Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ק.נ.א אונטער סייבער אטאקע

מיטוואך יולי 08, 2009 2:03 pm

ק.נ.א איז פארשפארט!!!

עס איז דא צוויי מעדשער נייעס היינט, און ביי ק.נ.א. איז אלעס טויט

סייבר אטאק און אמעריקא און דא איז אלעס שטיל

מעכטיגע נייעס פון גוגל, און דא איז שטיל!!
לעצט פאראכטן דורך סטיוו שמידט אום מיטוואך יולי 08, 2009 2:22 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

מיטוואך יולי 08, 2009 2:10 pm

די צוויי הויפט באריכטער, וויכי און צייטליך זענען נאך פארנומען מיטן קומזיץ.

מיטוואך יולי 08, 2009 2:17 pm

די קעפל איז געוואלדיג פאסיג צו די נייעס.

קנ"א = (דרום) ק'ארעא נ'ארט א'מעריקע, די צוויי לענדער וואס זענען געקומען אונטער סייבער-אטאקע פון צפון קארעא!

מיטוואך יולי 08, 2009 2:21 pm

.

גרויזאמער וואלט געווען דער בעסטער צו באריכטען די גוגל נייעס אפשר רופט מען אים אריין צום הויפטקוואטיר צו געבן א באריבט?!


.

מיטוואך יולי 08, 2009 2:36 pm

יישר כח סטיוו פארן מעלדן די נייעס און גיבן די לינקס צו ליינען.

סטיוו, פראביר די אליין, נו, שרייב.

מיטוואך יולי 08, 2009 2:38 pm

אנאנימער, מיר ברויכן א דזשורנאליסט צו באשרייבן און באריכטן די דעטאלן איבער די סייבער אטאקע איבער די אמעריקאנער רעגירונג קאמפיוטער'ס.

ביסט אין?

מיטוואך יולי 08, 2009 2:39 pm

נו, איך ווארט אויף א באשרייבונג וואס דארט גייט פאר, וואסיז דאס סייבער?

מיטוואך יולי 08, 2009 3:06 pm

פון סיביר האסטו שוין געהערט?

אקעי, סייבער האט גארנישט דערמיט.

סייבער איז א זאך אויף וואס דו קוקסט יעצט. יא יעצט!

די אינטערנעט.

מיטוואך יולי 08, 2009 3:09 pm

א קאזין פון ''העקן'', האבן זיי זיך אריינבאקומען אדער סתם אפגעהאקט סערווויס ,? און פון ווי נעמסטו אז ס'איז צפון קארעא?

מיטוואך יולי 08, 2009 3:15 pm

ווייל זיי האבען געצילט אויף דרום קארעא און צפון אמעריקע, זייערע הויפט שונאים.

מיטוואך יולי 08, 2009 3:27 pm

א קלארער מקור צו האבן שווארצבערי פון די שענסטע סארטן. הוי מקביל את כל האדם, בסייבער פנים יפות.

מיטוואך יולי 08, 2009 3:33 pm

סטיוו שמידט האט געשריבן:ק.נ.א איז פארשפארט!!!


קנא וואלט געמעקט הייערן נאך ניוז רעפארטערס .....

אין דעי פאר טעג איז געווען היפש א פאר גיטע נייעס אין ק.נ.א שלאפט :?

עס קוקט אויס ווי וויכי & צייטי קענען נישט קאווערן קיין אנדערע נייעס אויב עס קומט די מינדערסטע גערעסערע איווענט וואס זיי קאווערען עטץ וואלטץ ענק געדארפט צו טיילן נישט יעדער זאל קאווערן די זעלבע" קום זיץ" (איך פארשטיי אז יעדער וויל עס קאווערן אין בעסער אראפ לייגן וואס ביידע וועי איז עס A1 ;l;p- אראפ געלייגט געווארן פון ביידע פון ענק )

נא מען קען שוין ארויס שטעלן די סיין NOW HIRING

מיטוואך יולי 08, 2009 3:39 pm

זשויני, קענסט נאך זשוינען, הייב אן צו שרייבן, שעם דיך נישט, אנשטאט טענות, טייטש איבער וואס דארט שטייט.

