באריכטן און אנאליזן
מיטוואך יולי 01, 2009 6:15 pm
מיר האבען שוין אלע געהערט פין ערעפלאנען קראכען?
יעצט איז די מעשה מיט א שיף..
די סטעטען איילענד פערי שיף האט פארלוירן קראפט ממש נעבען בארטען אין האט אריין געקראכט אינעם בארטען, 750 מענטשען זענען געוועהן אויפן שיף בשעת מעשה,
דעוועלעפינג....
Advertisement
מיטוואך יולי 01, 2009 9:15 pm
9 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, איינער ערנסט.
צו מזל האט מען נישט געהאלטן אינמיטן א קומזיץ.
מיטוואך יולי 01, 2009 9:23 pm
איך האב געמיינט אז דאס איז אן אלטע אשכול, האט נישט די זעלבע זאך פאסירט אפאר יאר צוריק?
מיטוואך יולי 01, 2009 10:10 pm
דעמאלטס איז געווען שולדיג דער דרייווער, יעצט לויט ווי מ'שרייבט דא, האט עפעס פאסירט מיט די מאטאר.
מיטוואך יולי 01, 2009 10:21 pm
קוקט אויס ווי דער דבר אחר פלו האט זיך שוין אריבערגכאפט צום דומם אויך.
מיטוואך יולי 01, 2009 10:32 pm
געלעגער האט געשריבן:מיר האבען שוין אלע געהערט פין ערעפלאנען קראכען?
יעצט איז די מעשה מיט א שיף..
אז ערעפלאנען קענען לאנדען אין וואסער, קענען שיפען גיין קראכען...
עניוועי.. איינער האט די טעילס (וועמענס טעיל??..)
וויפיל לעבעדיגע? וויפיל האט מען געדארפט באנדאזשירן צוליב שאק?..
מיטוואך יולי 01, 2009 11:36 pm
כ'ער אז עראפלאנען זענען געקומען צו פליען אויפנעמען די פאסאזשירן פונעם געשעדיגטען שיף.
דאנערשטאג יולי 02, 2009 6:32 am
15 מענטשען זענען ג'אינדזשערט געווארען,
10 פאסאנדזשירען 3 קרוי מעמבערס אין 2 פאליציי אפיסערס,
קיינער נישט ערענסט.
שוועמעל איך האב געשמייכלט
דאנערשטאג יולי 02, 2009 8:44 am
אריין אין קראכן אשכול
דאנערשטאג יולי 02, 2009 11:13 am
די מעשה איז געווען אז די אפשטעלער האט זיך צובראכן (אויף ענגליש: די ברעיק איז געגאנגען בראוק) און זיי האבן נישט געהאט קיין אנדערע אויסוועג נאר צו מאכן א הארטן לאנדונג אינעם פארט אריין (דאס ווערט גערופן לאנדונג ווייל עס אנקערט דורכדעם אויף די לאנדשאפט/טרוקעניש, אויך ווייל טייכן זענען לעצטנס געווארן ראנוועי'ס).