באריכטן און אנאליזן
מיטוואך יולי 08, 2009 12:52 am
אההה איז דאס הייסע נייעס, נישט סתם, נאר בריעדיג.
עס קען גאר מעגליך זיין אז אזא אויסטרעף באלאנגט אין טעכנעלאגיע, אבער היות עס איז א מעשה שהיה, וועט עס קונה שביתה זיין דאהי.
אין ציריך, שווייץ. האט א עלטערע פרוי גערופן פייער לעשער אז איר טעלעווישאן (פרעג מיך נישט וואס דאס איז, איך מיין אז עס איז אינטערנעט פאר באבעס) איז אין פלאמען, די פייערלעשער האבן ביים אנקומען איינגעזען אז די סיטואציע איז א שווערע (מיט די פרוי), און זיי האבן באוויזן א זאך וואס קיין שום פייער-לעשער האט אפילו פראבירט צו באווייזן, מיט א קוועטש אויפן רימאוט זענען די פלאמען געווארן קלענער און קלענער(?).
עס שטעלט זיך ארויס אז די באביטשקע האט געריקט די טשענאל צו א געוויסע סטאנציע אין דייטשלאנד, וואס און די פרייע שעהן ווייזן זיי א פייער פון א פייער-פלעיס (קוקט אויס עס שפארט גאז.. אויב זי קען מיינען אז עס ברענט קען זי דאך מיינען אז עס מאכט ווארעם) און זי האט געכאפט דאס קעדאכעס... איך מיין טעלעפאון און גערופן ערשטע הילף.
לויט ווי די פייער דעפארטמענט גיט איבער, איז זי אפגעקומען מיט לייכטע בריה וואונדען.........
מצילי אש פרובירן יעצט צו קאנטאקטן די ארטיגע פייערלעשער, געוואר צו ווערן אויב א סטיריאו רעמאוט ארבעט אויך........
מקור
Advertisement
מיטוואך יולי 08, 2009 12:56 am
גאר שיין און הומוריסטיש באריכטעט!! איך בינען שטאק... ('בין אין שאק', פאר ווער ס'יז נישט אין תפיסה).
דיין אינטערנעט פאר באבעס איז ווערט א באגריסונג.
מיטוואך יולי 08, 2009 9:02 am
אנאני, גוט איז דאס ווארט.
מיטוואך יולי 08, 2009 9:05 am
גוט איז דער שרייבער, און גוט איז זיינע ווערטער...
מיטוואך יולי 08, 2009 9:14 am
נאני באטשי, הערליך זייער שיין. יישר כח פארן מאכן שמייכל'ן.
מיטוואך יולי 08, 2009 9:27 am
אנאנימער, א גרויסן יישר כח, כ'האב היפש געלאכט, וואלסט דאס געמעגט טוען עטוואס אפטער.
מיטוואך יולי 08, 2009 9:31 am
חחחחחחח...... א שאד אז דו שרייבסט אנאנים...
מיטוואך יולי 08, 2009 10:26 am
דאס איז קרעמער פון ק.נ.א. נעטווארק.
מיר מעלדן דא מיט פרייד אז "אנאנימער" ווערט אויפגענומען אלס דזשורנאליסט פאר אונזער פרעסטיזשפולע אגענטור. דערווייל וועט ער זיך באפאסן מיט טעכנאלאגיע און טשיקאווע נייעס. זיין פיצעלע היסטאריע אין קרעטשמע גאראנטירט א גלענצענדע צוקונפט.
מיטוואך יולי 08, 2009 10:43 am
תתחחדש צום נייעם זדשאב באנטש הצלחה!!!!
מיטוואך יולי 08, 2009 11:16 am
אה געוואלדיג!!!!
מיטוואך יולי 08, 2009 11:24 am
אנא מיט אסאך הצלחה, זייער שיין אראפגעלייגט מיט זאפט.
מיטוואך יולי 08, 2009 1:30 pm
עםםםם, מיינע פלעשער, איך מיין מיי פלעזשור, איך בין אזוי אנארירט פון דעם כבוד וואס איז מיר צוגעטיילט געווארן אזוי ווי ערווארטעט (עכט באלאנגט אומערווארטעט, פליטת פה).
וויזוי הייסטעס? זוי גייטעס? מען נעמט אויף אזוי אנאנים......? איך גיי אין מקוה מוז איך הערן אז איינער וואס ציטערט פון פאבליסיטי......... ווערט גאר א ריפארטער? וואו איז "ווען די תורה וואלט געלאזט שווערן וואלט איך געשוואורען" אמאוניע.. איך מיין (ווייס) צערעמאניע? "(פינק) סליפט" מען אזוי שנעל ווי מען קומט אריין? אנע מיטינגס?
א גרויסן שכוח הן פאר די וואס האבן געשכוחט און הן פאר די וואס האבן געוואונטשען הצלחה, זאל ענק דער אייבעשטער באצאלן כט"ס
מיטוואך יולי 08, 2009 10:33 pm
נאני, זייער שיין, און פיין געלאכט.
קאנגרטשעלעישנס פאר די נייע דזשאב.
דאנערשטאג יולי 09, 2009 1:44 am
פיין נאנעים, אז מ'קען נעמט מען זיך אינטער..