אקעי, וואס די סייבער אטאקע איז, הערעך שוין, און וואס טיצעך מיט די גוגל נייעס, וואסיז יענץ?

מיטוואך יולי 08, 2009 3:41 pm

Google to Challenge Microsoft With Operating System (Update2)

איך הער איך בין אריין אין די לינק ספעשיל פאר דיר. דאס איז די קעפל פון בלומבערג.קאם

מיטוואך יולי 08, 2009 3:47 pm

ביסט א צדיק, יישר כח.

מיטוואך יולי 08, 2009 4:01 pm

במקום שאין איש...

עס איז שוין געווען שמועות א צייט צוריק, (אויב האמיר נישט קיין טעות האט מען אפי' גערעדט דא דערפון),

גאגעל פלאנט ארויס צו געבן א אפערעטינג סיסטעם, דאס הייסט א קאמפיטישען מיט מייקראסאפט'ס שטערק'סטע פראדוקט, נעמליך: "ווינדאוס".

היינט האט עס גאגעל אפיציעל געמאלדן אין א בלאג פאוסט.

עס גייט ארבעטן צוזאמען מיט קראום, דאס איז א אינטערנעט בראזער וואס גאגעל האט א יאר צוריק ארויסגעגעבן, אויך גייט די אנדערויט פלאטפארמע (דעס איז די אפערעטינג סיסטעם פונעם G1) האבן א שייכות צו דעם נייעם סיסטעם, זאגט גאגעל.

למעשה די בראזער האט זיך נישט אזוי גוט איינגעגעבן, מייקראסאפט האט נאך אלץ 60% פון די אינטערנעץ באנוצער.

המשך יבא
לעצט פאראכטן דורך לאז געמאכט אום מיטוואך יולי 08, 2009 4:02 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך יולי 08, 2009 4:01 pm

דזשוין-אס;

ק.נ.א. האט נאר נאכגעטוהן די אלוועלטליכע מידיא, וואס איז די גאנצע וואך געווען פארנומען מיט זינגעריי... לאזנדיג אלע אנדערע כאזעריי אויף א זייט.

מיטוואך יולי 08, 2009 4:06 pm

קרעמער האט געשריבן:דזשוין-אס;

ק.נ.א. האט נאר נאכגעטוהן די אלוועלטליכע מידיא, וואס איז די גאנצע וואך געווען פארנומען מיט זינגעריי... לאזנדיג אלע אנדערע כאזעריי אויף א זייט.


חחחחחח... גוט, האסט ארויסגעגעבן אויך מיין ווייטאג..
---

דאס הייסט אז גוגל גייט עמטליך קאמפעטשיאן מיט מייקרעסאופט ??

מיטוואך יולי 08, 2009 4:16 pm

קרעמער האט געשריבן:דזשוין-אס;

ק.נ.א. האט נאר נאכגעטוהן די אלוועלטליכע מידיא, וואס איז די גאנצע וואך געווען פארנומען מיט זינגעריי... לאזנדיג אלע אנדערע כאזעריי אויף א זייט.


אוי ביסטו גערעכט !! אבאנדע משוגאעם דעי געבן נישט אויף זאגן עס איבער אין איבער פעך פעך !!!!

מיטוואך יולי 08, 2009 4:39 pm

אקעי לעטס קלער אפ!

דער קליינער קום JUNGLE (ניין נישט מיס-ספעלד), וועלכע האט געסטראשעט אפציווישן אמעריקע (מיט פרעש ווייפס), האט ווארשיינליך געהעקט היגע פעדעראלע וועבסייטס, לויט ווי די דרום קארעא'ס סעקיוריט אגענטור גיבן איבער (פאר קנ"א שטייצעך).

אויב די באריכט איז אמת האבן די צפון קארעא אריינגעהעקט אין אמעריקאנע פדעראלע סערוויס זייטלעך ווי: טרעזשורי דעפט, סיקרעט סערוויס, פעדעראלע טרעיד(ישאן....), און טראנספארטעישאן, אום JULY 4 און נאך ערגעץ ווי דורכאויס די וואך, וואס צוליב דעם זענען די זייטלעך געווען אראפ (טרעפסט א בעסער ווארט פאר "דאון" לעט מי נאו) אפאר מאל אין די "זמיר" (צייט אפשניט).

