באריכטן און אנאליזן
מאנטאג יוני 29, 2009 5:18 pm
היינט מאנטאג האט דער געוועזענער ניו יארק סיטי מעיאר רודי זשוליאני (ר) געהאט אן אינטערוויו מיט CNN. אויף די פראגע אויב ער גייט לויפן אין פאר גאווערנער אין 2010. האט ער גענטפערט אז ער ווייסט נישט, סאיז נאך אביסל פרי, אבער ער טראכט דערפון.
אין אן אנקעטע וואס איז גענומען געווארן מיט א צייט צוריק וואלט זשוליאני געוואונען קעגן גאווערנער פעטרסאן (ד) 54 קעגן 34 אבער ער וואלט פארלוירן קעגן (אטוירני זשענעראל) קאומא (ד). למעשה האט קאומא געמאלדן מיט אפאר וואכן צוריק אז ער גייט נישט לויפן אין קיין פריימערי פארמעסט קעגן פעטרסאן. וואס דאס עפענט דעם וועג פאר זשוליאני צו א כמעט זיכערע געווינס.
לעצט פאראכטן דורך
אלף בית אום דינסטאג יוני 30, 2009 9:17 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
דינסטאג יוני 30, 2009 8:02 am
דאס אז קאומא האט געזאגט אז ער פלאנט נישט צו לויפן מיינט נאכנישט אז ער גייט נישט לויפן.
דינסטאג יוני 30, 2009 8:12 am
און דאס אז די אנקעטעס ווייזן אז קאומאו וואלט באזיגט דזשוליאני, מיינט נאכנישט אז ער וואלט עם טאקע באזיגט..
דינסטאג יוני 30, 2009 8:16 am
אבער דאס וואס אנקעטעס ווייזן אז פעטערסאן וואלט זיכער פארלוירן פאר סיי וועמען, האלטסטו איז יא קראנט?
דינסטאג יוני 30, 2009 8:38 am
לויט די יעצטיגע סיטואציע?? ביג טיים!!
דינסטאג יוני 30, 2009 9:37 am
נאך אנדערע רעפאבליקאנער וועלכע קלערן צו לויפן פאר גאווענער זענען
ריק לאזיא, וועלכע איז אומסוקסעספול געלאפן פאר סענעטאר קעגן קלינטאן אין 01 און פארלוירן 64-36. לאזיא איז אריינגעשפרינגען אינעם פארמעסט נאכדעם וואס זשוליאני האט זיך ארויסגעצויגן צוליב געזונטהייט סיבות. לאזיא האט שוין געפענט אן עקספלארעישן קאמיטע וואס זאל פארשן אויב ער איז פאסיג יעצט צו לויפן פארן געווערנאר אמט.
עד קאקס. לויער פון מאנהעטן און איידעם פונעם געוועזענעם פרעזידענט ניקסאן. קאקס האט שוין געארבעט אין פארשידענע פאליטישע אפיסעס. די לעצטע פאר יאר האט ער אונטער גענומען עטליכע קאמפיינען אויף סטעיטווייד אמטן אויף וואס ער איז דורכגעפאלן.
קריס קאולינס, עריע קאונטי עקזעקעטיוו.
דינסטאג יוני 30, 2009 10:00 am
לויט ווי דער מצב זעהט יעצט אויס, שטיימיר אלץ בעסער ווי מיט פעטערסאן.
דינסטאג יוני 30, 2009 10:10 am
סתם_אזוי האט געשריבן:דאס אז קאומא האט געזאגט אז ער פלאנט נישט צו לויפן מיינט נאכנישט אז ער גייט נישט לויפן.
דאס מיינט לכאורה אז ער גייט יא לויפן....
דינסטאג יוני 30, 2009 10:11 am
יא יא. וואס ביסטו אזוי נישט צופרידן מיט פעטערסאן?
דינסטאג יוני 30, 2009 10:53 am
יא יא וויל מקיים זיין דעם אל תפרוש מן הציבור.
דינסטאג יוני 30, 2009 6:27 pm
פעטרעסאן איז זייער שוואך אין די אנקעטעס, דאכצעך ער איז די שוואכסטע וואס א גאווערנאר איז נאר אמאל געוועהן אין די היסטארי,
די וויילער האבען אים קיינמאל נישט אריין געוואוט אין לכאורה פלאנען זיי עס נישט צי טוהן פאר אים,
דזשוליאני האט איין מעלה אז די ניו יארקער האבען א שוואכקייט צי אים,
פין סעפטעמבער דער עלעפטער איז געווארען א הירא, אבער צי דאס גייט אים געבען די גאווערנאר בענקל?
