Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ברעקינג!! "על פרענקען" דערקלערט געווינער

דינסטאג יוני 30, 2009 12:54 pm

די מיניסאוטע סופרים קאורט האט געהייסן דערקלערן דעם דעמאקראטישן סענעטאר "על פרענקען די געווינער אין די מיניסאוטע סענאט רעיס

Advertisement

דינסטאג יוני 30, 2009 1:09 pm

די דעמאקראטן האבן יעצט א פרייע סענאט און א פרייע האנט.

זיי האבן יעצט גאנצע 60 שטימען אין די סענאט און אפילו א פיליבאסטער דורך די רעפובליקאנער וועט שוין נישט העלפן.

ווער האט דאס געגלייבט דריי יאר צוריק?

דינסטאג יוני 30, 2009 1:11 pm

נאך א שטימע פאר קעפ ענד טרעיד?

דינסטאג יוני 30, 2009 4:41 pm

די דעמאקראטן זענען אוודאי פרייליך אבער מען האט שוין ערגעץ אויסגעשמועסט אין די ווינקלען פון די קרעטשמע אז עס לוינט זיך אפשר נישט פאר זיי אין די קומענדיגע וואלן ווייל דער פאלק האט נישט ליב קיין איין פארטיי ליניע, ווי אויך גייט אלע פראבלעימען גיין אויף די חשבון פון די דעמאקראטן קענענדיג אנווייזן אז די רעפובליקאנער האבן ממילא נישט געהאט קיין מאכט אין וואשינגטאן

דינסטאג יוני 30, 2009 5:00 pm

חידוש די אלע אויסגעשמועסעכצער איז בלויז התחזקות אילוזיעס, און איז ווי א גוטע טיילענאל, אבער אין פאקט האבן די דעמאקראטן יעצט (נישט נאר יעצט, נאר יעצט נאך מער) א געלעגנהייט אדורך צי פירן זאכן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געחלומט אז זיי וועלן קענען אדורך פירן.

וועט עס זיין גוט פאר אונז? ימים ידברו.

דינסטאג יוני 30, 2009 6:18 pm

איך קען נישט מער ווי צישטימען צי משה אז די מאכט פין די דעמעקראטען זענען יעצט זייער שטארק אין זיי וועלען נישט האבען קיין שום פראבלעם דורך ציפירען זאכען וואס ווארטען שוין יארען אויפן טיש.

צייטי דאכצעכמער אז פין ווען עללען ספעקטער האט געטוישט פארטיי האבען זיי שוין געהאט א זעכציגער ניין?
קען זיין איך רעד שטותים אויב יא זאג איך יעצט ברוך שם.....

דינסטאג יוני 30, 2009 7:27 pm

געלעגער דארפסט נישט זאגן אויף דעם ברוך שם אבער א טעות האסטו, דעמאלס האבן זיי געהאט נאר 59 זיצן, מען האט נאר גערעדט אז אויב פרענקין וועט געווינען וועלן זיי דורך דעם האבן 60 זיצן, פארשטאנען?

דינסטאג יוני 30, 2009 8:03 pm

איך האב גארנישט דערפון, מיין לינקער שוואגער וועט ווייטער באשולדיגן דאס הייפעלע GOP פליטים אין אלסדינג בייזן.

ווי יענער נאכן טרונקען 99% וואדקא עד דלא ידע און ער שפירט זיך שלעכט, רעדט ער זיך אפ "כ'האב געוויסט אז די 1% וואסער וועט מיר מאכן פראבלעמען..."

לה' הישועה
שרייב א תגובה

Advertisement