בלאט 1 פון 3

געעוואאלד!!! פרישע שטאפל פון יקרות השער אין וומסב"ג

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 7:25 am
דורך גרויזאמער
יזדעזע העולם ת"ק פרסה על ת"ק פרסה!

מען וואונדערט זיך אייביג פון וואו די יקרות הייבט זיך אן, ווער שרויפט ארויף די פרייזן פון די דירות, ווער איז דער יעניגער? ביז יעצט איז עס געגאנגען צוביסלעך, אבער נאדיר, דא האסטו ערשטהאנטיג א יחיד וואס שרויפט ארויף די פרייזן, אויף א שטאפל וואס איז נאכנישט געווען ביז יעצט!

היינטיגן טאג קען מען מאכן א פרישע ברוך דיין האמת! דער ביטערע בשורה איז אנגעקומען, די פרייזן פון דירות גייען זיך מער הייבן!

פון דבר יום ביומו היינט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 7:38 am
דורך bailout
א שרעק......
קוק וויפיל מענטשן זענען גרייט צו צאלן צו וואוינען אין געטא.... אמאל האט עס געהייסן א גזירה....

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 7:48 am
דורך יהיה כן
און דער סוף וועט זיין אז נאך זעקס חדשים, וועלן לענדלארד און טעננענט זיך רייסן ביי דין תורה, הלמאי דער טעננענט שלעפט ארום מיט די רענט, און ס'וועט זיין א אשכול דא אין קרעטשמע, 'וואס טוט מען מיט א טעננענט וואס צאלט נישט קיין רענט!'
שוין געווען אסאך אזעלכע מעשיות

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 7:53 am
דורך farshlufen
4 בעדרום, 2300 סקווער פיס? דאס איז מן הסתם אינקלאדעט די ווינדאו געיטס און די בעק יארד.

מעינטענענס אינקלאדעט, אבער וואס איז מיט וואסער ושאר ירקות?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 7:55 am
דורך פאטאקי08
זייער גוט גרויזאמער האסטו געטוהן!!!!

יענער זאל נאר זען וואס מען האט געטוהן מיט זיין עד

והוקע אותם לעיני השמש


די פראבלעם איז וויפיל אנדערע עדס הענגן נישטא מיט שאנדע???????
1500 דאלער פאר א ד על ד אין קרית יואל וואס נאר חתן כלה קען נעמען איז יא נארמאל???

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 7:56 am
דורך גרויזאמער
וואסער איז געווענליך אין מעינטענענס.

ער געבט א בעיסמענט אויך.

עס האט נישט קיין בעקיארד אויב ער שרייבט עס נישט. און זייער מעגליך אויך נישט קיין פארטש.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 7:58 am
דורך lebediger berel
איך בין אייך שוין באקאנט אלץ א קעמפער איבער דעם דירות אישו, אבער דער אדווערטייזמענט איז בכלל נישט העכער פון די מארקעט פרייז אגאנץ יאר, עס איז 2300 סק. פיס געיטס, מיט אלע פיטשעווקעס, פסח קאך, וכו' מעינטענעס איקלאדעד, לויט ווי ס'קוקט מיר אויס איז עס היינט אין בעסטן געגנט (כ'ווייס נישט פרעג די וויליאמסבורגע)

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 8:05 am
דורך lebediger berel
גרויזאמער, האסט געמאכט א טעות, ס'איז נישט א בעיסמענט "אויך"
די בעיסמענט איז א חלק פון די דירה.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 8:07 am
דורך געדולד
די ביטערע גזירה פון די פרייז האלט שוין אן אן איבער א יאר. די פרייזן פאר די סייז דירות איז אזוי ליידער שוין א לאנגע צייט. פון א סקווער שטאנדפונקט איז עס ביליגער ווייל א 1500 סקווער פיס דירה קאסט היינט בערך 2400 פלאס מעינטענס, וואס קומט אויס 1.60 א סקווער פיס. און דא קומט עס אויס בערך 1.34 א סקווער פיס. ליידער א ביטערע מציאה וואס מיר פלאגן זיך דערמיט.

