בלאט 1 פון 1

שטויס-א-איד טאג "אפגעראכטן" אין פלארידע שולע!!!

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 7:20 pm
דורך עס עפעס
שטויס-א-איד טאג "אפגעראכטן" אין פלארידע שולע!!!
אויב האט זיך פאר אייך געוואלט דאכטן אין אייער פאנטאזיע אז עס איז מער נישטא קיין גרויסע אנטיסעמיטיזם אין גלות אמעריקע, ליינט אט דער פאסירונג:

פארגאנגענעם דינסטאג האבן סטודענטן אין א שולע אין נעפאלס פלארידע אפגעראכטן א טאג וואס יעדע איד אין די שולע האט מען געשטויסן, געזעצט און פארשעמט דורכאויס דעם גאנצן טאג!

די שולע האט זיך אינגאנצן נישט איבערגעדרייט פון אט דער אינצידענט און נאר נאך פרעשור פון די "אנטי-דעפעמעישאן ליעגע" האט מען סוספענדירט די צען קינדער וועלכע האבן אנגעפירט אט דער "ספעציעלער" טאג. (מען קען זיך שוין פארשטעלן וואספארא "שטראף" עס איז פאר קינדער וועמען מען געבט א טאג off פון שולע...)

וואס איז פיל מער שאקירנד, איז דער פאקט אז קינדער זאגן און טוען זאכן וואס זיי הערן אינדערהיים און אזוי האט זיך טאקע קלאר ארויסגעשטעלט, ווען מען האט געפרעגט עטליכע עלטערן פון יענע שולע איבער דער אינצידענט, האבן זיי דאס אוועקגעמאכט, זאגנדיג אז קינדער זענען נאריש און זיי ווייסן נישט וואס זיי טוען!

ליינט
דא