Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

"יעמען עיר" מיט 153 מענטשן געקראכט אין ים

מאנטאג יוני 29, 2009 10:52 pm

...שוין ווייטער מיט די פליגער'ס.

א תימני עיר פליגער מיט 153 מענטשן דערויף האט אריינגעקראכט אינעם אינדישן ים, דערווייל זוכט מען נאך דעם פליגער און עס איז נאכנישט באריכטעט געווארן צו עס איז דא איבערלעבער'ס צו נישט.

די פליגער איז געפארן פונעם הויפשטאט צנעא אין תימן צו די אינזעל מאראני וואס איז די הויפשטאט פון די קאמארעס אינזלען, עס האט געקראכט בערך 3-6 מייל פארן בארטן, דאס איז זייער נאנט צום לאנדן פלאץ, די שלעכטע וועטער לאזט נישט אזוי שנעל צו די רעטונג'ס שיפלעך אדורכפירן די רעטונג'ס אקציעס.

דעוועלאפינג סטארי, מ'וועט איבערגעבן די מייק פאר ק.נ.א. קארעספאדאנטן אין תימן.
לעצט פאראכטן דורך DotCom אום מאנטאג יוני 29, 2009 11:44 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

מאנטאג יוני 29, 2009 11:41 pm

צוליב די געפערליכע אנטיסעמעטיזעם, האט ק.נ.א. ארויסגענומען כמעט אלע זייערע ריפארטערס פון דארט, חוץ דאט קאם, מיט נאך איינער, אבער מיר קענען נישט ארויסגעבן די איינצעלהייטן צוליב זיכערהייט סיבות.. העמער ווארטן צו הערן צו אונזער ריפארטער האט געקענט אנקומען צו די סצענע..

דאט קאם, טענק פאר יור ריפארט.. דו ביסט זייער גוט.. נייס טו הער פראם יו פראם טיים טו טיים..

דינסטאג יוני 30, 2009 12:53 am

טענקס פאר די ריפארט .קאם.


עפעס אידן געווען דארטן? כ'אף ס'יז נישט געווען קיינע שלוחים.

דינסטאג יוני 30, 2009 1:03 am

כ'האב נישט געוויסט אז תימן האט אן עיר ליין...

דינסטאג יוני 30, 2009 5:54 am

א קליין קינד איז געפינען געווארן אין וואסער ביים לעבן.

דאס פליגער איז שוין אין באניץ זייט 1999.

פלייט 626 איז אפגעפלויגן אים 9:30PM עס האט געדארפט זיין א פיר אהאלב שעה וועג,די קראך האט פאסירט אים 1:30AM, נאכדעם וואס די פליגער האט פראבירט איינמאל צו לאנדן אבער אן א סוקסעס און דאן האט עס געקראכט.

דער פליגער האט געטראגן 142 פאסענדשירן, און נאך 11 מאנשאפט, א צווייטע באריכט זאגט 147 פאסענדשירן.

אפציעלע באאמטע זאגן אז עס איז דא שאנסן צו טרעפן נאך איבערלעבער.

אויפן מאמענט זעהט מען ארומשווימען אסאך ברוכווארג מיט אפאר טויטע קערפער.

מען לייגט עס אן אויף די שווערע וועטער, מען האפט צו טרעפן דעם שווארצן קעסטל צו האבן א בעסערע איידיע וואס דא איז פארגעגאנגען.

דינסטאג יוני 30, 2009 6:55 am

צוליב זיכערהייט סיבות וועל איך נישט באריכטן וואס עס טוט זיך דארט, אז מען זאל נישט טראכטן אז איך בין דער צווייטער ק.נ.א. רעפארטער דארט, גלייך פון מאלי אויפן וועג פון קו התאריך.

דינסטאג יוני 30, 2009 9:44 am

יעצט איז אריין געקומען די נייעס, אז די 5 יעריג קינד וואס איז ביז יעצט געווען אויף די נייעס אלץ די איינציגסטע איבערלעבער, איז נישט געווען קיין 5 יעריג אינגעל, נאר א 14 יעריגע מיידל......

ק.נ.א קען נאך דערווייל נישט באשטעטיגן קיין איינס פון די באריכטן, צוליב דעם וואס אונזער מיטארבייטער מיסטער עי. פי. וויל עס דערווייל נישט באשטעטיגן.

דינסטאג יוני 30, 2009 10:57 am

סארי פאר מיין אפוועזענהייט די לעצטע פאר טאג, זינט איך בין געווארן אראפגעהאלטן דא אין איראן פארן פובלעצירן די בילדער פון די פראטעסטן קען איך נישט געהעריג רעפארטן די נייעס. אבער איך האף צו זיין צוריק ביז געציילטע טעג געהעריג - לויט סטעיט דעפארטמענט באאמטע.

יישר כח דאט קאם פארן מעלדן די נייעס פונעם פליגער קראך. וואס איז שוין ליידער געווארן א וועכענטליכער פאסירונג, נישט קיין וויץ.

גרויזאמער, איך בעט דיר, רעדט וואס ווייניגער, זיי זענען אויף דיינע שפירן. גיב אובאכט.

דינסטאג יוני 30, 2009 11:22 am

משה קארנפעלד האט געשריבן:יעצט איז אריין געקומען די נייעס, אז די 5 יעריג קינד וואס איז ביז יעצט געווען אויף די נייעס אלץ די איינציגסטע איבערלעבער, איז נישט געווען קיין 5 יעריג אינגעל, נאר א 14 יעריגע מיידל......

ק.נ.א קען נאך דערווייל נישט באשטעטיגן קיין איינס פון די באריכטן, צוליב דעם וואס אונזער מיטארבייטער מיסטער עי. פי.וויל עס דערווייל נישט באשטעטיגן .

וואס הייסט זיי ווילן נישט??? זאג זיי אז זיי מוזן.. האסטו געהערט א מעשה?...

יעצט הייסט עס גראדע אז ס'איז גאר א 6 חדשים'דיג בעבי.. זיי ווילן אבער דערווייל נישט באשטעטיגן צו ס'איז א אינגל אדער א מיידל...

דינסטאג יוני 30, 2009 10:33 pm

איך האב אלעמאל געוואוסט אז די יוצאי תימן האבן פראבלעמען מיט אפיציעלע דאקומענטאציעס אויף די יארגאנג... ביי אונז אין ישיבה האט זיך געדרייט א נידריגער בחור אן קיין חתימת זקן, אבער מען האט געשמועסט אז ער איז שוין פילייכט איבער די 20.
שרייב א תגובה

Advertisement