אמעריקע אונטער אטאקע (געטוישט פון: ברעיקינג! עראפלאן קראך!)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11563
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 4:36 pm

מאכט נישט קיין סענדז אז סנישט דא קיין איין בילד דא

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2009 8:54 pm

מען האט שוין געטראפן דארט אין געגענט עפעס א 'פאספארט' פון איינער פון די אטאקירערס.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2009 9:37 pm

וואס האקסטו אין קאפ אראבישע טעראריסטן, די צוריקגעשטאנענע אראבער מיינסטו קענען דאס ארלעדיגן, זיי קענען קוים אויפרייסן באסעס אין מדינת ישראל.
דאס איז זיכער אן אמעריקאנער טעראריסט, א דוגמא ווי טימאטי מעקוועי, וואס האט פאר זעקס יאר צוריק אויפגעריסן א פעדעראלע בילדינג אין אקלעהאומע.
לאמיר ווארטן אביסל, די מעכטיגע עף בי איי וועט זיכער ביז א שעה צוויי וויסן פונקטליך וואס גייט פאר
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2009 9:49 pm

אקוראט די זעלבע מעשה האט שוין פאסירט אפאר יאר צוריק, און דעמאלטץ איז עס געווען בין לאדין ווער
ס'געשטאנען אונטער די אטאקע, לויט מיינע השערות איז ער עס נאכאמאל, איך האלט אז דאס וועט זיך ארויסשטעלן אלץ 100 פראצענט MS.

די עף בי איי זענען געווען ביזי מיט 40 דוועק חברה, זענען זיי אים נאכנישט אנגעקומען צו כאפן.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2009 9:54 pm

די מעשה אפאר יאר צוריק די באמבע אין די בעיסמענט פון די טווין טאוערס ?
קודם כל יענע טעראריסט האט געהייסט ראמזי בינלאשעב, און די מעכטיגע אמעריקע האט אים שוין עניוועיס ארעסטירט, און די נעבעכדיגע אראבער האבן דעמאלס זיך אויך איינגערעדט אז זיי גייען לייגן די צווילינג שלאפן, און עס איז זיי נישט געלונגען,
די אראבער זענען צו שטארק צוריקגעשטאנען צו קענען מאכן אזא אקציע.

נ.ב. אפגאניסטאן איז דער לאנד וואס יום טוב ערליך זינגט אין זיין ניגון מיט יאקאב ? ווער עס ווייסט ווי אויף די מאפע עס געפינט זיך זאל ביטע צייגן...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2009 9:58 pm

אפגאניסטאן איז א פרימיטיוו לאנד, עס געפונט זיך אין אזיע ערגעץ, עס גרעניצט זיך מיט פאקיסטאן פון איין זייט.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 12:22 am

ניין סאודע, יאקאב'ס טרעקטער איז געפארקט אין אוזבאקיסטאן אויך אין יענע געגענט טאקע אבער נישט ממש דארט.

Sent frome the new startec
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 12:39 am

מען הערט יעדעם שרייען אז מען זאל גייט אויף די אנדערע זייט פין קאנאל סטריט, דער עולם לויפט אבער מען ווייסט נישט וואו צו לויפען.

קלאנגען דרייען זיך ארום אז דער מעיאר דזשוליאני איז פארכאפט אין עפעס א בנין וואס איז צאמגעפאלען, אנדער ריפארטס זאגען אז דער מעיאר איז יא באפרייט געווארען פינעם בנין, מען ווייסט נישט קלאר,

אגב איז שוין וואו געמאלדען די היינטוגע פריימעריס אפגעשטעלט געווארען, דער עולם ווייסט נישט וואס צו טוען די נעכטוגע רואיגקייט איז א פארגאנגענהייט, וואו עס שיינט וועט מען פין היינט אין ווייטער לעבן מיט א געוויסע פחד, דער עולם איז פארווייטאגט אין מען האלט אז עס וואלט געווען א גוטע זאך מבטל צו זיין די טערם לימיטס אין נוי יארק, די מאסען וויל קלאר נאך א טערמין פין דזשוליאני זיי טענהן אז מען איז פיל רואיגער מיט אים וואו מיט מארק גרין, אנדערע זאגען אז עס איז א פאלטשע האפענונג ווייל נוי יארק סיטי וועט קיינמאל נישט מבטל זיין די טערם לימיטס.