גרויזמאר שכח פאר'ן אויפשאקלען דעם עולם, נאר אזוי מען וועט רעדן און רעדן און עפעס וועט שוין אי"ה ווערן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 8:13 am
דורך farshlufen
יהיה כן האט געשריבן:און דער סוף וועט זיין אז נאך זעקס חדשים, וועלן לענדלארד און טעננענט זיך רייסן ביי דין תורה, הלמאי דער טעננענט שלעפט ארום מיט די רענט, און ס'וועט זיין א אשכול דא אין קרעטשמע, 'וואס טוט מען מיט א טעננענט וואס צאלט נישט קיין רענט!'
שוין געווען אסאך אזעלכע מעשיות

לדעתי דארף מען געהעריג לערנען פאר טענעט לענדלארדס פשוט'ע שלום בית שיעורים, וד"ל

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 8:19 am
דורך lebediger berel
מ'דארף נישט לערנען שיעורים, מ'דארף "געלט"
געדולד, דו רעדסט פון אויפשאקלען דעם עולם, ס'זעט נישט אויס אז פון אזא עד ווערט מען אויפגעשאקעלט, אויב מען איז נישט געווארן אויפגעשאקעלט פונעם עד אז מ'איז גרייט צו צאלן פופצן הונדערט דאללער פאר ווער ס'טרעפט א דירה צו דינגען, (אגב, אפשר זוכסטו אויף יענעם עד, און קענסט דא מאכן געלט)
די פראבלעם און די לעזונג איז, (יא, איר האט גוט געליינט, די פראבלעם פון די דירות איז די לעזונג, שוין באריכטעט אין א אנדער אשכול באריכות) אז דאס גייט נעמען איינער מיט אכט/צען קינדער מיט סעקשאן אכט, און ער וועט צאלן פון טאש עטוואס מער פון פינף הונדערט דאללער, בשעת דער שנה ראשונה אינגערמאן וואס זיצט אין כולל און זיין אידענע איז א אידישע לערערין וועלן צאלן אכצן מאות פון טאש פאר א פיצל לעכעלע.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 8:25 am
דורך farshlufen
ר' בערל, איך בין זיך מחולק מיט אייער ערשטע שורה.

געלט איז א באזונדערע מסכתא, קריגן קריגט מען זיך איבער קלייניגקייטן געווענליך.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 8:35 am
דורך צום זאך
שקויעך גרויזי פארן ארויפברענגען דעם פארווייאגטע נושא.

יעצט בנוגע דעם עד, כ'וויל נישט געבן גערעכט פאר דעם לענדלארד, אבער לדעתי - און אזויוי לעבעדיגער האט שוין ערווענט - איז עס כלפי דעם מארקעט בכלל נישט איבער געטריבן.. נעמענדיג אין באטראכט אז עס איז א "4 בעדרום וואלק-אין" אין די סאמע סאמע בעסטע געגענט היינט, און ער געט דיר א פסח קאך, (געווענליך איז נישט שייך קיין פארטש ביי וואלק-אין) בעיסמענט (ווער זאגט אז איז פון 4 רומס?), מעינטענענס (ליידער זייער אסאך געבן דאס נישט היינט..), ועוד, קען מען נישט זאגן אז ער איז מייקר השער..
די ריכטיגע מייקרי השער זענען די פארמיטלערס (כ'וויל נישט פורט בשמם זיין..) וואס שאצן אפ פאר די לענדלארדס וויפיל זיי קענען בעטן.. וד"ל

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 8:50 am
דורך גרויזאמער
יא גערעכט, די גרויסקייט פונעם דירה איז נישט אוועקצומאכן. איך לאז נאך מיין "גרויזאמקייט" אויף דעם ספעציפישן עד, אבער די מצב איז נאך אלץ איום ונורא.

פארגעסט אויך נישט אז דא רעדט מען פון א גרעסערע פאמיליע וואס גייט זיך אריינציען, און ער געט "נאר 4 יאר"!

