בלאט 2 פון 285

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 2:23 pm
דורך bailout
איך בין אינגאנצן צומישט, איך האף נאר אז די חתן כלה זעלבסט ווייסן ווער ס'האט באקומען וועמען.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 3:13 pm
דורך געלעגער
די ווייסערס זאגען אז ס'איז נאך נישט פארטיג, ס'גייט זיך ציען ביז זעקס משפחות, קע"ה,

די שדכן דא איז די זעלבע שדכן וואס האט אויסגעפירט די טריפעל שידוך אפאר וואכען צוריק, מרס. פישער פין מאנסי, זי נעמט נישט קיין געלט....

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 3:35 pm
דורך ווייסעך וואס
געלעגער האט געשריבן:די ווייסערס זאגען אז ס'איז נאך נישט פארטיג, ס'גייט זיך ציען ביז זעקס משפחות, קע"ה,


עס איז ארגינעל געווען אין פלאן פון מרת פישער, אבער פון הימעל האט מען אנדערש געוואלט.

געלעגער האט געשריבן:די שדכן דא איז די זעלבע שדכן וואס האט אויסגעפירט די טריפעל שידוך אפאר וואכען צוריק, מרס. פישער פין מאנסי, זי נעמט נישט קיין געלט....


איינס זי וואוינט שוין נישט אין מאנסי א שיינע שטיק צייט, זי וואוינט אין קרית יואל, צווייטענס נעמט זי יא געלט: $18 פער שידוך...... ווייל עס איז א סגולה אז עס זאל זיין א קשר של קיימא, נו! איז דאך אכטצען אויך גענונג....

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 3:58 pm
דורך bailout
איך זעה גוט? ס'איז נאך דא מענטשן וואס נישט אלעס איז ביי זיי געלט?

איך בין זעהר איבערגענומען פון איר אקט, איך בין זיכער אז דער באשעפער וועט איר באצאלן בכפל כפלים, אבער.... מעען....16.000 צו מאכן אין איין וואך אזוי אפצוזאגן, זאל איך גלייבן?

איך בין איר פלעין מקנא....

ווער איז איר מאן?

און אויב איינער שטופט איר אריין געלט וועט זי אויך נישט נעמען?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:04 pm
דורך איך_הער
זי נעמט אכצן דאלער, ס'ווענצעך פון וועמען. אמאל האט זי גענומען פון יעדן טאקע נאר אזויפיל, אבער היינט האט זי יא א פרייז, ביי יעדן אנדערש, די ראפלי פרייז, איז פופצן הונדערט א קאפ.

איר מאן איז ר' יונתן פישער בעל ר' מאיר בעל הנס. (ער פלעגט שטיין [אפשר נאך אלץ] ביי די בודקע פון ר' מאיר בעל הנס כ"ו אב ביים ציון, סאו מ'פלעגטעם רופן ר' מאיר בעל הנס.)

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:08 pm
דורך יהיה כן
bailout האט געשריבן:איך זעה גוט? ס'איז נאך דא מענטשן וואס נישט אלעס איז ביי זיי געלט?



ווי אזוי וואלט די וועלט (נישט די 'אידישע וועלט', כמיין די וועלט, נא) אויסגעזעהן ווען יעדער וואלט געארבעט אימזיסט!!.... אימעדזשען

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:12 pm
דורך ווייסעך וואס
איך_הער האט געשריבן:זי נעמט אכצן דאלער, ס'ווענצעך פון וועמען. אמאל האט זי גענומען פון יעדן טאקע נאר אזויפיל, אבער היינט האט זי יא א פרייז, ביי יעדן אנדערש, די ראפלי פרייז, איז פופצן הונדערט א קאפ.


איך הער! איך מוז דיך קארעקטן:
זי נעמט נאך היינט נישט מער ווי $18 פער שידוך (אדער פער קאפ).

עס איז דא איינער אין די משפחה וואס איז מסדר די איבעריגע.

און נעמט אין באטראכט מען רעדט נישט פון געווענליכע שידוכים וואס איז פאר זיך אן עבודה קשה, מען רעדט דא אויך נישט פון 4 מאל א געווענליגע שידוך. עס איז פיל מער קאמפלעצירט, אזויפיל צדדים, אזויפיל געשוויסטער וואס יעדער האט א מיינונג, וואלט אפי' 1500 א קאפ אויך געווען פעניס.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:32 pm
דורך מר. מצליח
מזל טוב

זיי זאלן זיך אלע עלטערן אין פריידן צוזאמן

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 8:19 pm
דורך שטרויזאק
ווייסעך וואס האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:זי נעמט אכצן דאלער, ס'ווענצעך פון וועמען. אמאל האט זי גענומען פון יעדן טאקע נאר אזויפיל, אבער היינט האט זי יא א פרייז, ביי יעדן אנדערש, די ראפלי פרייז, איז פופצן הונדערט א קאפ.


איך הער! איך מוז דיך קארעקטן:
זי נעמט נאך היינט נישט מער ווי $18 פער שידוך (אדער פער קאפ).

עס איז דא איינער אין די משפחה וואס איז מסדר די איבעריגע.

און נעמט אין באטראכט מען רעדט נישט פון געווענליכע שידוכים וואס איז פאר זיך אן עבודה קשה, מען רעדט דא אויך נישט פון 4 מאל א געווענליגע שידוך. עס איז פיל מער קאמפלעצירט, אזויפיל צדדים, אזויפיל געשוויסטער וואס יעדער האט א מיינונג, וואלט אפי' 1500 א קאפ אויך געווען פעניס.