עס קימט יעצט אריין די נייעס אז באד סיליג א נאנטע חבר מיטען פרעזידענט, וואס איז דער פירער פין די ספארט שפיל בעיסבאלל האט געמאלדען אז מען שטעלט אפ אלע שפילען און גאנץ אמעריקע ביז קומעדיגע מעלדונג.

וואו אויך איז די פארקינג לאט פין שעה סטעדיום, א ספארט סטעדיום אויף די אנדערע זייט וואסער געווארען דעזיגניערט פאר געהילף ארגעניזאציעס.

די נייעס ריפארטערס געבן איבער אז עס איז נישטא געניג מויל מאסקעס א סארט מאסק וואס מען ריפט אין מעקסיקא שוויין פלו מאסקעס.

לויט וואו מען הערט איז ארויפגעפאלען א שטיק בראכווארק אויף איינע פין די קווינס פארמעדיקס פין חברה הצלה, א שנה ראשונה אינגערמאן איינער פאגעל, מען גיבט איבער אז ער איז ארויס מיט לייכטע וואנדען.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אייניגע
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 12:49 pm
לאקאציע: ארץ פלסטינה

תגובהדורך אייניגע » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 12:54 am

ווייסט איינער וויאזוי איך קען פארן קיין אומאן. אלע פלייטס זענען געקענסעלט. [אל תתייאש]

אגב. גיליאני בעט פון סיטי קאונסיל נאך 3 חדשים צו זיין טערמין. צוריקצופירן די שטאט אויף די רעלסן.

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 3:37 am

באריכטן פון אפגאניסטאן ברענגן אז א צייטונג וואס האט באציאונגען מיט דעם בין לאדין, האט איהם געפרעגט בשייכות מיט די אטאקעס, און ער האט קלאר געשטעלט, אז נישט ער שטייט אונטער דעם.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 7:11 am

איך גלייב אז דזשוליאני וועט פראבירן אויסציען זיין באליבטע מאיארשאפט אויף נאך א טערמין, אין ליכט פון די אטאקעס, שווער צו גלייבן אז מען וועט דאס אים נאכגעבן.
טוירם לימיטס איז געווענליך פון די שווערע זאכן אויסצוקרויזן (נו נו...).
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 7:52 am

מארק גרין, קלארער לוזער!

געדארפט פונקט דעם טאג פארקומען די וואלן פאר מעיאר.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12472
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 2:44 pm

שרעקעדיג!

CBS מעלדט יעצט איבער א טראק באמבע ביים דזשארדזש וואשינגטאן בריק! פאליציי און ארמיי רעזארוויסטן האבן דאס באצייטענס אפגעשטעלט און דער דרייווער איז אינטער ארעסט.

אלע ראדיו צענטערן, טעלעוויזיע סטאנציע'ס זענען שוין פון אכטע אינדערפי פארנומען מיט די נייעס אן קיין איין איינציגער איבערהאק, נישט קיין טראפיק און וועטער און נישט קיינע אדווערטייזמענט'ס.

לויט רוב באריכטן שטייען אינטער דעם א געוויסער איסלאמישער טעראריסטישער גרופע "אל כיידאו" (די זעלעב גרופע וואס האט בערך א יאר צוריק באמבעדירט די קאול שיף נעבן תימן)

עס געפינען זיך אויפן ארט פון די (נעכטיגע) צווילינג געביידע'ס שווערע הונדערטער רעטונג'ס אגענטורן, זיי קענען נאכנישט צוגיין וויבאלד מ'האט מורא אז אויך בילדונג 7 וועט איינפאלן.

דערווייל זענען אלע בריקן, טונעלן, עירפארט'ס און באנען אפגעשטעלט. דער הויפט באן סטאנציע אינטער די צוויילינג געביידעס און דערנאך.

מ'ווייסט נאכנישט וויפיל טויטע, אבער מעיאר דזשוליאנו שאצט אויף בערך פופציג טויזענט.

