנהייב, אבער דאס ארבעט נאר ווען די פעידזש איז שוין אינגאצן אפען.
און אז מען רעד שוין, ראה הוזהרנוך! איינמאל דער פעידזש האט זיך שוין אנגעהויבן צו לאדענען איז א שאד צו פראבירן עס צו סטאפן, איך האב פאר אייך ווילדע נייעס, עס גייט נישט! איר קענט רייט קליקן און דרוקן סטאפ ביז די הרי אררט אריין, עס גייט נישט, עס איז נישט דא קיין וועג ארויס, כל באיה לא ישובון.
הערשט נאכדעם וואס די פעידזש איז שוין דא קענט איר צוריקגיין מיט די "בעק" באטן צו פריערדיגע דפים. אויך קען מען רייט קליקן און דרוקן forward צו אנקומען צו דפים וואס מען האט געהאט אפען פארן צוריקמישן. אבער געדענקט איינמאל איר קומט אן צו די בוקמארקס איז נישטא קיין וועג צוריקצוגיין אויף פאראויס. למשל אויב האלט איר אינמיטן ליינען א זאפטיגע תגובה אינעם קרעטשמע, און איר גייט צו די בוקמארקס אינמיטן, קענט איר פארגעסן פון צוריקגיין צו דעם זאפטיגס. חבל על הזמן.
מיט דעם האבן מיר געענדיגט די מעשה מיט אפערע.
נעקסט קומט די דזשימעיל אפליקאציע, אה א פלעשזואר! מען קען האבן אפען 60 אקאונטס אויף אמאל, (איך האב פערצופאל 70 אבער נישט דאס איז די רעדע יעצט). די מעשה מיט דעם איז אז קיין html אימעילס וועסטו נישט קענען ליינען דערויף, יא איר האט גוט געהערט!. אקעי גענוג.
געט אכטונג ווען איר פארווערד אן אימעיל דורך גימעיל אפליקאציע, וועט איר גארנישט זען קיין קאנטענט, אבער בעצם פארווערד זיך די גאנצע אימעיל כאילו לא היה, וואס צומאל ענהאלט דאס אויך אינפארמאציע וואס איר וואלט נישט געוואלט יענער זאל זען (למשל פון וועם עס קומט ארגינעל וכדומה), ביים פארווערדן אן אימעיל איז נישטא קיין וועג צו קענען רירן די אינהאלט פון די ביז יעצטיגע חומר. חבל על הזמן. יא איר האט גוט געהערט!
אגב, אז מען רעדט שוין פון שרייבן אן אימעיל, די טייפן אדער סקראלן אויף א בלעקבערי מאכט א קול, וואס ערלויבט מיר נישט צוצולייגן א תגובה 3:00 ביינאכט אויפן קרעטשמע אלץ פארכט אז די בני בית וועלן זיך אויפוואכן דערפון. וואס איז די עצה? קויפן א סקרין טאטש? מאשקע איך האב נישט גערעדט צו דיר!
ס'דערמאנט מיר טאקע ביים עי טיים קומזיץ ווי די דרשות זענען אגאנצן צייט צושטערט געווארן ווען וויכי האט געטייפט הויעך. וויכי איך מעג זאגן וואס איך וויל! שא!
יא, די גוגל מאפעס? די בעסטע אפליקאציע, דאס איז מיין ארגינעלע GPS. איך האב אויסגעפיגערט (קרעמער, פליז ליין די ווארט גוט!) אז דער סיבה פארוואס א געהעריגע דזשי פי עס איז קאמפליצירט איז ווייל ער פירט דיך ביי די נאז, דו האסט נישט קיין אהנונג וואס ווען וואו, דו זעסט נישט אויפן סקרין די גאנצע זאך אויפאמאל. משא"כ די גוגל מעפס, איך ווייס פאראויס אין וועלכע ריכטונג איך וויל גיין, און איך זעה וואו איך בין, און איך מאך אליין קאלקילצאציעס. איך בין שוין פילע מאל געראטעוועט געווארן פון סכנותדיגע אומאיינגענעמליכקייטן. (שאקס, וואו איז מיין אידישע ספעל טשעקער?).
די לעצטע ווערסיע איז נישט אויסגעהאלטן לכתחלה, ווארום זיי האבן געטוישט אין מדינת ישראל שטייט דארט ארויסגעשריבן מיט אידישע בוכשטאבן "ישראל", אנדערש ווי ביז יעצט וואס איז נאר געשטאנען israel וואס אין טאליבאניש מיינט עס "סעקשאן 8".
איך בעט איינער זאל איבערנעמען די מייק. כאטש איך האב נאך אבאנטש צו שרייבן.
ומחק וויכי תגובה מעל כל פנים לנצח במהרה בימינו אמן.