באריכטן און אנאליזן
מאנטאג יולי 13, 2009 2:18 pm
ווען אלעסקא גאווערנאר סערא פעילין האט פארגאנגענע פרייטאג געמאלדן אז זי גייט רעזיגנירן פונעם גאווערנאר אמט, האבן פילע אנאליסטן געשאצט אז עפעס א מעכטיגע סקאנדאל גייט נאך פאלגן, פארוואס דען זאל זי מעלדן אז זי רעזיגנירט פרייטאג נאכמיטאג בעפאר די יולי 4 חגא ווען די נייעס דעקינג איז זייער שוואך... אבער עס איז שוין דורך א וואך זינט די מעלדונג און עס ווערט קלאר אז עס גייט נישט קומען עפעס א שאקירענדע נייעס... נישטא א פעדעראלע אויספארשונג א.ד.ג.
אלאסקא פאליטיקאנטן וועלכע האבן געארבעט מיט פעילין אין די פארגאנגענע יארן זאגן אז די סיבה פארן רעזיגנירן איז פערזענליך און איר נישט זיין צופרידן מיט איר ארבעט. אין פאקט, קוקענדיג אויף איר היסטאריע און ווי שלעכט די לעצטע 8 חדשים איז געווען פאר איר-ווארשיינליך די סורפרייז איז פארוואס מ'האט עס נישט געזען קומען... פאלגענד זענען עטליכע סיבות וואס אלאסקא אנאליסטן זאגן, האבן בייגעשטייערט צו איר פלוצלונג'דיגע באשלוס.
1) עס האט געארבעט בעפאר, פארוואס נישט פרובירן נאכאמאל?
אין 2004 האט פעילין דאן א מעמבער אין די אלאסקא אויל און גאז קאנווערסעישאן קאמישאן (עי-או-דזשי-סי-סי) רעזיגנירט ווען א צווייטע מעמבער רענדי רודרייך, וועלכע איז אויך געווען די טשערמאן פון די אלאסקא רעפובליקען פארטיי האט צוריק געוויזען פארלאנגען צו אפטרעטן פונעם פארטיי טשעירמאן אמט וואס מאנכע האבן באצייכענט אלס 'קאנפליקט אוו אינטרעסט', פעילין האט באשולדיגט רונדרייך אין פארמישן פאליטיק מיט רעגירונג צייט, רונדרייך איז שפעטער גע'קנס'ט געווארן מיט 11,000 דאלער, די גרעסטע עטיקס קנס אין אלאסקא היסטאריע, פעילין האט מען דאן אנגעקוקט אלץ איינער וואס האט נישט מורא צו גיין קעגן די אייגענע פארטיי און וועט רעדן קעגן זאכן וואס זי קוקט אן שלעכט... צוויי יאר שפעטער האט זי געווינען די גאווערנאר אמט און אנאליסטן האבן צוגעצייכענט איר זיג צו די מעשה, עס איז געווען א גוטע שטיקל פון איר זייט.
אין איר מעלדונג פארגאנגענע פרייטאג האט פעילין פרובירט צו מאלן די זעלבע בילד: א אקט וועלכע זי זאל פארדינען קודאס פארן פרובירן צו שפארן שטייער צאלער געלט. אסאך פאליטישאנס נעמען אן די לעים דאק סטאטוס, פארן ארום, און באקומען די פעי טשעק... איך גיי נישט לייגן אלאסקא אין די מצב... האט פעילין געזאגט. איך האב ליב אלאסקא, איך האב ליב ארבייט, אבער איך טוה וואס איז אין די בעסטע אינטערעסן פון אלאסקא, לכאורה אבער דאסמאל קלינגען נישט אירע מאטיוון אזוי אמת'דיג... ערשטענס זי איז נאך אין איר ערשטע טערמין, און צווייטענס לויט איר האט יעדע צוויי טערמיניגע פרעזידענט, גאווערנאר, געטון א עולה... אין מיינע אויגן מאכט עס נישט קיין סענס...
2) ביי ביי אומפארטייאיש
אין די אנפאנג פון איר טערמין אין 06', האט פעילינ'ס פלאטפארמע אויסגעקוקט מער דעמאקראטיש ווי רעפובליקען, זי האט געארבעט מיט די דעמאקראטן אויף עטי'קס רעפארם, געשטיצט א דעמאקראטישן ביל קעגן אויל און גאז אינטערעסטס, און זי האט כמעט נישט גערעדט פון סאציאלע אישוס, זי פלעגט באזוכן אסאך מער דעמאקראטן ווי רעפובליקאנער אינעם לעגיסליטאווע הויז, רוב פון אירע עררייכונגען זענען דורך געפירט געווארן נאר א דאנק די דעמאקראטן, אבער איר וויצע פרעזידענט קאנדידאטור האט אינגאנצן געטוישט איר אנזעהן אין די אויגן פון די אלאסקא דעמאקראטן, גייענדיג פון א מעסיגער וואס איז וויליג צו ארבעטן אומפארטייאיש צו א שטרענגע קאנסערטיוו און "באמבע ווארפער" אויף פרעזידענט אבאמא און די דעמאקראטן, זינט זי איז געווארן אזוי פארטייאיש איז איר צופרידענהייט ראטע געפאלן צו 52 פראצענט, אראפ פון די מיטעלע אכציגערס בעפאר זי איז געווארן נאמינירט אלס וויצע פרעזידענט קאנדידאט, און מיט אן די דעמאקראטן איר אגענדע איז אין דער ערד... און זי ווערט איצט אטאקירט דורך ביידע זייטן.