איך נעם אויך נישט קיין געלט, איך שיק מיין סעקרעטערי (און צומאל די קאללעקשאן עידזשענסי) זאל נעמען פאר מיר...

עס איז קיין שום עוולה צו נעמען שדכנות, עס איז ערליך פארדינטע געלט.
בפרט ווען עס איז אן עבודה קשה.

אבער זאגן איך נעם נישט און נאכדעם קאלט א צווייטער קאללעקטן איז גלאט ...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:11 pm
דורך תמים
איך האב געהערט אז מען האט געפרעגט מרת פישער. צו פאר דריי שידוכים באקומט מען א דיסקאנט

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2009 2:38 pm
דורך תמים
החתן דוד יואל בן ר' נטע קויפמאן ני"ו (בארא פארק) עב"ג ר' ישראל הערש רייך ני"ו (קרית יואל)

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 9:17 am
דורך סתם_אזוי
ווייסעך וואס האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:די ווייסערס זאגען אז ס'איז נאך נישט פארטיג, ס'גייט זיך ציען ביז זעקס משפחות, קע"ה,


עס איז ארגינעל געווען אין פלאן פון מרת פישער, אבער פון הימעל האט מען אנדערש געוואלט.


די שידוך האט געדארפט געשלאסן ווערן א טאג פריער, אבער אזויווי איינע פון די משפחות האבן זיך ארויסגעצויגן, האט מען געדארפט מאכן אפאר "טשעינטשעס".

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 12:27 am
דורך וויכטיג מאכער
החתן יעקב בן ר' חיים הכהן קאהן.

הכלה ב"ר שלמה זלמן שטיין.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 5:51 pm
דורך קעכער
וויכטיג מאכער האט געשריבן:החתן יעקב בן ר' חיים הכהן קאהן.

הכלה ב"ר שלמה זלמן שטיין.


מזל טוב!

איז דאס ר' חיים קאהן א זון פון ר' הערשל מנהל RCCS?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 6:29 pm
דורך יהיה כן
יא, דאס איז בן רבי הערשל הכהן פון RCCS

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 4:13 pm
דורך ביקסאד
החתן: דויד נ"י
בן הרה"ג ר' מנחם מענדיל רובין שליט"א רב דקהל קולביסוב בן הרה"ק מ'דינוב שליט"א (שרייבער) - מאנסי
המחותן הרה"ג ר' יחזקאל מייזעלס שליט"א בן הרה"ג ר' נתן יוסף זצ"ל (ליכטער-כונת הלב) - ב"פ

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 5:23 pm
דורך איך_הער
ענדליך איז זענען די וואס האבן דעמאלטס געדארפט/געוואלט ווערן חתן כלה, געווארן דעי וואך אנפאנג וואך.

ר' בצלאל בנימין פרידריך, מיט פאדריגאל בעקערי. א דאבל שידוך.

און אויך האט ר' בצלאל בנימין נעכטן נאך א שידוך געטון מיט א זון מיט ר' שמעון פרידמאן, וואס עריז א פארט אין די טשעין פון די פאריגע פירער שידוך.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 6:59 am
דורך וואס
מזל טוב, זייער שיין, שקויעך איכער פאר די נייעס.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 10:26 pm
דורך וויכטיג מאכער
החתן יעקב ישכר ב"ר יושע הכהן פישער.

הכלה ב"ר ישראל מענדל שווארץ. (לאשאנץ.)

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 11:39 am
דורך 1x1
החתן ישעי' ב"ר ברוך חנא גרינפעלד - בארא פארק (משב"ק אצל אדמו"ר מ'באבוב 45)

הכלה ב"ר יצחק פרידלענדער - יוניאן סיטי

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 3:51 pm
דורך יעק
החתן מענדל ב"ר צבי אלימלך עקשטיין - וומ"ס

הכלה ב"ר יעקב יו"ט ליפמאן פארקאש- קרית יואל

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 05, 2009 5:39 pm
דורך 1x1
החתן אברהם ב"ר פישל מארגנשטערן נ"י

הכלה ב"ר מנדל שטיינמעטץ נ"י

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 21, 2009 9:21 am
דורך 1x1
החתן אליעזר ב"ר מנחם בנימין פאשקעס - וומ"ס

הכלה ב"ר יחזקאל שרגא ברוך עליאס - ב"פ

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 11:20 am
דורך EMT
החתן אברהם ב"ר משה שמואל זופניק וומ"ס

הכלה ב"ר דוד שלמה קרויס - ק"י

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 27, 2009 12:00 pm
דורך משיח
יעצט באגעגענט דעם אשכול דאס ערשטע מאל.
זייער שיין.
זאל זיך מערן שמחות ביי אידישע וועל--- אנטשולדיגט, אידישע קינדער.

תמים האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:זייער א גיטע בייפאל,
איך וואלט נאר געטוישט דעם קעפעל צי "שמחות",
פארוואס זאל נישט אויסגעשמיסט ווערען אלע שמחות?


ביזט גערעכט עס וואלט ווען טאקע געקענט זיין אן אשכול פאר אלע שמחות. נאר איך האב אנגעפאנגען מיט שידוכים ווייל צו דעם איז דא א גרעסערע אינטערעסע. ווי אויך איז גאר שווער אנצוהייבן אלע שמחות אויף איינמאל
ווען די פארלאנג וועט זיין גרויס וועט מען שוין דעמאלטס עפענען


וואס טוה איך למעשה? ווי קען מען מעלדן אנדערע שמחות? גייט אלעס אהער דא? אדער ס'זענען דא אנדערע שטרענגלעך (אשכולות בעברית)?