באריכטן און אנאליזן
פרייטאג יולי 03, 2009 7:50 am
"זייט געווארנט: געוויסע איינוואוינער פון וויליאמסבורג נעמען נישט אויף פריינדליך אריינקומערס, און קענען מקבל פנים זיין געסט מיט א אומ'בעטעמ'טע בליק"(מקור:
היינטיגע ניו יארק טיימס בלאג)
היות מען קען קאמענטן דארט, וואלט אפשר כדאי געווען דער עולם זאל זיך אנרופן ווארים, ווילאנג דער טאפיק דארט איז נאך הייס און אויפן ערשטע פעידזש פון זייער בלאג.
Advertisement
פרייטאג יולי 03, 2009 8:13 am
די חברה וועלן אומזינסט זוכן "עונג" בעקעריי, ער איז פארמאכט אום זומער דאכציך.
פרייטאג יולי 03, 2009 10:35 am
פארשלאפן;
דו זעהסט וואס דער שרייבער האט מיט אונז ביידע געטוהן? אן קיין שום געהעריגע סיבה געמאכט פון אונז אומ'חסיד'ישע אידן, אדער חסיד'ישע אידן וואס וואוינען נישט אין וויליאמסבורג!
ער הייבט אן כהאי לישנא:
The Hasidic section of Williamsburg, Brooklyn — roughly bounded by Division Avenue, Broadway, Heyward Street and the Brooklyn Navy Yard
דאס מיינט צו זאגען אז פון העיווארד און אראפ - וואו עס וואוינען א שיינע פראצענט פון "וויליאמסבורגער איינוואוינער" - איז אויסגעשלאסן פון די געמיינדע רח"ל.
פרייטאג יולי 03, 2009 12:06 pm
אויפן סלייד שאו פון די בילדער פון וויליאמסבורג, קען מען באמערקן א חבר דא אויפן פארום!
אויף בילד נומבער 7 וועט איר באמערקן ידידינו הרב "אלף בית"...
פרייטאג יולי 03, 2009 12:19 pm
וואו איז די סלייד שאו דארט?
זונטאג יולי 05, 2009 12:23 am
למדן, כ'האמעך צו'שמייכל'ט, יישר כח.
מאנטאג יולי 06, 2009 8:58 am
גרויזאמער, אויב ביסטו דער לעצטער (זיבעטער)וואס האט דארט געקאמענט אינטערן פענע נאמען Jerry Blau דאן קומט דיר עטליכע גרינע.
מאנטאג יולי 06, 2009 9:54 am
אפריון נמטייה צו ירוחם בלוי, גוט געזאגט.
מאנטאג יולי 06, 2009 1:35 pm
איך קען אייך מבשר זיין אז דער זיבעטער קאמענטירער איז אן אונזעריגער.
כל השביעין חביבין לעולם (ויקרא רבה כט-יא)...
מאנטאג יולי 06, 2009 2:05 pm
יענער האט אים צוריקגעענטפערט.
מאנטאג יולי 06, 2009 2:29 pm
עס איז גאנץ פשוט צו זעהן אז דער איירע לובעלסקי איז א וויסטער אנטיסעמיט, וועלכער זוכט צו באשמוצן דעם חסידיש'ן עולם. איך האב געטראפן
איין מקום וואו עמיצער קאמענטירט אונטער דעם נאמען, און דארט מאכט ער חוזק פון דעם חסידיש'ן כלל-טוער אייזיק אבראהאם. אויף א צווייטן פלאץ
אטאקירט ער ווידער ער ווידער דעם אבראהאם, און נוצט דעם זעלבן דרשה ווי די אויף נ.י. טיימס, ווארט ביי ווארט.
זיך צו שטעלן אין א לענגערע ווערטער-געפעכט מיט אזא איינעם, וועט שוין מסתם אריינגיין אין גדר פון אַל תַּעַן כְּסִיל כְּאִוַּלְתּוֹ (משלי כו-ד). איינמאל מקיים געווען דעם הקהה את שיניו און יוצא געווען.
אויפקלערן און\אדער אויסהיילן קען מען אים נישט, ווייל ווי באקאנט, איז משוגעת נעבעך אן אומהיילבארער מחלה.
מאנטאג יולי 06, 2009 8:07 pm
ר' יודל קודם א דאנק פאר דעם זיבעטער..
וואס דו זאגטס איבער דעם לובעלסקי, איך גלייב איז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס האלט אז ער איז ליידער א היימישער אנטיסימיט, מסתם פון די ארויס געפאלענע וואס זיכן ווי אויסצוגעבן זייער אינערליכע אויפברויז אויף זיך אליינס, וכידוע.
דינסטאג יולי 07, 2009 12:22 am
///
לעצט פאראכטן דורך
מאקאווער אום זונטאג נובמבר 22, 2009 6:59 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג יולי 07, 2009 4:14 pm
איך בין ביי דער מיינונג אוואו מר. קארנפעלד אז דער גערופענער לובעלסקי איז א סעלף-העיטינג X-חסיד, און ברויך ווערן פארשריגען אלס אזא איינער.
דער קאמענטאר דארט וואס זאגט אז ער איז א כינעזער וועלכער גלייכט אויסצושפירען פארשידענע געגנטער איז דאך אזוי גערעכט, ווי איר וועט גיין וועלן די ארטיגע בירגער ווארפן אן אויג אויף אייך מיט חשדות, דאס איז נאטורליך ספעציעל ביי א פארמאכטע קאמיוניטי.