געוויסע לייגן די שולד אויף די דעמאקראטן, זאגענדיג אז די לאקאלע דעמאקראטן האבן באקומען באפעלן פון די נאציאנאלע פארטיי איר אומצוברענגען פאליטיש... אזוי צו אזוי די פריינטשאפט צווישן פעילין און די דעמאקראטן אין אלעסקא איז דערנאך, און עס איז נישט מעגליך צו פאררעכטן.
3) די טוה-גארנישט גאווערנאר
פעילין האט געוואוטסט אז צוריק קומען אויף אלאסקא גייט נישט זיין פאָן און זי וועט האבן אסאך קריטיקירער, איר פלאן איז געווען גארנישט צו טון, ערלעדיגן בודזשעט און געוויסע בילס וואס יעדער שטיצט, זי האט נישט פארגעשטעלט נייע בילס, די געוועזענע אלאסקא גאווערנאר מורקאווסקי האט אין זיין דריטע לעגיסטלאווע סעסיע פארגעשטעלט 32 בילס פון וועלכע 19 זענען אריין אין געזעץ, פעילין אין פארגלייך האט פארגעשטעלט בלויז 12 בילס פון וועלעכער 1 איז אריין אין געזעץ, אבער זי איז געווען פארנומען מיט זאגן אסאך ניין, זי האט זיך געשלאגן נישט אנצונעמען סטימילוס געלטער אפילו עס איז ערווארטעט אז די אלאסקא לעגיסלעיטור וועט איבער שטימען איר וועטא יא צו נעמען געלט. זי איז אויך געווען פארנומען פרובירענדיג נישט צו לאזן א דעמאקראט איבערצונעמען א ליידיגע סטעיט סענאט זיץ, די דעמעקראט א געוועזענע פעילין שטיצער האט געמאכט א טעות זאגנדיג ביי די פארגאנגענע קאמפיין אז פעילין איז נאך נישט גרייט פאר אזא הויכע אמט... אין פארדעם האט זי זיך געשלאגן און נוקם געווען אין אים.
4) געדענקסט מיך, אמעריקא?
פעילין'ס פריוו צו בלייבן אויף די נאציאנאלע ארענע זענען דורך געפאלן, די הויפט סיבה איז, אלאסקא איז אזוי ווייט, אירע רייזעס ארויס פון די סטעיט האט מען גרינגער באמערקט און עס האט אויך אפעקטירט איר מעגליכקייט צו גאווענארן, ווען זי האט נאמינירט א קאנטריוויסאלע פיגור פאר די סטעיט אטוירני דזשענעראל אמט, האבן רוב רעפובליקאנער געשטימט אקעגן אים, ווען פעילין וואלט געווען אין אלעסקא וואלט זי מעגליך געקענט איבעררעדן אירע קאלעגן צו שטימען פאר אים, אבער זי איז געווען אין אינדיאנע געבענדיג א רעדע פאר א רעפובליקאנע צוזאמענקופט, אזוי אויך איז איר זייער שווער אנגעקומען צו קאמפיינען און פאנדרעיזן פאר 10' קאנגרעסינעלע קאנדיאטן און זי האט אפגעמאכט גענוג איז גענוג!!!
אנאליסטן זענען אבער צוטיילט טאמער איר אימעדזש איז נאך גענוג שטארק צו קענען לויפן פאר פרעזידענט אין 12' וויבאלד מ'קען איר יעצט באצייכענען אלץ איינער וואס לאזט אפ איר ארבעט (קוויטער) און מ'קען נישט וויסן טאמער זי וועט רעזיגנירן פון די נעקסטע פאסטן זי וועט זוכן צו באקומען. עטליכע אנקעטעס ארויסגעגעבן נאך איר מעלדונג ווייזן אז רעפובליקאנער וויילער זענען איצט אייניג צוטיילט צווישן פעילין און מיט ראמני אין א פריימערי פארמעסט אין 12', עטליכע וואכן צוריק איז זי געווען די קלארע פראנט ראנער אין די פארטיי.
Advertisement
מאנטאג יולי 13, 2009 2:26 pm
שלום עליכם שליסל. האסט אנגעפאנגען מיטן רעכטן פיס! (נעם נאר אריין די לינקע אויך. זעץ זיך)
זייער א גוטער ארטיקל און שיין ארויסגעברענט עטליכע נקידות. הגם איך בין נישט איינשטימוג מיט אלעם דא.
