באריכטן און אנאליזן
זונטאג יולי 12, 2009 1:42 am
קרעמער,
איך האב עס אויך געליינט אין 'צייטונג' און זיך שטארק געווינדערט וואס ער האט געוואלט מיט די העתקה, אפגערעדט פון דעם אז ער האט קאפירט דירעקט פינעם אינטערנעט וואס דאס טוט ער שוין לעצטענס עמטליך בריש גלי, אבער דער באריכט זעלבסט (אן די קאמענטארען) איז בכלל נישט אזוי ציענד צו ווידמען א גאנץ בלעטל דערויף, שוין נישט אלעס פארשטיי איך.
די קאמענטארען דארט זענען טאקע מערקווידיג, איינס בעסער פונעם צווייטן קעגן דעם אויסגעשפראכענער לובעלסקי, וואס האט געמוזט עפנטליך צוריקציען.
יישר כח גרויזאמער פאר די התחלה במצוה און הרב מענדלזוהן פאר די גמר.
Advertisement
זונטאג יולי 12, 2009 2:16 am
הרב מיללער,
וואס פאלט אייך ביי אז ער האט עס קאפירט דירעקט פונעם אינטערנעט? ער שרייבט דאך אז ער נעמט עס פונעם טיימס, נו די ארטיקל זעלבסט האט ער געקענט קאפירן פונעם פאפיר'נע ווערסיע פונעם טיימס, מן יימר ער האט עס גענומען פונעם אינטערנעט?
(נישט אז כ'בין עם חושד אז ער ליינט נישט פון אינטערנעט..)
והשנית, וואס איז די גרויסע וואונדער וואס ער וויל מיט די העתקה, איז נישט אינטערעסאנט פאר וויליאמסבורג'ר איינוואוינער צו זעהן וואסערע איינדריק א אינדרויסענדיגער האט אויף זיי?
גראדע האט מיך זייער אינטערעסירט דעם ארטיקל מיט די עטליכע בילדער וואס יענער האט מחליט געווען פאר וויכטיג צוצילייגן צו זיין באשרייבונג, און איך מיין אז ס'איז גאנץ אינטערסאנט פאר אנדערע אויכעט. (עכ"פ פאר די וואס האבן עס נאכנישט געליינט דירעקט פונעם טיימס..)
זונטאג יולי 12, 2009 3:04 am
די טיימס גייט עס הערשט האבן מארגן (אזוי האב איך פארשטאנען פונעם בלאג, און ער שרייבט עס אויך אז דאס קומט פונעם בלאג) און דער גוי שרייבט זייער ווייניג איינדרוקען וואס איז אינטערעסאנט פאר א וויליאמסבורגער לייענער אז די צייטונב זאל זיך דערוועגן משפיל זיין.
וואסא-חילעק, אין אמתן אריין, איך זאג בלויז מיין מיינונג, איינער מוז עס דען מקבל זיין?
זונטאג יולי 12, 2009 8:41 am
אין דער איד איינע פון די ערשטע בלעטער ווידמעט ער דערויף א דריטל פעידזש (אין די הייעך) איינפראמירט אין א גרעיע באקס (וויאזוי רופט מען אין אידיש גרעי?).
די עצם באשרייבונג וואלט נישט אויסגערופן אזויפיל אינטערעסע, עס איז בלויז אז די טיימס שרייבט עס, און מיליאנען ליינען עס.
זונטאג יולי 12, 2009 10:11 am
מיללער האט געשריבן: דער גוי שרייבט זייער ווייניג איינדרוקען וואס איז אינטערעסאנט פאר א וויליאמסבורגער לייענער
הא גופה איז מיר געווען אינטערעסאנט.. וואספארא נישטקייטן עס האט ארויסגערופן אינטערעסע ביים שרייבער צו באריכטן..
עניוועי.. אזויווי מיללער זאגט וואסע-חילוק.. איך זאג בלויז מיין מיינונג..
גרויזאמער האט געשריבן:אין דער איד איינע פון די ערשטע בלעטער ווידמעט ער דערויף א דריטל פעידזש (אין די הייעך) איינפראמירט אין א גרעיע באקס (וויאזוי רופט מען אין אידיש גרעי?)