מ'שמועסט איבער נאך א קאר באמבע ביים סטעיט דעפארטמענט, אבער ס'נאכנישט קאנפערמירט.

נישט גלויביג! ממש!

(ווער האט זיך געגלייבט אז איך וועל האבן אינטערנעט בייי די 16 יאר און שרייבן אויף קרעטשמע..)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 4:06 pm

די שרעק אונטער וואס מען לעבט יעצט, וועט זיך נישט אזוי שנעל אפטון.

אין די פרעסע ווערט היינט אויסגעלויבט וויליאמסבורגער יונגעלייט, וואס זענען נעכטן געשטאנען ביים וויליאמסבורג בריק, און פארטיילט קאלטע וואסער פאר די אלע ערשעפטע וואס האבן אריבערגעשפרייזט דעם בריק, אנטלויפנדיג פון די מאנהעטענער אינזלען.

עס איז צום באוואונדערן "די צייטונג" וואס איז היינט ארויסגעקומען, מיט פיל געדעקטע באריכטן. עס איז טאקע קורץ און שארף, אבער פיל מיט אינהאלט, און עס ווערט צוכאפט פון די געשעפטן ווי קיינמאל פריער.

אין א שמועס מיט איינע פון אירע מיטארבייטער, זאגט ער מיר, אז "די צייטונג" איז שוין געווען גרייט צום דרוק, און אלע נייעס האט מען אזוי ווי צוגעלייגט צום פראנט. מיר האבן טאקע באמערקט צווישן די שורות פון די קאלום "נייעס איבערזיכט פון איבער די וואך" וואו עס ווערט באריכטעט אז אמעריקע האט אין די פארלאפענע טעג ערמארדעט איינע פון די העכסטע פירער פון די "על קיירא" גרופע - מען שפעקלירט היינט טאקע אויב די די אטאקעס אויף אמעריקע איז געקומען אלץ נקמה - ווען די "קליינע" נייעס וואלט ווען געשריבן געווארן נאך די שוידערליכע אטאקע, וואלט עס זיכער געווען א חלק פון די הויפט נייעס.

איינע פון די בילדער אין "די צייטונג" איז אן ענוועלאופ, אדערסירט צו אן אפיס אין די הויכע שטאקן פונעם "געוועזענעם" (שרייבט זיך גאר שווער) ווארלד טרעיד סענטער, וואס די ווינט האט אריבערגעטראגן דעם וואסער און עס האט געלאדנט ביים טיר פונעם ביורא פון "די צייטונג".

טראץ די נעכטיגע זארג פון די אלגעמיינע גוי'שע צייטונגען, וואס האבן נעכטן געמאלדן, אז עס וועט מעגליך זיין אז צום ערשטן מאל אין זייער היסטאריע, וועלן זיי דארפן פארפאסן א טאג פון ערשיינען, צוליב די באגרעניצטע צוטריט צו טראנספארטאציע און קאמינקעישענס - וואס האט נעכטן געהערשט אין די ניו יארקער גאסן, אבער צום סוף האבן עס אלע געמאכט, און די אלגעמיינע צייטונגען זענען היינט ערשינען ווי געוועדליך, מיט גאר ברייטע דעקונג.

די " ניו יארק טיימס" גיט איבער אין א זייטיגער נאטיץ קאלום, די שוועריקייטן וואס זיי האבן געהאט צו ערשיינען. רוב צייטונגען האבן געדריקט זייערע צייטונגען אין א ניו דשערסי דרוק פעקטערי, וואו טראנפארטאציע איז געווען עטוואס לייכטער. פארשטייט זיך, אז יעדער האט געדריקט טויזענטער קאפיעס מער ווי געווענדליך.

די פרעסטידשפולע "וואל סטריט זשורנאל" האט אין אן אומגעווענדליכן שריט, ערשינען מיט א קאלירטן בילדער פראנט פעידזש, וואס אין די היסטאריע פון די צייטונג, איז דאס געשען נאר דריי מאל. (אויב איך געדענק גוט, איז איינס געווען ביים פוירל הארבער אטאקע, וואס איז אגב געווען די ערגסטע אטאקע קעגן אמעריקע ביז נעכטן 8:46 צופרי).

