Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

די נייע טשעני סקאנדאל

דאנערשטאג יולי 16, 2009 7:23 pm

יודעלע אדער מיללער איינער זאל דא איבער נעמען די מייק, איך וויל נאר עפענען די אשכול אין איינער זאל ביטע געבען מער דיטעילס (שוועמעל צייטי איך מיין ענק אויך...)

לאמיר איך שרייבן וואס איך האב פארשטאנען פין די נייעס אין איינער זאל איבער נעמען אין צילייגן אדער פאררעכטען אויב נייטיג, מיין צייט איז יעצט אויף די פארקערטע ריכטונג,

נאך סעפטעמבער עלעווען האט טשעני ארויס געגעבען א ארדער פאר די סי איי עי אין פארלאנגט פין זיי אז ס'טאר נישט איבער געגבען ווערן פאר די קאנגרעס לייט (יעדע זאך וואס די סי איי עי טוט דארפ'ן אכט קאנגרעס לייט וויסען דערפין, איך זאג גיט?...)

די יעצטיגע סי איי עי פירער וואס הייסט ליען פאניטע האט געסטאפט די ארדער אין 2004 נאך דעם וואס ער איז געוואור געווארען דערפין אין איז יעצט געלאפען אויסזאגען אז טשעני איז א שייגעץ פארן עס הייסן באהאלטען פין די קאנגרעס מעמבערס..
די ארדער איז געוועהן אז נישט אזויווי אייביג ווען מ'גייט אין מלחמה גייט מען אויפן דעת פין כאפען די פארברעכער, אין אויב ער שטעלט א ווידערשטאנד דעמאלטס שיסט מען,
דא האט טשעני פארלאנגט אז מ'זאל לכתחילה גיין מיט די דעת צי שיסען......
די סיבות איז פארשטענדליך, אז ווען מ'פארכאפט איינעם לעבעדיג דארף מען דורך גיין א משפט אין מיט די פארדרייטע דעמעקראטישע קרום קעפ איז שווער זיך אויסצירעכענען, בעסער שיס א קויל אין קאפ אין פטור אן עסק,
די סיבה פארוואס ער האט נישט געוואלט אז מ'זאל דערציילן פאר קאנגרעס ווייזט ער אן אז ס'האט געדארפט צי זיין א מיליטערישע סוד, אין אויב קאנגרעס ווייסט דערפין איז עס אויס סוד, אין ער ווייזט צי אז טאקע מיט די מעשה, 24 שעה נאכדעם וואס קאנגרעס איז געוואור געווארען דערפין איז עס שוין געוועהן אין די צייטונגען... נו פרעג איך דיך קען מען אזוי אנגיין?....

דאס איז וואס איך האב פארשטאנען פין די נייעס, יעצט איז יעדער באוויליגט אנציפילען די לעכער אדער אויסבעסערן אויב נייטיג,,,

Advertisement

פרייטאג יולי 17, 2009 9:40 am

העי האלאו געלעגער, אז דו האסט נישט קיין צייט דארפסטו נאך נישט צוגעבן עטליכע יאר פאר פענעטע אלץ די פירער פון די סי איי עי, ער איז אויפגענומען געווארן דורך פרעזידענט אבאמא.

צום עצם ענין וועל מיר זיך אפשר צוריק קערן נאך שבת, ווייל פונקט ווי ביי דיר איז ביי מיר אויך יעצט ערב שבת.

פרייטאג יולי 17, 2009 10:48 am

קארענפעלד ביסט גערעכט,
דזשארדזש טענעט האט פארלאנגט די פארשפארונג,

פרייטאג יולי 17, 2009 10:52 am

א בילד וואס רעדט מער ווי טויזענט ווערטער
עטעטשמענטס
ObamasCIA.jpg
ObamasCIA.jpg (18.34 KiB) געזעהן געווארן 154 מאל

פרייטאג יולי 17, 2009 11:06 am

קאט דע קרעפ...

אלס צו קאווערן פעלאסי מיט איר ליגנט מעשיות, יעצט איז די סטייל צו דערקלערן די CIA אלס שקרנים (פארשטייט זיך אויף בוש'ס פעקל) אזוי אז מאדאם פעלאסי איז נישט נער נומער איינס.

זעלבסט פארשטענדליך אז פאר עטליכע יאר צוריק ווען איינער האט זיך אויסגעדרוקט אויף דעזערטירער "פאוני סאלדאטן" האט די סענאט עס פארדאמט, און יענער איז גראדע גערעכט געווען ! נאר איצט איז גילטיג אנדערע געזעצן.
שרייב א תגובה

Advertisement