Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

נארט קאיריע איז זיך מתחצף

מיטוואך יוני 24, 2009 3:35 pm

איך וויס נישט פארוואס קיינער רעדט נישט דא דערפין, איך גיי עס אנרירען אויפען שפיץ גאפעל אין אז איינער וויל קען ער עס בעסער אויסברייטערען (איך בין נישט אין די גיסטע יעצט פין טייפען)

די פראבלעמען מיט נארט קאיריע האט זיך אנגעפאנגען אין מאי, דעמאלטס האט ער די ערשטע מאל געשאסען א קליין קעפיג מיסיל אלס טעסט, מ'האט אים געווארענט אז ער זאל אויפהערען אבער ער האט געפיפען אין אפאר טאג נאכדעם האט ער געשאסען נאך א טעסט מיסעל,

אפאר טאג צירוק איז א שיף מיט סחורה ארויס געפארען פין נ.ק. אין ווי מ'טענה'ט ליגט אין די שיף פארבאטענע זאכען, מ'האט מורא אז ער פלאנט צי שיסען פין די שיף, סא אמעריקאנע שיף וואס האט אויף זיך א מיסיל דעסטרויער גליטשט זיך מיט מיט'ן נ.ק.שיף אז ח"ו אויב שיסט ער זאל דעס פארטעקטען,

אמעריקע זיכט א רעכט (איך מיין אז די יו ען דארף עס אפראווען, איך בין נישט זיכער) צי קענען אפשטעלען די שיף אין עס דורך קיקען,
לכבוד דעם איז נ.ק. היינט ארויסגעקימען מיט א סטעיטמענט אז אויב שטעלט מען אפ די שיף טייטש ער דאס אויס ווי א מלחמה אנהייב, אין אויב אזוי וועט ער ענטפערען דערויף מיט'ן גאנצען חומר, אין זיינע ווערטער זענען געווהן אז "איך וועל אראפווישען אמעריקע פין די מאפע" רח"ל.

דאס איז די נייעס פין היינט,
יעצט, צי זאגען אז ער איז נארמאל? איך ווייס נישט, ווייל על פי דרך הטבע קען אים אמעריקע סאך שנעלער אראפווישען ווי ער אמעריקע, אלעס איז פארשטייט זיך תלי' ביד השם אבער מיר רעדען עפד"ה,
וואס איך קלער נאר איז אז ער וויל אנדרייען גיט די וועלט אין ביים הויעך פינקט גייט ער זאגען אז ער איז גרייט זיך אראפ ציזעצען, אין דעמאלטס גייט ער באקימען וואס ער וויל,
אזוי קלער איך.

Advertisement

מיטוואך יוני 24, 2009 3:38 pm

he talks like achmad achmajinad, and daos nothing, i hear already this warnings for years

מיטוואך יוני 24, 2009 3:41 pm

דא האסטו דעם ענפער, ווי ס'שיינט איז די אבאמא אדמיניסטראציע'ס צוגאנג זיי צו באצייכענען אלס פון זינען גערירטע און האפענדיג אז אן אטענשאן וועלן זיך די קארעאנ'ס אליינס בארעכענען somehow.

מיטוואך יוני 24, 2009 3:49 pm

יאפ, געלעגער, דער נארט קאריע פירער, איז א כיטרע בחור, זיין לאנד איז שוין באנקראט פאר א לאנגע צייט, שפיהלט ער מיט אונז, אזוי אז ער וועט קענען שפעטער קומען מיט א אפער אז פאר אזויפיל און אזויפיל געלט, גייטער טוהן דעס און דעס..

מיטוואך יוני 24, 2009 4:47 pm

דער פראבלעים איז נאר אז די וועלט פירער לאזן זיך ביי אים צו פירן ביי די נאז, יעדע מאל וואס ער ווילדעוועט "בארואיגט" מען אים מיט אפאר דאלער און עס איז שטיל פאר נאך א האלבע יאר, מען דארף אים לאזן באנקראטירן אינגאנצן ביז עס וועט בעל כרחך מיזן ווערן דארט א רעוועלוציע אדער עפעס אנדערש

