באריכטן און אנאליזן
דאנערשטאג יוני 18, 2009 11:45 pm
בס"ד
ירושלים, ווי עס ווערט באריכטעט צי ק.נ.א. ווערט געפלאנט אויף שבעה עשר בתמוז דורך דעם לעגענדארען מחזיר בתשובה הרב ר' אמנון יצחק שליט"א אז עס וועלען זיך צאמקומען אידען וואס ווילען ארויס ווארפען זייערע טעלעוויזשענס אין מען וועט ציברעכען מיט האמער'ס טויזענט טעלוויזשען'ס אין פארענט פין איינע פין די גרויסע טעלעוויזיע סטאנציעס אין ארץ ישראל,
ער האט שוין געבעטען פין די פאליציי א פערמיט לכאורה וועלען זיי עס מיזען געבען אין אי"ה וועט ק.נ.א. באריכטען די נייעס ווען עס וועט זיין אנטוויקלונגען
דא קען מען זעהן ווי מען ציהאקט טעלעוויזיעס אין "ראש העין"
http://beta.shofar-tv.com/player.php?id=76ברוך המקדש שמו ברבים
גאליציאנער עט ק.נ.א. ירושלים עיר הקודש
Advertisement
פרייטאג יוני 19, 2009 12:34 pm
גאר אינטערסאנט.
פרייטאג יוני 19, 2009 1:09 pm
זייער עמאשענל.
פרייטאג יוני 19, 2009 1:52 pm
איך גיי יעצט רעדן צי מיר אליינס(ווער ס'וויל קען אויסהערן).
אויב האסטו אינטערנעט אן קיין פילטער, אדער מיט א שוואכע פילטער, אדער דו ברויכסט בכלל נישט דעם אינטערנעט פאר די ארבייט, לערן דיך אפ פון די אידן דא, וואס ביי זיי איז די טעלעוויזע געווען א שטיק פון זייער לעבען.
פרייטאג יוני 19, 2009 2:54 pm
עס איז נישט קיין שום ספק, דער אינטערנעט קומט בכלל נישט צו צו דער אמאליגער טעלעוויזשען, מיין חבר האט מיך אמאל מעורר געווען איבער דעם וואס ליידער דרייען זיך הונדערטער היימישע אינגעלייט צו קוקן די נייעס סטאנציעס פון די גוים, אז אויף די נייעס סטאנציעס איז ערגער - אדער עכ"פ די זעלבע דרגה- ווי אמאליגע טעלעוויזיע וואס אלע גדולי ישראל זענען ארויס שארף דערקעגן