פארן איד איז עס געווען הייסע סחורה.. דער דערמאנט דאך דארט עטליכע מאל 'סאטמאר' אין זיין ארטיקל.. (גרעי אין אידיש איז גרוי(זאם...), א שטייגער 'א גרויע בארד'..)
זונטאג יולי 12, 2009 12:39 pm
כהאב געפינען אין מיין זיידןס ירושה א אויסשניט פון א צייטונג (דאכצעך דער פאסט) פון תשל"ד לערך, ווי דער גוי באשרייבט דאס אייגנארטיגקייט פון ווילאמסבורג בשנים ההם, א לאנגס און א ברייטס, ער באשרייבט דארט די מצה בעקעריי אויף בראדוועי, די כלים מקוה (זעהט אז פון א טהרה מקוה האט ער נישט געוויסט צו זאגן), און די אייגנארטיגע לבוש אנשים ונשים, און ווי פארשטענדליך אויך פון מרן רביה"ק מסאטמאר, און דער מנהל המוסדות הר"ר ליפא פר"מ ז"ל, ער האט דארט בילדער פון די מצה בעקעריי, ווי מען זעהט עטליכע באקאנטע פענימער, און א גרויס בילד פון דעם באקאנטן מסיבת כ"א כסליו מיט מרן זי"ע אין סט. דזשארזש ווי מען זעהט די ריזיגע חלה פון איין עק ביזן צווייטן, כהעל עס אפירזוכן בקרוב בל"נ און דא אהער שטעלן.
זונטאג יולי 12, 2009 2:08 pm
מיללער;
מיר דאכט זיך אז עס איז געלאפן אין די "אלטע גרויע פרוי" (ניו יארק טיימס) פארגאנגענעם זונטאג, יולי 5, און פון דארט איז עס אריבערגעקומען קיין די צייטונג און דער איד.
מאנטאג יולי 13, 2009 7:45 am
ר' יחי', אדער ל"ד אדער ר' ליפא, ביידע צוזאמען קאן נישט זיין.
מאנטאג יולי 13, 2009 7:48 am
גערעכט, ר' ליפא איז נפטר געווארן ל"ג
מאנטאג יולי 13, 2009 12:18 pm
ער זאגט נישט דארט אז ער האט גערעדט צו ר' ליפא, ער דערמאנט עם נאר, בכל אופן איך געדענק נישט גענוי דעם דאטום, כוועל היינט אדער מארגן עס אפירזוכן בל"נ
דינסטאג יולי 14, 2009 3:30 pm
מוצא שפתי (קיבאורדי) אשמור
דא האבעך געפונען די צייטונג וואס כאב דערמאנט (עס פעלט מיר נאך צוויי בלעטלך דערפון, והקב"ה ימלא חסרוני)
עס איז פון New York Sunday News June 16 1974
דער יונגערמאן אויפן פיפטן פעידזש איז ר' מענדל טארים פון ק"י
די דריטע און פערטע בלעטער איז א ריזיג בילד פון רביה"ק מסאטמאר כ"א כסליו אין סט. דזשארזש, עס ווערט געזעהן אסאך פערזענליכקייטן, בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל הגה"צ מפאלטיטשאן זצ"ל והגה"צ רנ"י מייזעלס זצ"ל ועוד
נאט אייך
דא א לינק
ער רעדט טאקע פון אלבערט פר"מ נישט פון ר' ליפא,
דער פאריגער לינק ווייס איך נישט אויב עס ארבעט ביי יעדען, לייג איך נאך א לינק
דא
מיטוואך יולי 15, 2009 11:52 am
זייער אינטערעסאנט, א דאנק אייך ר' יהי' כן.
מיטוואך יולי 15, 2009 12:12 pm
מיללער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט, א דאנק אייך ר' יהי' כן.
א קונץ צו דערקענען ר' מענדיל..
מיטוואך יולי 15, 2009 2:41 pm
דאנקע שעהן, יהי כן. אינטערסאנט ביז גאר.
איך בין נאר נייגעריג אויף די תגובות פון די לייענער אויף די דאמאלס'דיגע ארטיקל...
מיטוואך יולי 15, 2009 2:50 pm
די תגובות פון די דעמאלדיגע ליינערס? אה, דאס וועסטו מוזן זוכן אויף די
אינטערנעט פאר די באבעס..