שווער צי וויסען, אין פאליטיקס קען זיך זאכען טוישן יעדע מינוט, ווער האט געגלייבט אז אבאמא גייט זיצען אויפן שטוהל?
דינסטאג יוני 30, 2009 7:45 pm
געלעגער האט געשריבן:דזשוליאני האט איין מעלה אז די ניו יארקער האבען א שוואכקייט צי אים,
פין סעפטעמבער דער עלעפטער איז געווארען א הירא, אבער צי דאס גייט אים געבען די גאווערנאר בענקל?
פאר 9/11 האבן אים די ניו יארקער ערוועהלט 2 מאל פאר מעיאר. פאר 9/11 איז ער געלאפן פאר סענעטאר קעגן קלינטאן און דער פארמעסט איז געווען גאר שמאל, טיילמאל האבן אים די אנקעטעס געגעבן א היבשן אויבערהאנט איבער קלינטאן.
די סיבה פארוואס ער האט פארלוירן די פריימערי פארמעסט פאר פרעזינדענט איז ווייל ער איז צו ליבעראל (טראצדעם וואס ער האט זיך מיט אלע כוחות פרובירט זיך צוגלייכן צו פר. רעיגאן) און רעבאפליקאנער האבן אים נישט געדארפט. הוא הנותנת אז ער זאל געוואונען אין ניו יארק.
איבער פעטערסאן, האלט איך פערזענליך אז ער טוהט גאנץ א פייענם זשאב, ער איז זייער רעאליסטיש מיטן פאקט אז די עקאנאמי איז אין דערעד, דעריבער שניידט ער אויסגאבן רעכטס און לינקס, און ער איז "נישט קיין פאליטישן".
די סיבה צו זיין שוואכע פאפולעריטעט, האלט איך, איז. ווייל בדרך כלל ווען איינער קומט אן צו סיי וועלכע אמט קומט עס נאך חדשים קאמפיינען און פאנגען מענטשנס מוחות וואס דאס ברענגט פאפולאציע, ווידעראום פעטראסאן איז קיינמאל נישט געלאפן פאר גאווערנאר ער האט נאכנישט געהאט ווען צו קאמפיינען דעריבער איז ער אזוי אומפאפולער, אבער איינמאל ער הייבט אן ארומצולויפן אין די גאסן איז גאנץ מעגליך אז זיין פאפולאציע זאל שטייגן.
דינסטאג יוני 30, 2009 8:05 pm
אלף בית, זייער שיין ארויסגעברענגט,
איך האב נישט געמיינט צי זאגען אז פאר 9/11 האבען אים די ניו יארקער נישט ליב געהאט, וואס איך זאג איז אז יעצט האט ער א גרעסערע טשענס אפילו אין אזא דעמעקראטישע יאר וואס אלעס גייט מיטן פיטום אראפ פאר די ריפובליקאנע,
וואס די שרייבסט אז די סיבה פארן פארלירען די פריימעריס איז וועגען ער איז א ליבעראלער,
אויף דעם קען מען זיך דינגען, ס'איז דא אסאך וואס האלטען אז זיין נישט קאמפיינען אין די ערשטע פאר חדשים דאס האט אים אינדער'ערד געלייגט,
דאס אז די ביסט ציפרידען פין פעטערסאן דאס איז מיר שוין יא א חידוש..
איך גלייב אז די ביסט פין דע 20 פארצענט וואס ספארטען אים נאך..
דינסטאג יוני 30, 2009 9:32 pm
געלעגער עס זאל דיר נישט זיין אזא "חידוש" אז איך זעה אויך נישט וואס איז שלעכט מיט אים, [אייגענטליך ווייס איך נישט צו איינער קען טאקע עפעס דירעקט אנווייזן אז ער איז א דורכפאל, ביז די פרשה פון סענעטאר זשיליבראנד וכו' איז זיין פאפולעריטעיט געווען הויך, איז וואס עפעס ווייל מיט יענע מעשה האט ער שלעכט געהאנדעלט פירט ער שוין פלוצלינג די גאנצע סטעיט נישט גיט? איך פארשטיי דאס נישט מיט מיין שוואכע קאפ]
מיטוואך יולי 01, 2009 8:28 am
און דאס אז אבאמא האט געווינען פארשטייסטו יא מיט דיין שוואכע קאפ? די שליסל צו זיין פאפיולער און צו זיין הויעך אין די אנקעטעס איז צו פאלן צו די פיס פון די מידיא און זיך בעטן ביי זיי אז זיי זאלן דיך נישט אראפרייסן. איך פערזענליך זעה נישט וואס פעטערסאן האט אויפגעטן אדער אפגעטון פאר די סטעיט. ער איז געווען גאנץ שטיל די פאר חדשים וואס ער איז גאווענער. ד.מ. אז אויב עס לויפט א מענטש וואס איך גלייך (למשל דשוליאני) וועל איך וואויטן קעגן פעטערסאן. אבער אויב עס לויפט א מענטש וואס איך גלייך נישט (למשל בלומבערג) וועל איך וואוטען פאר פעטערסאן. פעטערסאן אליין איז מיר נישט א מעלה אדער חסרון.