פאר מענטשן וואס האבן נישט קיין סעקשאן 8 מיינט דאס אראפנעמען נאנט צו א טויזנטער א וואך פון די וועידזשעס פאר זיין דירה (הכל לפי המצב, לעקטער, טעלפאן, געז, וכו')!!

אין א יאר-צוויי ארום גייט דער לענדלארד באקומען א טעלפאן קאל ווען אויפן אנדערן זייט טרייבל גייט רעדן א תמימותדיגער אינגערמאן: "אייעם סארי פארן פרעגן אזא פאני קשיא, פארוואס איז עס אזוי ביליג?", און אנדערע מער ערפארענע אינעם דירות געביט וועלן זיך באציען צו דעם עד גענוי ווי מען באציט זיך היינט צו א דריי בעדרום פאר 1500 דאלער, מען רופט עס ניטאמאל אן. זעסטאך, יעצט האלט עס שוין כמעט אזוי ווען פער סקווער פוס איז עס גאר ביליגער ווי אנדערע.

גראדע קלער איך אז דער לענדלארד איז א שטיקל מענטש, ווען אנדערע וואלטן געשריבן 2900 + מעינטענענס, שרייבט ער דעם פולן פרייז. אדער קען זיין אז ווען ער שרייבט די ווארט "מעינטענענס אינקלודעד" ציט עס מער?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 9:09 am
דורך צייטליך
גרויזאמער. דאס איז זיכער אז דער נושא ברויך באהאנדעלט ווערן. ס'איז הימל שרייענד און דער עצם פאקט אז עס איז היינט שווער צו קויפן דירות (צוליב די מארגעדזש קריזיס) מאכט דאס אז די רענטעל'ס גייען שטארק ארויף.

דער פערטיקעלער עד איז נישט איבערגעטריבן, ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט, דאס איז די היינטיגע פרייז, ער גיט דיר א שיינער סייז דירה. אבער טראכט אריין דער איד גייט צאלן אין די 4 יאר בערך הונדערט פופציג טויזענט דאלער בלויז פאר רענט!!

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 9:41 am
דורך משה קארנפעלד
ווי עטליכע האבן שוין ערווענט איז די פרייז בכלל נישט קיין חידוש אין וומ"ס(ליידער ליידער!!!).

גרויזאמער כאפ א שפאציר צו מארסי קארנער...כדענק נישט די פונקליכע לאקאציע, אבער איך רעד פון די גרויסע געביידע וואס האט געהאט פראבלעמען מיט פארקויפן די דירות צוליב די מארגידזש קריזיס, און צוליב דעם איז מער ווייניגער אלעס פארדינגן געווארן, און אויב איך האב נישט קיין טעות צאלט מען דארט 3,700!!!

און פאר די מענטשען וואס וואוינען נישט אין וומ"ס, זאלט איר וויסן סיז א גרויסע געביידע און אלע אפארטמענס זענע פול, מסתם האבן די איינוואוינער דארט א הויכע קרעדיט ליין אויף זייער קרעדיט קארד פון ווי זיי צאלן זייער איבריגע הוצאות...ביז...לעבעדיגע בערל פול דא אריין די איבריגע

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 9:47 am
דורך lebediger berel
צייטליך האט געשריבן:טראכט אריין דער איד גייט צאלן אין די 4 יאר בערך הונדערט פופציג טויזענט דאלער בלויז פאר רענט!!

פאר דעם געלט קען ער זיך שוין "קויפן" א דורכשניטליכן "הויז" אויב וואלטן מיר געווען נארמאלע אמעריקאנער
און איך רעד נישט פון מציאות,
דאס איז די דורכשניטליכע פרייז
קוק דא

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 9:51 am
דורך lebediger berel
משה קארנפעלד האט געשריבן:ווי עטליכע האבן שוין ערווענט איז די פרייז בכלל נישט קיין חידוש אין וומ"ס(ליידער ליידער!!!).

