באריכטן און אנאליזן
מאנטאג יולי 20, 2009 7:28 am
יוסטאן, טעקסאס - די נאסא ספעיס אגענטור האט געבעטן אויב עס איז פארהאן איינער וואס ווייסט פון א גוטן פלאמבער אין די ספעיס אומגעגענט, נאכדעם וואס די טוילעט אונעם ספעיס סטעישאן איז איבערגעפילט מיט וואסער און פלאשט נישט.
אסטרענאט העל געצעלמאן האט דורכן ראדיו מודיע געווע די קראו מעמבער'ס אין א מעסעדזש ווי פאלגענד:
"ווען איר האט א סעקונדע, ביטע הענגט ארויף אן 'ארויס פון באניץ' מודעה אויפן טיר פונעם בית הכבוד און זיי מודיע פאר די איבעריגע קראו מעמבער'ס אז זיי זאלן דערווייל ניצן דעם רוסישען טוילעט און די וואס זענען אויפן שאטל זאלן דערווייל ניצן יענער טוילעט ביז א קומענדיגער מעלדונג".
אסטרענאט פרענק די וויען פון די אייראפישער ספעיס אגענטור איז דער איינציגסטער דארט מיט היפשע ידיעות אין פלאמינג אויף וועמען די אגענטור פארלאזט זיך יעצט.
פרענק האט אנגעפרעגט די אינדזשענירן אויב זיי האבן אן אפשאצונג ווילאנג עס זאל אום נעמען צו פארעכטן דעם בית הכבוד אויף וואס ער האט געקריגן אן אנטווארט "ניין, מיר האבן נישט קיין קארעקטאר אפשאצונג דעראויף".
לויט ווי געצעלמאן זאגט איז דער פראבלעם געשאפן געווארן פון א געוויסער כעמיקאל וואס איז אריינגערינען אונעם פאמפ-אפטיילער און עס פליסט אריין געוויסע וואסער אויף פלעצער ווי עס פעלט נישט אויס. "עס וועט נעמען א וויילע ביז דאס וועט פאראכטן ווערן" זאגט ער.
שטייסטע מער? נאסא קען בויען ספעיס סטעשאן'ס, שאטל'ס, ספוטניק'ס מיט אלע ערליי קאמפלעצירטע געצייג, אבער א טוילעט אויפשטאפן קענען זיי נישט.
Advertisement
מאנטאג יולי 20, 2009 7:43 am
צייטי, די ביסט קיוט,
מאנטאג יולי 20, 2009 7:51 am
מאנטאג יולי 20, 2009 8:03 am
צייטליך אינז זעמיר אויפן העכסטן אלערט, ביטע אונז האלטן אפדעיטעד מיט די געשעענישן, איך ווייס נישט צו איך וועל קענען היינט רואיג שלאפן.....
וואס גלאבעל ווארמינג קען אלץ אנמאכן....
מאנטאג יולי 20, 2009 8:22 am
העי.. וואס זאגסטו?.. א פלאמבער זוכט מען??..
איך קען איינעם 'דזשאו' דער פלאמבער...
האלאו.. ס'איז גארנישט קיין וויץ.. נעקסטע מאל מאכסט קידוש לבנה געב אבאכט נישט צו שטיין אונטער עס.. אדער לייג א פלאסטיג אויף דיין היט.. עס רינט איבער...
------------------
מאותו ענין.. זיי זאגן אז די סיבה פארוואס ביי רוב גאז סטאנציעס זענען די ביה"כ נישט אין באנוץ איז ווייל די ביה"כ זענען דאך "For employees only" און מיט אזא הויכע אנעמפלוימענט ראטע ווער ברויך דאס נאך?...
מאנטאג יולי 20, 2009 9:50 am
יישר כח צייטליך.
צום זאך
מאנטאג יולי 20, 2009 10:02 am
שכוח צייטליך פארן באריכט.
צום זאך ס'איז א גוטס.
מאנטאג יולי 20, 2009 10:05 am
יישר קויעח צייטליך'ל, כאב הנאה געהאט, עס קומט זיך דיר א קניפ אין בעקל
מאנטאג יולי 20, 2009 10:35 am
הא הא, צייטליך מיר האבן געשמייכלט.
מאנטאג יולי 20, 2009 11:54 am
צייטי, א דאנק פארן וויכטיגן באריכט
ווי עס ווערט געמאלדן האט די פירמע 'פעמפערס' מנדב געווען א גאנצע באקס פרעש-ווייפס צום ספעיס דעליווערט אווערנייט מיט יו פי עס.
די ענווייראנמענטאליסטן ברויזן געפערליך היתכן מען מאכט שמוציג די ספעיס מיט די ערדישע חפצים און טישוס. זעהט אויס זיי גלייכן ענדערש אויטענטישע גערוכן און מיסברויכן.
מאנטאג יולי 20, 2009 12:41 pm
צייטי, וואויל, יישר כח.
צום זאך, לגמרי נישט אוועק צו מאכן..
מאנטאג יולי 20, 2009 12:52 pm
איי ווי זיס, דער צייטליך נעמט א נייעס, און מאכט דערפון באנדאש..
צום זאך, דו ווייסט אז דו מאכסט מיך כסדר לאכן.. דו ביסט גוט..
מאנטאג יולי 20, 2009 7:04 pm
פרייליכע נייעס יעצט געקומען פון אויבן...
די טוילעט איז שוין צוריק אין סערוויס...
ס'איז דא יעצט און די ספעיס סטעישאן א רעקארד פון 13 מענטשן...
אלערט נעט.