ביי די אידישע צייטונגען, וואס דארפן ערשיינען מארגן, האבן די רעדאקציעס גרייט אן עמערדשענסי פלאן, דשאסט אין קעיס מען וועט נישט קענען אנקומען צום פרינט, אדער די לעקטער וועט גיין קראכן, א שרעקוועדיגע קאשמאר פון וואס אלע ניו יארקער ציטערן.

אין א געמיינזאמען שריט צווישן "דער איד" און "דער בלאט" אין אזלעכע אנגעצויגענע צייטן, האט מען געווארפן גורל וועלכע העדליין מען זאל נוצן. דער גורל האט באשטימט: "דער איד" וועט נוצן "טעראר אטאקירט אמעריקע" און דער "דער בלאט" וועט נעמען "אמעריקע אונטער טעראר".

אלע ביידע גרייטן זיך צו האבן א מעכטיגע רעפארטזשן און באלערנדע ארטיקלען, וואס ווי זיי גיבן איבער, וועט אזא צייטונג זיין אן היסטארישן ארטיקל.

דער אמעריקאנער באפעלקערונג, לייגן ארויס אין גרויסן אמעריקאנער פענער, ארויסצוווייזן סימפאטיע מיט די געליטענע, און צו צייגן שטאלץ מיט זייער באליבטער לאנד, טראץ אטאקעס אויף איר.

די פארבריקן וואס פארקויפן פענער, האןב שוין גלייך נעכטן נאכמיטאג געזען א ריזן וואוקס פון באשטעלונגען פאר נייע פענער, אבער זיי מעלדן אז זייער אינוועטארי, וועט לכאורה נישט קענען נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג, אפילו מען וועט פארביצירן שנעל, אין 24 שטונדיגע שיכטן אין די פארבריקן אין כינע, ווייל מען ווייסט מען אבער נישט ווי אזוי עס וועט אנקומען קיין אמעריקע, צוילב די פארשפארטע גרעניצן, וואס מען ווייסט נאכנישט ווען עס וועט צוריק געעפענט ווערן.

א טייל פענער פארבריקן, גיבן איבער, אז צוליב די גרויסע פארלאנג, זענען זיי אראפ אין די קעלערן אראפצורוימען די שטויב פון די פענער וואס האבן אויף זיך נאר 48 אדער 49 שטערנס, וואס זענען אוועקגעלייגט געווארן, ווען אמעריקע האט צובאקומען נאך שטאטן.

אין די אידישע גאס, זעט מען אויך דא און דארט פענער, און וואו עס ווערט פארשפרייט צווישן מויל און אויער, אז די אוודווארי רב האט געזאגט אז מען זאל דאס טון, מפני שלומה של מלכות. פאר די עלטערע דור דערמאנט עס די פאן וואס דער סאטמארער רבי זי"ע האט געהייסן ארויפהענגן אויפ'ן בית המדרש, ווען פרעזידענט קענעדי איז געשאסן געווארן צום טויט.

אין די רבני'שע קרייזן, גרייטן מען זיך יעצט אויף העפטיגע הלכה'דיגע שאלות פון היתר עגונה, פאר די וואס האבן נעבעך פארלוירן די קרוין פון זייער משפחה.

דרך אגב, "חברה שומרים" האבן געמאלדן, אז די שרעקדיגע מעשה פון אראבער וואס האבן איינגעקויפט סוטס ביי דשי. ענד דשי. איז סתם אויפגעבלאזן, און נישט אמת. די פאליציי פלאנירט א רייע זיצונגען מיט אידישע עסקנים. צושטעלן שטארקע שוץ פאר די אידישע שולן פאר די בעפארשטייענדיגען ימים טובים סעזאן, נעמענדיג אין באטראכט אז אידישע צענטערן קענען זיין א ציל פאר אטאקעס, ה"י.

הקיצור, דעם ראש השנה וועט מען וועט זאגן "ועל מדינה זו יאמר" וועט עס האבן א פיל טיפערן באדייט.

-------
שכח שמערי, א געלונגענעם איינפאל.

א שיינעם דאנק פאר אלע וואס גיבן צו דערצו.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 5:37 pm

א הערצליכן דאנק פוילישער, וואונדערבארע באריכט!