מסתם האבן די איינוואוינער דארט א הויכע קרעדיט ליין אויף זייער קרעדיט קארד פון ווי זיי צאלן זייער איבריגע הוצאות...ביז...לעבעדיגע בערל פול דא אריין די איבריגע

סטעפ 1. מתן בסתר - אוויכטיגע צוועק
סטעפ 2. ס'איז דיין חבר שכן קרוב א אינגערמאן א בעל חוב וכו'
סטעפ 3. צרכי רפואה
סטעפ 4. זע בד"ה אשכול ואת תפתח פה.. כ'האף ער איז געווען א מעמבער אין ערבים

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 9:53 am
דורך משה קארנפעלד
בד"וו פארגעסן פריער אנצומערקן.

ווער עס וועט כאפן א בליק אויף די מארקעט פרייזן צו קויפן א דירה אין די היימישע געגענטער וועט באמערקן א אינטערעסאנטע זאך,

אין מאנסי ווי די פרייזן איז עטליכע יאר צוריק געשטאנען אויף איין שטאפל מיט וומ"ס אין ב"פ, האבן די פרייזן ערענסט געטראסקעט, טיילווייז צוליב די נייע זאונינג געזעצן, און טיילווייז צוליב די אלגעמיינע שוועריגקייטן אין האוזינג מארקעט.

אין ב"פ איז די פרייזן אויך אסאך געפאלן, נישט אזויפיל ווי מאנסי אבער דאך געפאלן, דארט איז עס שוין בלויז צוליב די אלגעמיינע פראבלעמען, וואס האט אויך אפעקטירט ב"פ.

וומ"ס אויף וועם ר' יו"ט ערליך האט געמאכט אזונע שיינע ניגונים איז געבליבן די איינציגסטע וואס איז שטייט פעלזן פעסט מיט די אלטע הויכע פרייזן, די סיבה...וד"ל...וד"ל...וד"ל...און ווי פאטאקי זאגט שוין והוקע...

***

ווילענדיג אפשיק די תגובה זעה איך אז לעבעדיער האט שוין אריין געפילט, איך גלייב אז דו דיין ליסט גייט נאך ווייטער.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 10:14 am
דורך טשיקאווער
lebediger berel האט געשריבן:מ'דארף נישט לערנען שיעורים, מ'דארף "געלט"
.


בכלל נישט קיין פראבלעם!

ווי לויטעט ס'ווערטל?
פרנסה גיבט דער רבוש"ע
ארבייטן ארבייט מען ווייל מען האט געזינדיגט
און געלט האט מען ווייל מען בארגט....

ווען דער נער העט נישט געוועהן מיינער, העט איך אויך געלאכט....

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 10:28 pm
דורך lebediger berel
[
קענסט עס זיך ערלויבן ?
כ'האב א עצה קליק אויף דעם לינק

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 05, 2014 2:47 pm
דורך ניק ניק
rent.JPG

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 06, 2014 7:52 pm
דורך טעגלאש
ב״ה, די פרייזן טראסקען אין גרויסן, די לענדלערס ווערן גאר איבער גענומען פון די קונטרס, און די פרייז דראפט אין גרויסן, דארף מען שיקן אזוי פיל קינטערייסעם, ביז סהעט שוין גאניש קאסטן. (קרעדיט זעמל)

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 06, 2014 7:58 pm
דורך יידישע קהילות
די עוולה וואס דו האסט געטוהן מיט פארשעמען א מענטש ארופצולייגען זיין טעל נאמבער (וואס אסאך וועלן דערקענען, אדער נאכקוקן) איז אסאך גרעסער ווי בעטן פאר א אייגענע דירה א פרייז וואס דער דינגער האט א ברירה יא אדער נישט צו נעמען.
שעם אן יו!!!

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 06, 2014 8:05 pm
דורך געוואלדיק
סהאלט היינט ביי 4 אלפים א חודש א פיר בעדרום דירה אין וו"ב לכאורה איז מען דא אנטערשטעליג אבער סאיז פארט גוט צו וויסן אז אפילו 3 אלפים איז א גזירת הפקעה