אבער מה נעשה אז מיר זענען אין גלות און יעדע זאך ווערט אויפגעשפילט מיט א נעגאטיוויטעט אקעגן אונז, דאס לייגט שטענדיג צו צום אחריות וואס יעדער יחיד טראגט אויף זיך נישט ח"ו גורם צו זיין קיין חילול השם דורך מעשים וואס קען אויסגעטייטשט ווערן לרעה קעגן אידישע קינדער.
הבט משמים וראה כי היינו לעג וקלס בגוים, להרוג ולאבד למכה ולחרפה, אבער טאטע, ובכל זאת שמך לא שכחנו, נא אל תשכחינו.
דינסטאג יולי 07, 2009 6:14 pm
צייטליך האט געשריבן:גרויזאמער, אויב ביסטו דער לעצטער (זיבעטער)וואס האט דארט געקאמענט אינטערן פענע נאמען Jerry Blau דאן קומט דיר עטליכע גרינע.
ניין, עס איז נישט איך
מיטוואך יולי 08, 2009 11:04 am
דער איירע איז שוין איצט מודה - אין קאמענט 17 - אז ער איז א סעלף-העיטינג דזשוּ...
אקעי, נישט פונקט. ער זאגט בלויז אז וויבאלד מען באשולדיגט אים אין אנטיסעמיטיזם, דאן איז דאס די מסקנה. ער פרובירט עס אפצו-ווארפן פארשטייט זיך, און טענה'ט אז ער זארגט בלויז פאר די וואוילזיין פון די חסידים און אידן... אזוי ווי די משכילים און רעפארמער אין אלע דורות האבן זיך געזארגט...
ב"ה, דער עולם האט אים גאנץ גוט אריינגעפליקט. מיט רעספעקט, איידל, אבער אין זיבעטן ריפ אריין...
מיר שעפן נחת...
מיטוואך יולי 08, 2009 11:19 am
יודל, נאדיר א ישר כח פאר די דרייצענטע קאמענט.
מיטוואך יולי 08, 2009 11:52 am
דער דרייצענטער איז נישט אונזער, דעריבער קענען מיר נישט נעמען קיין דירעקטע קרעדיט דערפאר. אזוי פיל יא, מיר זענען געווען דער ראשון לדבר, דער מתחיל במצוה פונעם ודע מה שתשיב מיט'ן זיבעטן קאמענט אזוי ווי פריער מרמז געווען. דערנאך האבן מיר שוין ב"ה געהאט גוטע בעק-אפ פון אנדערע וואוילע אידן וועלכע האבן געשטעלט דעם פארשוין אויפ'ן פלאץ.
א באזונדער הנאה איז צו זעהן ווי אזוי דער טשאבער-גוי האט אין ענדע געמוזט אויסטוהן זיין מאסקע, און בלית ברירה פארדרייט דעם שמועס ווי ער זארגט זיך מכלומרש'ט פאר כלל ישראל. איי, פארוואס רייסט ער אזוי שמוציג אראפ די חסידי'שע אידן? דערנאך פרעדיגט ער נאך פאר "אָנעסטי" - אויפריכטיגקייט...
הא! מיר נויטיגן זיך אין א לעקציע אין אויפריכטיגקייט פון אסימילירטע שקצים וועלכע זאגן אפען אז זייער ציל איז ויתערבו בגוים?
ער ווייסט גארנישט וואספארא נעבעך ער איז. עס שטייט אים פאר די זעלבע צוקונפט ווי די מתיוונים פון אלע דורות...
מיטוואך יולי 08, 2009 3:29 pm
אוי, דאס ציפט..
Mr. Lubelsky,
So from acusing the Hasidim in “For such a small population they have a very LARGE record of bad deeds” to just preaching better understnading of other sects, my father would call a “360 degree” turn.
Nice to see your regrets!
Your brother
A. Hasid
מיטוואך יולי 08, 2009 3:33 pm
איז ער דען נישט גערעכט?
מיטוואך יולי 08, 2009 3:33 pm
דאס האט איר צייטליך אים אזוי אריינגעגעבן אין טאַטנ'ס טאַטן אריין?
מיטוואך יולי 08, 2009 3:34 pm
סתם_אזוי האט געשריבן:איז ער דען נישט גערעכט?
ווער? דער לובעלסקי? דו מאכסט א וויץ?
מיטוואך יולי 08, 2009 3:40 pm
חס ושלום. אנטשילדיגט. איך האב זיך נישט גוט אויסגעדריקט. איך האב געמיינט צו זאגן אז די A. HASID איז אים גוט אריינגעפארן.
פרייטאג יולי 10, 2009 3:31 am
איך ווייס נישט טאמער דער 20'סטער קאמענטירער מיט'ן ניק "סעם" דרייט זיך דא, אבער עס קומט אים זיכער א טוץ מיט גרינע פאר זיין שארף-געצילעוועט, זאפטיג און קלאר, שטוינענד הערליך, הקהה את שיניו'דיגער תגובה.
זאל אים הקב"ה מזכה זיין מיט אסאך מצוה'לעך.
פרייטאג יולי 10, 2009 11:41 am
היינט געליינט דעם טיימס באריכט (אן די קאמענטארן) אין "די צייטונג".