--
ווי א נאר בין איך היינט צופרי געגאנגען צום ניוז סטענד זיך איינהאנדלן א היסטארישע צייטונג איין טאג נאך די אטאקעס (ניו יארק פאוסט, זאל נישט אויסגערעדט זיין), צו מיין אנטוישונג האבן זיי שוין נישט געהאט קיין איין שטיקל! זאל זיין אזוי צו מצוה.

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 6:15 pm

צייטליך האט געשריבן:(ווער האט זיך געגלייבט אז איך וועל האבן אינטערנעט בייי די 16 יאר און שרייבן אויף קרעטשמע..)


טאמער קען איך גוט רעכענען, קומט אויס אז דו וועסט זיין ארום 24 יאר אלט ביים אכט'ן יארטאג פון די אטאקעס...
האפנטליך שוין נאכ'ן טרעפן א גוטן שידוך... און לאמיך דיר שוין אויך אינאיינוועגס אנוואונטשן עטליכע קינדערלעך...

קעניינעהארע! [גאנץ א גוטער איינפאל פאר א נאמען פון א טעיפ, ווער ווייסט ס'קען נאך עמיצן איינפאלן...]

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12472
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 1:44 pm

דא האט א קאפי פון די נעכטיגע "ניו יארק טיימס".
צוגעלייגטע
NY_NYT.JPG
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12472
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 1:45 pm

א קאפי פון די נעכטיגע "ניו יארק פאוסט"

(קרעדיט: ליינער)
צוגעלייגטע
NY_NYP.JPG
NY_NYP.JPG (38.37 KiB) געזעהן 2706 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6447
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 2:07 pm

אנטשאלדיגט איך בין נישט דא געווען איך בין געווען פארנימען טיילען וואסער מיט קוקים אין פראנט פון "העלאו סעלולער" אויף בראדוועי פאר די טויזענעטער מענטשן וואס האלטען אין איין אראפ קימען פינעם בריק, איין זאך קען איך אייך זאגען עס איז געווען א געוואלטיגע קידש ד' מענטשן האלטן אין איין ברענגען קאלטע וואסער און מען איז מחיה טויזענטער מענטשן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 2:52 pm

ברעקינג: פרעזידענט בוש האט נארוואס געהאלטן א רעדע ווי ער זאגט קלאר אז ס'איז געווען א טעראריסטישע אטאקע און דער באקאנטער טעראריסט בין לאדין שטייט בראש און ווי ער זאגט קלאר מיט א שטרענגען טאן
"ווי וויל געט הים דעד אר עלייוו"

וואו חברה! ס'קומט גוטע טעג (כ'הער זאגן..)
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 4:12 pm

קרעמער האט געשריבן:ווי א נאר בין איך היינט צופרי געגאנגען צום ניוז סטענד זיך איינהאנדלן א היסטארישע צייטונג איין טאג נאך די אטאקעס (ניו יארק פאוסט, זאל נישט אויסגערעדט זיין), צו מיין אנטוישונג האבן זיי שוין נישט געהאט קיין איין שטיקל! זאל זיין אזוי צו מצוה.

קרעמער איך האב נאך יא עספיעט צו כאפען די צייטונגען אינדערפרי
איך ווארט אויף די איד/בלאט/צייטונג
צוגעלייגטע
NY_DN.jpg
NY_DN.jpg (24.06 KiB) געזעהן 2545 מאל
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 4:19 pm

לכאו' גייט די צייטונג מאכן אסאך געלט ווייל זיי קומען ארויס די ערשטע שוין מיטוואך
דער בלאט קומט הערשט ארויס דאנערשטאג,
אויך דער איד האט לעצטענס אנגעהויבן ארויסצוקומען דאנערשטאג
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 4:52 pm

איך קען טאקע פארזאגן אז כאטשיק ביזן אכטן יארטאג וועלן זיי נאך זיין אין ביזנעס כאטשיק זיי האבן די צוויי גרויסע קאמפעטישאנס
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג סעפטעמבער 07, 2010 2:01 pm

פיינע נייעס...
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » דינסטאג סעפטעמבער 07, 2010 4:20 pm

זייער זיסלעך איבערצוליינען.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט