ק.נ.א. עקאנאמישער באריכט #1

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מרדכי חעלמער

ק.נ.א. עקאנאמישער באריכט #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרדכי חעלמער »

בס"ד

וואס טוט זיך אין קאליפארניע ? די וואכעדיגע "עקאנאמיסט מאגאזין" האט באריכטעט א נייע נומער פאר קאליפארניע'ס בודזשעט דעפיציט $26 ביליאן ארויף פין 24$ ביליאן,
א ברייט פובליצירטע בילד ווייזט ארנאלד שווארצנעגער פארייכערט א ציגאר ... ווי עס קוקט אויס איז ער פארזיכערט אז זיין סטעיטסט פראבלעמען וועט זיך ווי נישט ווי אויסארבעטען,
יא , אוודאי וועט זיך עס אויסארבעטען, אבער עס מיז נישט זיין אז עס וועט זיין אזוי ווי מענטשען האפען .
קאליפארניע איז די וועלט'ס אכטע גרעסטע עקאנאמיע, עס קען פרינטען IOU'ס ווען ער לויפט אויס פין מזומן, אבער עס איז נישט דא קיין געזעץ אז בענק מיזען עס אנעמען אין זיי האבען טאקע לעצטע וואך אויפגעהערט עס צי אנעמען,
אזוי ווי עס גייט פאר קאליפארניע אזוי גייט פאר די פאראייניגטע שטאטען אין ווי אזוי עס גייט פאר די פאראייניגטע שטאטען אזוי גייט די וועלט, ספעציעל די חלק וועלט וואס רעדט ענגליש,
פאליטיקאנטען האבען ציגעזאגט ציפיהל ... אן צי האבען די ווילען צי שאפען די געלט פין ערגעץ צי באצאלען דערפאר ,
וויזוי העלפט מען דעם פראבלעם : ספענדען ווייניגער אדער טעקסען מער אדער אביסעל פין ביידע
העי , סאיז אזוי סימפעל !
ארנאלד וואלט אונז געדארפט פרעגען !
אבער ווארט'ס, קאליפארניע איז א דעמאקראטיע, אין א דעמאקראטיע האט צוויי חלקים, איינס: אז יעדער קען טוהן וואס ס'פאלט אים איין , איינער וויל סטאפען זיין שכן פין רייכערען , א צווייטער וויל ארום לויפען מיט א רויטען פאם פאם אין א דריטער וויל פראטעסטירען קעגען וואס ס'לאזט זיך ,
אבער עס איז דא א צווייטע חלק : אין דאס איז אז די סיטעזען וויל ארויסזויגען ווי מער פין זיין גאווערמענט, אין דאס איז א צייט באמבע,
איינמאל סיטיזענס זעהען איין אז זיי האבען די מאכט אריינציוואוטען פאר זיך די אינהאלט פין יענעם'ס טאש דאן איז די סיסטעם פארטיג , זיי וועלען נישט סטאפען ביז זיי וועלען עס באנקראטירען,
ווען איינער וואוט פאר א קאנדידאט וואס זאגט צי מער בענעפיט'ס אויעף א צווייטענס חשבון איז ער אויפען וועג צי באנקראט,
כדי צי געווינען וואלען דארפען פאליטיקאנטען ציזאגען מער אין מער פין די דאזיגע בענעפיטען, ס'נישט קיין חכמות נישטא קיין צירוקדרייעריי מען קען נישט צירוק ציען, אפילו ווען מען צי אויפען וועג צי באנקראטירען, טאמער א פאליטיקאנט קווענקעלט וועט א צווייטער נער זייער שנעל איבערנעמען זיין פלאץ,

ס'קען אים אמאל בייפאלען צי זיין אפען מיט די וואוטער'ס אין ארויס גיין פאבליק אין זאגען : הערצו רבותי מיר וואלטען געוואלט ווייטער גיין מיט די פראגראמען אבער ס'נישטא קיין געלט.
נאכדעם קומט עס צום שכל אז פאר די זעלבע געלט קען ער אנטלויפען קיין ארגענטינא פאר א פאר טעג אדער ווער ווייסט וואס , אזוי צי אזוי איז ער פאליטיש טויט,
מער אין א קומענדע געלעגענהייט
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

פארפאלן אז מען טויגט קען מען שרייבן ריזיג
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”