אגב: אויב דשוליאני האט פארלוירן די פרעזידענט פריימערי פארמעסט ווייל ער איז צו ליבעראל, דאן פארוואס האט מקעין געווינען?
מיטוואך יולי 01, 2009 9:25 am
פעטערסאן האט אנגעהויבן גיין אין דער ערד נאך די פרשה מיט גיליבראנד, ווען ער האט געלאזט די מידיא מיט די צינג אנדרויסן און זיי נישט מיטגעטיילט מיט זיינע פלענער, און נאכדעם ווען עס איז געווארן א גאנצע שטינק איבער קעראליין קענעדי, און מען אים אנגעפאנגן ארינטער רייסן און באשולדיגן אז ער האט פארשעמט די הויעך געשפריצטע קענעדי, און ווי מעג מען פארשעמען איינער וואס קומט פון די באליבטע העלדישע...זאגטס עס שטייטעלעך....ק..ע..נ..ע..ד..י.. פאמיליע.
למעשה ווי סתם אזוי האט שוין ערווענט האט נישט פעטערסאן קיין שום ספעציעלקייט, אנדערש ווי פאטאקי וואס איז געקומען מיט גרויסארטיגע פלענער פאר די סטעיט, און דזשוליאני וואס איז אויך געקומען ווי א בולדאזער, און פארשראפן א רייע זאכן וואס ער גייט און האט דורכגעפירט אלץ מעיאר.
אגב: סתם אזוי אויף די אגב וואס דו זאגסט, מקעין איז נישט ליבעראל אויף וויפיל איך ווייס, ער גייט בלויז נישט מיט די פארטיי ליניעס, און ער לויפט נישט מיט די רעכטע אויף אלעס וואס זיי ווילן, אנדערש איז דזשוליאני, וועלכע איז שטארק ליביראל אויף סאציאלע טעמעס, טאקע צוליב דעם ווייל ער האט געוואלט זיין מעיאר אין ניו יארק סיטי.
מיטוואך יולי 01, 2009 9:46 am
משה קארנפעלד האט געשריבן:למעשה ווי סתם אזוי האט שוין ערווענט האט נישט פעטערסאן קיין שום ספעציעלקייט, אנדערש ווי פאטאקי וואס איז געקומען מיט גרויסארטיגע פלענער פאר די סטעיט, און דזשוליאני וואס איז אויך געקומען ווי א בולדאזער, און פארשראפן א רייע זאכן וואס ער גייט און האט דורכגעפירט אלץ מעיאר.
דאס האב איך פריער ארויסגעברענגט!
באמת האט פעטערסאן גארנישט ווייניגער פעלנער פאר די סטעיט. נאר, פאטאקי איז ארומגעלאפן קאמפיינען חדשים מיט פלענער האט עס יעדער געהערט, די זעלבע איז זשוליאני, שפיטצער וכו'. אנדער איז פעטערסאן וואס איז אריינגעקומען אין אמט אן קאמפיינען, לאמיר זעהן ווי אזוי דער מצב וועט אויסזעהן איינמאל ער הויבט אן ארומצולויפן קאמפיינען (גאנץ מעגליך אז זיין יעצטיגע שטאנד אין די אנקעטעס איז שוין א מעוות לא יוכל לתקן, און ער וועט שוין בלייבן אפגעסטעמפלט פאר א אומטויגליכער).
נאך א סיבה פארוואס ער שטייט נישט גוט, איז זיין נישט גוטער אויסזעהן, כידוע די היינטיגע גוישע וועלט דער עולם גולם ווערט אנטציקט פון אן אקטיאר א שטייגער אבאמא. און מדארף אויסזעהן גוט און קענען שמייכלען וכו'.
למעשה מיין פערזענליכער מיינונג. איך וואלט געשטימט פאר פעטערסאן קענען יעדן אויסער קעגן זשוליאני.
וואוטן וועל איך אבער, וויאזוי די עסקנים וועלן הייסן.
מיטוואך יולי 01, 2009 9:49 am
איך האלט פעטערסאן וועט שוין נישט אויפשטיין תחיית המתים. דאס איז עס מיט אים. נאך א קרבן אויף די מזבח פון די "פרייע" מידיא.