העמער ווארטן אויף א לענגערער מינוט מער מרחיב בדיבור זיין.
ווארט נאר ווארט. עס קומען באלד לעווי און יודל זיי וועלן שוין אריינפירן דעם אשכול ערגעץ אין די הויכע ספערן.. האפענטליך.
שליסל, קיפ איט אן!!
מאנטאג יולי 13, 2009 2:30 pm
יישר כח פאר דער אנאליז, הערליכע ארבייט!
מאנטאג יולי 13, 2009 2:46 pm
שליסל זייער א שיינע אנאליז.
אגב: וואס איז פשט פון די אלע עטניק קלאגעס קעגן פעילין. זענען די דעמאקראטן צודרייט? זיי זעהן אז זי האט גארנישט געזינדיגט און מען שטעלט ארויס (און מען ווארפט אפ) איין קלאגע נאך די דריטע. ווען מען וועט טרעפן א פארקינג טיקעטפון 17 יאר צוריק וועלן זיי זיין גליקליך. ניין?
מאנטאג יולי 13, 2009 2:54 pm
קודם כל עליכם השלום אלע פריינט.
די ווארעמע קבלת פנים מאכט מיר היפש גוט פילן, ויישר כחכם.
סתם אזוי: די תי' איז אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, אז די דעמאקראטן ווילן איר אומברענגען פאליטיש, ממילא זוכן זיי פון אונטער די ערד עבירות קעגן איר.
מאנטאג יולי 13, 2009 2:57 pm
אבער איך האלט אז דאס וועט עווענטועל בעק פייערן. יעדער זעהט אז זיי דראפן זיך אויף די גראדע ווענט. און ווען זיי וועלן יא טרעפן עפעס וועט עס אויך אוועקנעמען די ערענסקייט פון די זאך. איך האלט אז די אמעריקאנער (חוץ די ליבעראלן) האבן רחמנות אויף איר. אן אומשילדיג פרוי, וואס מוטשעט זיך מיט א קראנק קינד, ארבעט שווער פאר פרנסה, און דא קומען די דעמעקראטן און מען מאכט איר חרוב דאס לעבן.
מאנטאג יולי 13, 2009 3:27 pm
קודם שאמאלייכעם רב שליסל, און א ייש"כ פאר'ן שיינעם ארטיקל.
כ'האב נישט קיין סאך געליינט איבער דעם רעזיגנאציע, אבער וויפיל כ'נאר גע'נאשט האבעך ארויסבאקומען אז די מידיא האט אראפגעלייגט דעם פעילין מיט די שרעקעוודיג'סטע פארבן וואס נאר מעגליך, און ס'שווער צו גלייבן אז ס'וועט נאך פון איר עפעס ווערן.
סתם, האסט אפשר געזעהן אפילו איין נייעס קוואל וואס זאל זיך אנעמען פאר אירע מיטמאכענישן? כ'האב טאקע געליינט זייער ווייניג דערפון, אבער מיר קוקט נישט אויס אז אפילו די רעפובליקאנער עסטאבלישמענט זאל זיך אננעמען פאר איר.
עפטער אלל גלייב איך שווער אז ס'וועט נאך פון איר עפעס ווערן, נאך אלעם האבן די דעמאקראטן געמאכט א גוטן דזשאב מיט איר.
מאנטאג יולי 13, 2009 3:30 pm
א וויקטעם אף די ליבארעל מידיע.
מאנטאג יולי 13, 2009 3:37 pm
דאס קוקט אויס א גוטער שליסל, זאל עס נאר עפענען אסאך אזעלכע רייכע אשכולות.
מאנטאג יולי 13, 2009 5:57 pm
שליסל א הערליכע התחלה...
צי איך בין איינשטימיג מיט אלעס וואס די זאגסט? נישט עכט,
אבער מ'זעהט אז די האסט אריין געלייגט אסאך ארבעט אין ס'איז געלונגען...
מיטוואך יולי 15, 2009 10:40 am
עס איז א שטארקע סברה צו זאגן אז פון דעם אליין וואס מען זעהט ווי די אינטערנאציאנאלע דעמאקראטישע פארטיי רייסט איר אזוי אראפ אויף אלע וועגן, ממש מען גיבט נישט אויף, פון דעם אליין קען מען זעהן וואס פאר א שטארקע קאנדידאט זי איז און וואס פאר א דארן זי איז אין די אויגן פון די דעמאקראטן ווי זיי ציטערן אז זי זאל זיך נישט קענען הייבן די קאפ, דאס איז זייער מסתבר אז זיי פארלייגן זיך אויף איר געפערליך פשוט ווייל זי קען טאקע אויסשטייגן אלס א ריז קעגן זיי.
איך וואלט ארייגעשיקט דאס פאר ראש לימבאו...