באריכטן און אנאליזן
מאנטאג יוני 22, 2009 4:20 pm
צוויי באנען האבן זיך צוזאם געשטויסן...
נאכנשיט א קיין דיטעילס.
מיר וועלן מעלדן ווען עס וועט זיין אפדעיטס.
Advertisement
מאנטאג יוני 22, 2009 4:30 pm
אפדעיט:
איינער איז אומגעקומען אין די באן צוזאמשטויס אין וואשינגטאן די. סי.
עטליכע זענען נאך פארכאפט און פארוואונדעט צווישן די באנען וואס ליגן איינע אויף די אנדערע, לויט די פייער באאמטע.
מאנטאג יוני 22, 2009 4:33 pm
שוין ווייטער געטעקסט
מאנטאג יוני 22, 2009 4:39 pm
מאנטאג יוני 22, 2009 4:40 pm
אפדעיט:
עס האלט שוין ביי 2 וואס זענען אנגעקומען.
עטליכע מענטשן זענען נאך אלץ פארכאפט אונעם 6 שטיקעלדיגער באן.
רעטונגס אגענטורן שטעלן אויף א קאמענד פאר א מאסן שטאבליכער עקסידענט.
מאנטאג יוני 22, 2009 4:54 pm
בייידע באנען זענען געפארן אויפן זעלבן טרעק, זייער אן אינטערסאנטער מעשה וואס וועט ווערן אויסגעפארשט.
אין פאקט זענען יעצט פארהאן דארט אומצאליגע רעטונג'ס אגענטורן ארויסצונעמען קודם די אלע געשעדיגטע און פארכאפטע פונעם באן. אויך קען מען זעהן דארט אגענטן פון די FBI וואס זענען דארט צו אויפארשן די סצענע אויב עס איז נישט געווען עפעס מיט טעראריזם.
לויט די טראנפארטעשאן דעפט. איז דא א רייע פון עטליכע באווארענונגען אז אזא זאך - ווי קומען אויפן זעלבען טרעק - זאל נישט פאסירן.
מאנטאג יוני 22, 2009 4:57 pm
עס טוט זיך א שטיקל מחלוקה צווישן עטליכע עדות אין די פייער דעפט.
איינער זאגט אז איין טרעין איז געקומען קעגן דאס צווייטע און זיך אזוי צוזאמגעדריקט. אנדערע זאגן אז איינער איז געקומען אינטערן צווייטן און אריינגעזעצט מיט א שנעלקייט.
לויט די בילדער זעט מען איין באן ליגן אויפן צווייטן, און עס קוקט אויס אז עס איז געווען א שטארקער זעץ.
מאנטאג יוני 22, 2009 5:15 pm
א שטיקל בילד פונעם שרעקליכער סצענע.
מ'קען זעהן איין באן אויף ס'צווייטע בעת אומצאליגע רעטונג אגענטורן ארבייטן שווער צו ראטעווען די געשטראנדעטע פון אונטן און אויבן מיט לייטער'ס.
- עטעטשמענטס
-

- train1.jpg (32.31 KiB) געזעהן געווארן 393 מאל
מאנטאג יוני 22, 2009 5:20 pm
עס הייבן זיך פראבלעמען.
די מידיאו און פאלק, משפחה מיטגלידער און באזארגטע רייזענדע ווארטן צו הערן עפעס א ווארט ווי עס האלט, וואס דער מצב איז, וויפיל פארוואונדעט, וויפיל טויטע. ווען וועלן די באנען און מאסן טראנספארטאציע פריש אנפאנגען צו אפערעיטן אא"וו.
אבער קיין ווארט.
די מידאו איז שוין פארשיקט געווארן פון איין פלאץ און זענען נישט ערלויבט צו גיין נאנט צום סצענע.
קיינער זאגט נישט קיין ווארט פאר די מידיאו, חוץ די אייגענע רעפארטער וואס שאצן נאר. גארנישט איז נישט קאנפירוימד. און עס האלט שוין אריבער 90 מינוט פונעם איצטידענט.
לויט וי מ'הערט ווארט מען אויף אן אפציעלער פרעסע קאנפרענץ פונעם מעיאר, אבער דערווייל איז דאס נישט צושטאנד געקומען.
מאנטאג יוני 22, 2009 5:26 pm
יעצט קומט די מעלדונג אז עס גייען שוין נישט אן קיינע רעטונג אקציעס. אלע פארכאפטע זענען שוין ארויסגענומען און אפגעפירט צום שפיטאל.
לויט וויפיל מיר ווייסן יעצט זענען אין טאטאל אריינגעפירט געווארן 42 מענטשן אין שפיטאל. 2 דערפון שטארק פארוואוינדעט, 12 דערפוןסטעבל און די איבעריגע 28 זענען בלויז פאר קלענערע פארהאנדלונגען.
מאנטאג יוני 22, 2009 6:23 pm
עס קוקט אויס ווי א שטאאארקע זעץץץץ. אוטש.
ווייסט איינער אויב דזשאו עמטרעק ביידען איז פונקט דארט געווען?
מאנטאג יוני 22, 2009 6:26 pm
יישר כוח צייטליך פאר די שיינע באריכטן.
קרעמער האט געשריבן:ווייסט איינער אויב דזשאו עמטרעק ביידען איז פונקט דארט געווען?
מאנטאג יוני 22, 2009 6:42 pm
ס'האלט שוין ביי זיבען טויטע.
צייטי אווי אייביג א פיינעם ריפארט אראפגעלייגט
דינסטאג יוני 23, 2009 7:20 am
שוין ווייטער א פרויען דרייווער
זי איז אויך פון די טויטע. באריכטן געבן איבער אז זי האט געהאלטן אינמיטן לייגן ליפסטיג.
זעהט אויס אז ליפסטיג איז א סגולה צו פארלירן...
דינסטאג יוני 23, 2009 7:36 am
the yiddish world says: 9 dad
דינסטאג יוני 23, 2009 8:20 am
ר' שטאלצער איד, 9 טאטעס פון וועם?"
דינסטאג יוני 23, 2009 9:31 am
פארשלאפן, נישט אז איך האב ליב ווען מען טשעפעט, אבער דאך עס קומט דיר אזאנס
מיטוואך יוני 24, 2009 6:49 pm
פארשלאפן, כ'האב אויסגעפלאצט...