סאדאם כוסעין, טויט דורך הענגן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

סאדאם כוסעין, טויט דורך הענגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די מערדערליכע לעבן פון איינער פון די גרעסטע מאסן מערדער אין די היינטיגע געשיכטע, איז היינט פארטאגס געקומען צו א גוט-פארדינטע ענדע, ווען סאדאם כוסעין, דער אמאליגער הערשער און טיראן פון איראק, איז געהאנגן געווארן דורך די איראקער אויטאריטעטן, נאכן געפונען ווערן שולדיג אויף הונדערטער מערדערייען וואס ער האט פארארדענט אויף זיינע פאליטישע שונאים אין לויף פון זיין הערשאפט.

פרעזידענט בוש האט פון זיין וואקאציע ארט אין טעקסאס באגריסט דעם הינריכטונג, זאגנדיג אז ברענגן סאדאם צו גערעכטיגקייט איז א וויכטיגע דערגרייכונג אין איראק'ס ציהל צו ווערן א דעמאקראטיש לאנד, און דאס צייכנט אפ די ענדע פון א שווערע יאר פאר די איראקע פאלק און אירע טרופן.

כוסעין האט געשטעלט א שטיקל ווידערשטאנד ביים איבערגעגעבן ווערן דורך די אמעריקאנע וועכטער צו די איראקע באאמטע, שפעטער האט ער יא איינגערוהט און שטארק אנגעכאפט דעם אראבישן "קאראן" ביים געפירט ווערן צו די תלי'.

אינעם שיאטישן טייל פון באגדאד, האבן טויזנטער מענטשן געטאנצן אין די גאסן, אנדערע האבן אויסגעשאסן מיט זייער געווער אין די לופט צו פייערן די טויט פונעם געוועזענעם דיקטאטור וואס האט אומגעברענגט הונדערטער טויזנטער שיאטן נאכדעם וואס זיי האבן פלאנירט אים אומצוברענגן.

טראצדעם וואס סאדאם איז שוין א פארגאנגענהייט, ציטערן די אמעריקאנער און איראקער אויטאריטעטן אז די געוואלדטאטן וועלן יעצט פארשארפט ווערן דורך זיינע שטיצער און פארטיי מעמבערס וועלכע האבן געסטראשעט מיט די ערגסטע נקמה אקציעס.

לויט באריכטן זענען אויך סאדאם'ס האלבער-ברודער "בארזאן איבראהים", און "אוואד על-באנדאר" דער געוועזענער הויפט ריכטער פון איראק, היינט אומגעברענגט געווארן דורך הענגן.

בלויז געציילטע שעה'ן נאך סאדאם'ס פגירה, האט א באמבע אויפגעריסן אויף א מיניבאס אין א פיש מארקעט דרום פון באגדאד, אומברענגענדיג 31 מענטשן. 58 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן אין די אטאקע.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

א כפרה זאל ער זיין, איך בין נאר נייגעריג צי עס איז נאך דא האפענונג אז מען זאל בקרוב אויך זעהן דעם אנדערן ארכי (עי' ערך לעקסיקאן) טעראריסט בין לאדען הענגן אויפן שטריקל
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לאמיר האפן.

גלייב מיר אז בין לאדין'ס הינריכטונג וועט גאר אנדערש אויסגעפירט ווערן, ווייל בין לאדין וועט זיך נישט לאזן געכאפט ווערן לעבעדיגערהייט, אנדערש ווי כוסעין וועלכער האט פרובירט ארויסווייזן גלייכגילטיגקייט און שטאטסמאנשאפט ביזן לעצטן מינוט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יאך האלט נישט אז זיין נישט זיך נעמן דאס לעבן ביז איצט איז צוליב צייגן גלייכגילטיגקייט, איך וואלט איידער געזאגט אז ער האט געליטן אויף דיסארדערס, און דאס האט איהם צוגברענגט צו דעם, ער האט זיך בשום אופן נישט געקענט ענעמען דאס לעבן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ארויף געברענגט לכבוד דער יום הילולא פשוטו כמשמעלוי,

עס איז נאך נישט אריבער א יאר זינט זיין פגירה, און דער שיך ווארפן אין שוין אויסגעפריט געווארן צום צווייטן מאל, און דאס מאל אויף דעם אנדערען ריכטונג...
אוועטאר
וואלדעק
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:20 pm
לאקאציע: דא ערגעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלדעק »

זיידעניו האט געשריבן:ארויף געברענגט לכבוד דער יום הילולא פשוטו כמשמעלוי,

עס איז נאך נישט אריבער א יאר זינט זיין פגירה, און דער שיך ווארפן אין שוין אויסגעפריט געווארן צום צווייטן מאל, און דאס מאל אויף דעם אנדערען ריכטונג...


