באריכטן און אנאליזן
דאנערשטאג יולי 09, 2009 7:04 pm
נעכטען איז ארויסגעקימען די ריפארט קארדס ווי מ'צייכנט אן וואסערע לעוועל די סיקיורעטי אין די פעדראלע בילדינגס זענען,
די נאמבער אויפן ריפארט קארד איז געוועהן 'פ' אין ענגליש איז עס 'F' וואס אויב דענק איך גיט פין חדר איז עס די שוואכסטע צייכן,
די סיבה פארוואס דאס האט באקימען אזא שוואכע צייכן איז גאנץ אינטערעסאנט אין דאס האט מיך באוואויגן צי שרייבן די ארטיקעל (חוצ פין די פוינט אז איך פאסט אין די צייט ריקט זיך נישט)
די מעשה איז בערך אזוי ציגעגאנגען,
ציוויל געקליידעטע אגענטען האבען זיך אויסגעשפרייט אויף צעהן באזינדערע שטאטישע בילדינגס, פיר אנדערע שטעט,
אלע פין די בילדינגס זענען אזעלכע וואס טראגען אין זיך מער ווי 450 פעדראלע אגענטען ארבעטערס, אין אלע פין די זענען בילדינגס וואס האבען א גרויסע קאנעקשען מיט די פובליק, אין ענגליש הייסן די בילדינגס "level iv"
די נעמען פין די בילדינגס זענען פארשטייצעך נישט ארויסגעגעבען געווארען פארן פובליק צילוב זיכערהייט סיבות (וואסס???)
די אגענטען זענען אריין אין די בילדינגס מיט "עכטע באמבעס" אין זיי זענען דורך די עקסרעי מאשינס ווי גארנישט וואלט געוועהן,
די אגענטען זאגען אז זיי האבען געקויפט די פארטס אויפן אינטערנעט אין זיי האבען עס צאמגעשטעלט צי דינען אלס א באמבע (זיי שרייבן אז די אינפארמעשען ווי זוי צאמצישטעלען קען מען גרינגערהייט באקימען אויפן אינטערנעט),
ווען זיי זענען אנגעקימען אינעוויניג אין די בילדינג זענען זיי געגאנגען אין א זייט אין זיכער געמאכט אז די באמבעס רייסן נישט אויף אין אזוי האבען זיי ארום שפאצירט מיט די באמבעס אין די בריעפקעסעס אין די בילדינגס, זיי זאעגן אז די באמבעס האבען געהאט א כוח אראפציווישען אדער זייער שטארק שעדיגען די בילדינגס ווען איינער זאל ווען קימען מיט שלעכטע מחשבות,
פארשטייט זיך אז יעצט קימט די באלל ווארפעריי, די ביסט שילדוג איך בין שילדוג, אבער די אינטרישטע שורה איז אז די גארדס ביי די טיר זעהנען ווערט א רעטעך, זיי האבען אויך געוויזען א ווידיאו ווי א פרוי האט אריין געלייגט א בעבי אין א בעג אין אזוי דורך געפירט די עקסרעי מאשין אין די גארד האט עס אפילו נישט באמערקט..
אינז אידן ווייס מיר אז דער פין אויבן דארפ אינז היטען..
נישט די גארד ביי די טיר אין נישט קיינער..
עם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר
אבער יעצט פארשטייט איר פארוואס א "F"?
.
Advertisement
דאנערשטאג יולי 09, 2009 7:28 pm
זייער אינטערעסאנטע נייעס!
שכויח געלעגער
דאנערשטאג יולי 09, 2009 11:25 pm
די וועכטער האבן דורכגעקוקט דאס קינד און געזען אז ער איז ריין פון אינהאלט, האבן זיי אים דורכגעלאזט.
פרייטאג יולי 10, 2009 1:03 am
שכוח צוזאם-לייג בעטל פאר די נייעס ספעציעל דעטאלירט.
קרעמער האט געשריבן:די וועכטער האבן דורכגעקוקט דאס קינד און געזען אז ער איז ריין פון אינהאלט, האבן זיי אים דורכגעלאזט.
ווי האסטו געזען אנדייטן אין די נייעס אז עס איז געווען א דעמאקראטיש קינד?
פרייטאג יולי 10, 2009 9:34 am
ער מיינט צו זאגן די פעמפער איז געווען ריין..
פרייטאג יולי 10, 2009 1:30 pm
זונטאג יולי 12, 2009 7:44 am
גאמני מצטארעף ל'קארנפעלד, ריזיג ריזיג.
מאנטאג יולי 13, 2009 8:55 am
וואס די פעדעראלע בנינים באקומען אויף זיכערהייט וועלעך לאזן פאר געלעגער צו באריכטן, אבער וואס געלעגער באקומט אויפן שרייבן נייסע וועל איך באריכטן.
גלעגער, נאדער א A+ פאר אייער באשרייבונג.
כה לחי!
מאנטאג יולי 13, 2009 9:19 am
געלעגער, זייער שיין און זיס אראפגעלייגט..
וואו זאגט נאר צייטליך?. AA+..
אויך די אנדערע דא זענען צום שמייכלען..