מיטוואך יוני 24, 2009 5:50 pm

ווער עס האט שכל למשל אזוי ווי איך , ווייסט אז עס איז דא איין עצה
נישט ווארטען ביז ער שיסט נאר אראפשיקען אהין א פאר אטאמען אין פטור אן עסק
ער אידאך משוגע, נו גיי רעד צי א משוגענעם, אין דער פאכעט נאך מיט אן אטאם, זיינע אייגענע מענטשען אינטערדריקט ער אין אויפען וועלט פאכעט מען מיט אן אטאם אין ער זיצט אין זיין בעקיארד אין עס ריפסטעיק , וואס פאר א ווירטשאפט איז דאס ,
די איינציגע שפראך וואס די חברה פארשטייען איז א גוטע פאר פעטש אזוי אז עס זאל גיין א רויעך ביז קראקע, דעטס איט נאר די מערב וועלט פחדנים ציטערען אז זייערע שיך ועט שטויביג ווערען אדער זייער אפראוועל רעיט גייט פאלען ביי א פאר לינקע לונאטיקער וואס מיינען אז מען קען זיך אויסקומען מיטען טייוועל אליין'ס,
אין מיט איראן די זעלבע זאך ,אראפ מיטען קאפ, איי ס'וועט קאסטעןו ציווילע,
איטס זשאסט טו בעד, זיי שמייסען אין הארגענען עניוועי זייערע ציווילע סאו עס מאכט שוין נישט אויס ווער עס טוט עס ,
די ציפידעלטע קלעריקען דארט דרייען א קאפ פאר זייערע מענטשען אין פאר די וועלט אלעס פאר אביסעל פאוער, דעטס איט, ס'האט גארנישט מיט אללא זי ניצען נאר אללא צי צוקומען צי זייערע משוגאסען ,
נאר וואדען דער אמעריקאנער אבאמא דארף טוהן מיט איראן אין נארט קאריע די זעלבע וואס ער האט געטוהן מיטען פליג, הא ביזט א גבור קענסט הארגענען א פליג ,
נו לאמיר זעהן וואדע קענסט, א חוץ פליגען קענסטו נאך עפעס הא?!

מיטוואך יוני 24, 2009 8:22 pm

גאלי מ'קען דיך ארויפ חייגען אויף די שווארצע ליסטע אויב די רעדסט אזוי אויפן מעסייע... אפפסס איך ממין פרעזידענט

מיטוואך יוני 24, 2009 8:47 pm

גאלי;
האסט מיך דערמאנט פון דעם פליג עפיזאד וואס די פארשטונקענע מידיא האט ברייט צעשפילט ממש ווי די רוימער בשעתם אין די בתי תיאטראות.. וואס עי היראו דער שחור...

ס'האט מיר געקאסט א לאך. (דאנט ווארי כ'אב עס נאכנישט באצאלט)


יענע וואך דורכפארנדיג בעט סטיי זע איך א שווארצער פראקטיצירט די 'פליגן מאנעוורע', ער גיבט אזא פאטש מיט די האנט אויפן אנדערן האנט נאכאנאנד, פונקט ווי אבאמא האט דאס געטון....

דינסטאג יוני 30, 2009 6:46 pm

די שיף וואס מ'איז נאכגעפארען פאר די לעצטע וואך א האלב האט זיך היינט צירוקגעדרייט אין די אמעריקאנע זאגען אז ס'איז אויפן וועג צירוק צי נ.ק.
וואס זיי האבען דא געוואלט איז נאך אלס א מיספארשטענדעניש

דינסטאג יוני 30, 2009 7:24 pm

גאלירעטע ווען איך האב אמאל אזוי גערעדט צו איינעם האב איך עס אים געזאגט: ווען איך וואלט געווען פרעזידענט וואלט איך שוין לאנג.... האט ער מיר געענטפערט, יא יא טאקע וועגן דעם ביסטו נישט פרעזידענט... וכמו כן בנידון דידן וד"ל

מיטוואך יולי 01, 2009 8:11 am

איך האלט נישט אז דאס איז עפעס גוטע נייעס.

מיין מיינונג איז אז די שיף האט גארנישט געהאט קיין שעדליכע מאטריאל. נ.ק. האט געוואלט זעהן וואס די וועלטס רעאקציע וועט זיין ווען זיי וועלן נעמען א שיף אנגעפילט מיט שעדליכע מאטריאל אין עס ארימפירן אין די וואסערען. זיי האבן געזעהן אז די וועלט איז מאכטלאז קעגן אים. און אויסער סטראשענען טוען זיי גארנישט, האבן זיי אהיימגערופן די שיפל. יעצט קענען זיי טון וואס זיי ווילן.

מיטוואך יולי 01, 2009 9:28 am

נארט קאריע מאכט מיט אמעריקא דאס וואס אונז האמיר געטון מיט אונזערע ענגליש טיטשערס.
שרייב א תגובה

Advertisement