שוין אריבער צוויי יאר
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יא גרעכעט שוין צוויי יאר זינט די פארשעמטע אירקע האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן און מאכן ביזיונות פון כוסעין פארן טויט, אז דער גאנצער טויט האט פארלוירן דאס גלאנץ.... (וואס?).
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

זיידעניו האט געשריבן:ארויף געברענגט לכבוד דער יום הילולא פשוטו כמשמעלוי,



זאג נאר זיידע, תיקון האסטו געגבן היינט אז דו האלטס זיין יארצייט?
תכלית הידוע שלא נדע
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

מען האט געהרגעט א צווייטן טעראריסט, אין עזה
כן יאבדו כל אוביך ה
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אן קיין קאנספיראציעס, נאר דער ריינער ווירקליכקייט,
עס איז גארנישט אזוי זיכער אז דער ריכטיגער סאדאם האט מען געהאנגען, א ארטיקל וועט אפשר נאך פאלגן.
ועמך כולם צדיקים
נארישער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארישער »

נו איך ווארט שוין! אין דער שטערן איז געווען לעצטנס א ארטיקל וועגן דעם
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

פאריגע וואך שבת ט' טבת תשע"ז איז געווען די צענטע יארטאג פון די תלייה פון דעם רשע.

כ'האב געזען א אינטערסאנטע שטיקל דערויף פון ר' מאיר מאזוז, וואס ער זאגט אז סאדאם איז געווען א גלגול פון נבוכדנצר... און וועגן דעם האט מען אים געהאנגען אום שבת.
אטעטשמענטס
יום תליית סאדם חוסעין.jpg
יום תליית סאדם חוסעין.jpg (112.69 KiB) געזען 3119 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

עמער זעהן ווען די גלגול פון וושתי וועט באקומען א וויידעל
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

קרעמער האט געשריבן:לאמיר האפן.

גלייב מיר אז בין לאדין'ס הינריכטונג וועט גאר אנדערש אויסגעפירט ווערן, ווייל בין לאדין וועט זיך נישט לאזן געכאפט ווערן לעבעדיגערהייט, אנדערש ווי כוסעין וועלכער האט פרובירט ארויסווייזן גלייכגילטיגקייט און שטאטסמאנשאפט ביזן לעצטן מינוט.

למעשה האט ער זיך יא געלאזט, נאר די אמעריקאנער האבן אים נישט געלאזט.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

ביקסאד האט געשריבן:אן קיין קאנספיראציעס, נאר דער ריינער ווירקליכקייט,
עס איז גארנישט אזוי זיכער אז דער ריכטיגער סאדאם האט מען געהאנגען, א ארטיקל וועט אפשר נאך פאלגן.

ריינער ווירקליכקייט.. חחח
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

געווען אמאל באשריבן אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס.
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

נא_שכל האט געשריבן:פאריגע וואך שבת ט' טבת תשע"ז איז געווען די צענטע יארטאג פון די תלייה פון דעם רשע.

כ'האב געזען א אינטערסאנטע שטיקל דערויף פון ר' מאיר מאזוז, וואס ער זאגט אז סאדאם איז געווען א גלגול פון נבוכדנצר... און וועגן דעם האט מען אים געהאנגען אום שבת.


א געוואלדיגע תורה.... :lol: :roll:
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

גראדע אייכמאן איז יא געהאנגען געווארן,
דארף מען טרעפן דעם גלגול פון אייכמאן ימ"ש
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

אין קץ לדברי רוח
אוועטאר
שלום זכר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2017 7:03 am
לאקאציע: שלום זכר בונדל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום זכר »

אבאמא איז א גילגול פון חם און טראמפ פון יפת און קרוז פון שם און מיין באבע פון איר באבע און איר באבע פון איר באבע, בלא בלא בלא...

וויאזוי האט ער גיזאגט?

שואלכענין האט געשריבן:אין קץ לדברי רוח
פון וואו ווייסט מען אז שלום איז א זכר?
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”