מיטוואך יולי 01, 2009 12:16 pm
לויט אן אנקעטע וואס איז איז ארויס געקומען פאריגע וואך, זאגן 21% מענטשן אז פעטערסאן טוט אן אויסגעצייכענטע זשאב ארויף מיט 2 פון פארגאנגענעם חודש ווען בלויז 19 פראצענט האבן אזוי געהאלטן. 39 פרצענט מענטשן האלטן אז ער טוט א ריכטיגן ארבעט אין קעגנזאץ פון 37 וואס האלטן אז ער טוט א שוואכע ארבעט.
קעגן זשוליאני וואלט ער פארלוירן מיט 16 פראצענט 37-54. ארויף מיט 8 פראצענט פון פאריגע חודש וואו ער וואלט פארלוירן מיט 24 פראצענט 32-56.
לויט דעם זעהן מיר אז זיינע פאפולעריטעט הייבט צוביסלעך אן צו שטייגן, און סאיז נאך דא אנדעהאלבן יאר ביז צו די וואהלן, איז נאך זיכער צו פרי צו קענען פאראויסזעהן.
מיטוואך יולי 01, 2009 12:36 pm
איין זאך וואס איז נאכנישט ארויסגעברענגט געווארן,פאקט: די מידיא גלייכט אים נישט, אין דעס מאכט אים לכאורה זייער שווער -אויב נישט impossible- צו געווינען.
מיטוואך יולי 01, 2009 2:12 pm
אלף בית האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן:דזשוליאני האט איין מעלה אז די ניו יארקער האבען א שוואכקייט צי אים,
פין סעפטעמבער דער עלעפטער איז געווארען א הירא, אבער צי דאס גייט אים געבען די גאווערנאר בענקל?
פאר 9/11 האבן אים די ניו יארקער ערוועהלט 2 מאל פאר מעיאר. פאר 9/11 איז ער געלאפן פאר סענעטאר קעגן קלינטאן און דער פארמעסט איז געווען גאר שמאל, טיילמאל האבן אים די אנקעטעס געגעבן א היבשן אויבערהאנט איבער קלינטאן.
די סיבה פארוואס ער האט פארלוירן די פריימערי פארמעסט פאר פרעזינדענט איז ווייל ער איז צו ליבעראל (טראצדעם וואס ער האט זיך מיט אלע כוחות פרובירט זיך צוגלייכן צו פר. רעיגאן) און רעבאפליקאנער האבן אים נישט געדארפט. הוא הנותנת אז ער זאל געוואונען אין ניו יארק.
איבער פעטערסאן, האלט איך פערזענליך אז ער טוהט גאנץ א פייענם זשאב, ער איז זייער רעאליסטיש מיטן פאקט אז די עקאנאמי איז אין דערעד, דעריבער שניידט ער אויסגאבן רעכטס און לינקס, און ער איז "נישט קיין פאליטישן".
די סיבה צו זיין שוואכע פאפולעריטעט, האלט איך, איז. ווייל בדרך כלל ווען איינער קומט אן צו סיי וועלכע אמט קומט עס נאך חדשים קאמפיינען און פאנגען מענטשנס מוחות וואס דאס ברענגט פאפולאציע, ווידעראום פעטראסאן איז קיינמאל נישט געלאפן פאר גאווערנאר ער האט נאכנישט געהאט ווען צו קאמפיינען דעריבער איז ער אזוי אומפאפולער, אבער איינמאל ער הייבט אן ארומצולויפן אין די גאסן איז גאנץ מעגליך אז זיין פאפולאציע זאל שטייגן.
איך האב געליינט די תגובה און איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט. פעטערסאן האט געשניטן אויסגאבן רעכטס און לינקס??? די נייע בודזשעט איז געוואקסן איבער דעם פארגאנגענעם יאר און עס זענען צוגעקומען איבער דרייסיג נייע ערליי שטייערן וועלכע וועלן די מערסטע אפעקטירן די מיטל קלאס וועלכע ער דארף מכלומר'שט פארטרעטן.
ווי בעקאנט קומט פאר די צודרייטע איבערקערעניש אינעם סטעיט סענאט, און דער גאווערנאר שרייט אז ער פרובירט צו ברענגען די זאך אין ארדענונג, און וועלכע געזעץ איז אים אממערסטן וויכטיג אין אזא צייט אז ער זאל דאס ארויפלייגן דער ערשטע אויף די אגענדע? די תועבה געזעץ...
איין זאך בין איך מסכים מיט דיר, "ער איז נישט קיין פאליטישאן".