מזל טוב - שידוכים!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג נובעמבער 22, 2009 5:44 pm

מזלטוב שכח
כ'האב שוין גערופן געבן מזל טוב, די שמחה איז געוואלדיג,
און א מזל טוב פאר מיין ידיד נאמן אבלח"ט ר' יעקב ע"ה בעולם העליון .
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 5:12 pm

ברעקינג: משפ' לאנדא פון מאנסי האט היינט א שידוך געטון מיט זייער טאכטער זי איז "15" יאר!!

דאס מיידעל לערנט אין סאטמאר מאנסי, מער פרטים וועלן נאכפאלגן.

אלע אידן א מזל טוב און א מז"ט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 5:35 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:ברעקינג: משפ' לאנדא פון מאנסי האט היינט א שידוך געטון מיט זייער טאכטער זי איז "15" יאר!!

דאס מיידעל לערנט אין סאטמאר מאנסי, מער פרטים וועלן נאכפאלגן.

אלע אידן א מזל טוב און א מז"ט.


????
ס'פשט?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 5:51 pm

מזל טוב ר' יעקב ע"ה, גיט געקענט, מזל טוב פאר די גאנצע משפחה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 6:00 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:דאס מיידעל לערנט אין סאטמאר מאנסי

און וואו לערנט די חתן?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 5:45 am

דער חתן איז הרב חיים דוד דוב לעבאוויטש בן האדמו"ר מ'ניקלשבורג שליט"א, די כלה איז אן אייניקל פון אב"ד עדעלין שליט"א

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 5:49 am

קול רנה וישועה באהלי צדיקים!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 8:42 am

קול רנה וישועה, ביי רבי'ס האט מען זיך שטענדיג געפירט צו טאן שידוכים פרי, דערנאך תשב הנערה ימים או עשור, דער עדעלינער רב שליט"א איז א אייניקל פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זצ"ל (זיין ברודער איז דער קערעסטירער רב שליט"א פון מאנרא) און פון די רבנים החשובים בקהילת ניקלשבורג במאנסי יצ"ו.

דער ניקלשבורגער רבי שליט"א איז פקיע שמיה ברחבי תבל מיט זיין זעלטענע כח ההשפעה ווי ער פירט זיין הויף אין מאנסי ומצודתו פרוסה, ער ציעט זיין יחוס לבית ניקלשבורג וחדב"ן הרה"צ מאיהעל זצ"ל.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו.

-

נעכטן האב איך געהערט אז ר' שלום אבערלאנדער פון וומ"ס (ב"ר שמואל מסאטמאר-מהר"א) האט א שידוך געטאן, ווייסט איינער מיט וועם?

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 9:02 am

מזל טוב !!! מזל טוב!!!
איך האב די וואך זונטאג געדאווענט דארט אין ניקלשבורג מנחה,
עס האט זיך גארנישט דערקענט אז עס קומט א שידוך,
אבער די בעסמעדריש האט מען לעצטענס צוגעלייגט א שיינעם טויער,
עס קוקט אויס מען גייט עס שיין צוענדיגן.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 10:09 am

קרעמער האט געשריבן:דער חתן איז הרב חיים דוד דוב לעבאוויטש בן האדמו"ר מ'ניקלשבורג שליט"א, די כלה איז אן אייניקל פון אב"ד עדעלין שליט"א

יעצט געהערט אז דער אנדערער זיידע פון די כלה איז הרה"ג ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל יצ"ו (חתן הרב מייזליש מ'סיגעיט שליט"א) [וועלכער האט לעצטנס חתונה געמאכט א טאכטער מיט די יונגסטע זוהן פון גיסו האדמו"ר מ'קלויזנבורג שליט"א מארה"ק).

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 3:59 pm

יא, אב"ד עדעלין איז א איידעם ביי ר' יעקב אלי' שליט"א

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 4:17 pm

נישט אזוי טענץ, בן האב"ד עדעלין איז אן איידעם ביי ר' יעקב אלי'

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 6:35 pm

קודם מזל טוב, אלץ געוועזענער וויליאמסבורגער איינוואוינער דענק איך נאר דעם עלטערן דור, לויט מיין זכרון איז דער עלטער זיידע דער עדעלינ'ער רב'ס פאטער לאנדא כ'מיין ר' ישעי' פון די חוסטער לאקשן, א מתפלל בביהמ"ד מאדא, און דער אנדערער זיידע איז להבחל"ח ר' שלום לויפער ז"ל פון די פסח פעקלעך וכו' אויב האב איך געמאכט א טעות זאל מען מיר מעורר זיין און כ'וועל עס אויסמעקן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2009 9:24 am

ר' בערל, איר האט ב"ה נישט קיין טעות, דער עדעלינער רב שליט"א איז א זוהן פון לאנדא'ס לאקשן און אן איידעם ביי הרה"ח המרומם ר' שלום לויפער ז"ל.

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2009 10:10 am

החתן משה (נוע"א) בן הרב הגאון ר' ישעי' בנימין האלצער שליט"א, קרית יואל-מאנסי
אבי הכלה הרב הגאון ר' משה דוד טייטלבוים שליט"א, וומס"ב, סופר
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2009 10:20 am

החתן בערל (קרית יואל) ב"ר יעקב הערש היימאן (היימאן באסעס), ווילאמסבורג מיט בת ר' שמחה וויזענפעלד (82 בוטשער), ווילאמסבורג.

מזל טוב בערי!!!
עס איז באמת א גרויסע שמחה!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18116
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2009 11:10 am

יישר כחכם, הרב הגאון רבי פלוני.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג נובעמבער 29, 2009 10:12 pm

החתן בן כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א - הכלה בת הרב מנחם זאב פרידמאן שליט"א בן ראב"ד סאטמאר שליט"א וחתן הרב נתן דוד ראזנבערגער שליט"א דומ"ץ התאחדות הרבנים.

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » זונטאג נובעמבער 29, 2009 11:40 pm

שם החתן הרב יוסף לייזער שליט"א.
תלמיד סאטמאר קווינס.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 8:46 am

יוסף צבי - צו זיין פונקטליך. (כך ראיתי בדבר יום ביומו)

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 9:44 am

א הארציגען מזל טוב פאר די געוועזענע פרעזידענט בילל און סעקרעטערי אוו סטעיט היללערי קלינטאן פאר די שידוך פון זייער גערוטענע טאכטער
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 9:57 am

מארק מעזווינסקי די זון פון געוועזענעם איין טערמינוגעפענסעלוועניע קאנגראסמאן מאַרדזשאָריע מאַרגאָליעס-מעזווינסקי און פון געוועזענעם אייווא קאנגראסמאן עדוואַרד מעזווינסקי
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 10:02 am

שמחת בית פשעווארסק
צוגעלייגטע
psv.jpg
psv.jpg (10.57 KiB) געזעהן 2008 מאל
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 10:08 am

ליינער האט געשריבן:א הארציגען מזל טוב פאר די געוועזענע פרעזידענט בילל און סעקרעטערי אוו סטעיט היללערי קלינטאן פאר די שידוך פון זייער גערוטענע טאכטער

כקען מיך נישט סטאפן צו פרייען
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 10:21 am

בד"וו די חתן שטאמט פון אידען
סוירס וויכי(פידיע)
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], police, shalsheles, SPUSMN, דונש, ממה נפשך, פרישוואסער, שאהן הענניטי, שנלר און 36 געסט