די היגע אפיצעלען האבן באשטעטיגט (פאר..... שטייצעך) אז די אטאקעס זענען פארגעקומען, אבער נישט אנגעדייטעט פון ווי.

אין די זעלבע צייט איז פארגעקומען ענליכע אטאקעס אויף דרום קארעא'ס פעדעראלע סייטס, אריינגערעכנט בלויהויז (קוקט אויס אז דארט איז די פרעזידענט ווייס.......), און דיפענס מיניסטרי, לויט ווי די דרומערס גיבן איבער איז די ארבעט דורך געפירט געווארן מיט 12.000 כלים אין צפון און נאך 8.000 ארום די וועלט.

בעק טו יא קרעמיש, טיים זאון.

מיטוואך יולי 08, 2009 7:18 pm

צייטליךס
האט געשריבן:
דאס הייסט אז גוגל גייט עמטליך קאמפעטשיאן מיט מייקרעסאופט ??

יא, אזוי ווילן זיי.

מיר קענען נישט זאגן קיין עתידות אבער מיר האלטן אז ס'וועט זיי נישט געלונגן...

ס'דערמאנט מיך פון קעדעם וויין קאמפעני ואכמ"ל. ס'איז עפעס א אומאפיציעלע מאנאפאל ווער ס'פרובריט נאר צו קאמפיטן פאלט אדורך.

הגם מייקראפסט האט קאמפיטישען האבן זיי אבער ניינציג פראצענט פון די מארקעט.

מיטוואך יולי 08, 2009 10:10 pm

טענקס "סטיוו" פארן ברענגן די נייעס, און ייש"כ אנאנימער פארן קלער אפ.. (בד"וו אז כ'האב דיר שוין יא דא.. פליז הער מיך אויף צו קאלן.. איך הייב במילא נישט אויף ווען ס'קומט נישט ארויף קיין נומער אויפן איי די.. א שאד די צייט...)

אנאנימער האט געשריבן:..זענען די זייטלעך געווען אראפ (טרעפסט א בעסער ווארט פאר "דאון" לעט מי נאו)

דאון = אנגעזעצט...

דאנערשטאג יולי 09, 2009 1:42 am

לאז רעד נישט אזוי ברייט ווייל גוגעל האט שוין באוויזען שטארקע זאכן און ס'איז לכאורה נישט קיין פראבלעים פאר זיי זיך צו שלאגן מיאט מייקערסאפט

יאהו יוכח.. און עקספלוידער יוכח.. נישט יעדער ניצט טאקע קראום, אבער זייער אסאך.

דאנערשטאג יולי 09, 2009 9:14 am

צו קאמפיטן מיט מייקרעסאופט איז אסאך שווערע ווי בלויז מאכן א בעסערע ווערסיע פאר זייער סוירטש ענדזשין. מייקרעסאפט גייט נאכנישט אינטער, וואדען, נאך אלץ איז גוגעל די שטערקסטע נאמען אריינצוקומען קעגן מייקרעסאופט.

א ריזיגער יישר כח אנאנמיס פאר אייער קלער אפ, ביטע האלט עס אן. און פראביר טאקע אריינצומישן דיין הומער אין דיינע באשרייבונגען, אווי דא.

דרום קאריא, צפון קאריא, איך בין אינגאנצן צומישט. די שאלה איז. קען מען אנווייזן (פינגער פוינטן) אויף זיי אז זיי האבן דאס געטוען? און אויב יא, וואס טוט מען? מ'גייט אין מלחמה מיט מיסילס און לופט כוחות? ערד אינוואזיע? אדער מ'פירט דורך פארהאנדלונגען אין א דריי שפיציגע צוזאמטרעף אין כינע?

דאנערשטאג יולי 09, 2009 10:12 am

אנאני, הייסט א מיין טשעק וואס כאב געשיקט היינט פאר די איי אר עס איז געווען אומוויכטיג, זינט זייער סיסטעם קען זיין האט מיר פארלוירן?
שרייב א תגובה

Advertisement