באריכטן און אנאליזן
פרייטאג יוני 19, 2009 2:21 am
דארפסמאן האט געשריבן:עס איז געווען א כהן אפען פליגער ? אדער א גוי איז נישט מטמא
יא! איך ווייס צוויי אידן - כהנים - וואס זענען געווען אויפ'ן פליגער!
אגב איינער פון זיי איז אן הצלה אי. עם. טי. פון אנטווערפען, איך וועל איהם פרעגן אויב ער האט געהאט א יד באמצע.
ס'איז געווען אויך א פראפעסאר - א הארץ דאקטער - פון בראסעלס. מען האט געניצט די עי. אי. די. אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט.
Advertisement
זונטאג יוני 21, 2009 7:31 am
געכאפט א שמועס מיטן הצלה מעמבער, ער איז ארויף צום ערשט'ן קלאס אבער עס זענען שוין דארט'ן געווען דריי דאקטוירים (פראפעסארן) און מען האט איהם נישט אריינגעלאזט.
ווי איראניש - דערציילט ער מיר אז ביים אנקומען אינעם עירפארט האט ער אנגעצינדן זיין סעל-פאון און...ביפ ביפ... ביפ ביפ - א מעסעדזש.
זיין קאלעגע - די הצלה קא-ארדינעיטער האט איהם געשיקט: פילאט שטארבט אויף א קאנטינענטעל פליגער, גייט מאכן אן עמערדזשענסי לענדונג אין ניוארק עירפארט... ביזסטו אויפ'ן פליגער?
נאר דעמאלסט איז ער געוואר געווארן וואס עס האט פאסירט.
זונטאג יוני 21, 2009 4:56 pm
ר' איד, איך קען אויך באשטעטיגן די מעשה מיטן הצלה יונגערמאן...
איך האב מיט עם גערעדט, ס'איז עם געווען אינטערעסאנט אז ס'שטייט דא.. אבער ער זאגט אז ס'איז אמת..
מאנטאג יוני 22, 2009 2:16 am
נעוואדע! ר' איד וועט קיין ליגענט ניט זאגען!
און צו דיר וויכיֱ! גיי זיך אפיר אן אנטווערפענע הצלה מעמבער אין גאנץ ניו יארק סטעיט! אבער אויף וויכי ...... מען טאר אפילו נישט פרעגן!
דערצייל אונז וואו די האסט איהם (פערצופאל) געטראפען (אפירגעזיכט)... ס'איז מיר זייער אינטערסאנט צו וויסן.
מאנטאג יוני 22, 2009 10:48 am
ר' יוד, איך האב נישט געמיינט חלילה קיין איין מינוט אז דו זאגסט ליגענט, איך בין נעכטן געגאנגען קויפן די נייע וועבער טעיפ, שטייענדיג אין די געשעפט, קומט אריין דער יונגערמאן, איך האב גלייך געזעהן אז דאס איז נישט פון דאהי, איך האב עם געגעבן שלום, ער האט מיר געזאגט אז ער קומט פון אנטווערפן, זייענדיג אין די ליין, האב איך גלייך געשפיהרט אז דא ליגט עפעס מער.. האב איך עם געפרעגט ווען ער איז געקומען, צו ער איז געקומען מיט דעם פליגער.. זאגטער אז יא, איך בין גלייך געגאנגען ווייטער, איר זענט א הצלה יונגערמאן?.. זאגטער יא..
אינגאנצן שאקירט.. שטייט ער, מיט זיין בני בית.. וואס גייט פאר?.. פרעגטער א פארגאפטער... איך האב עם געוויזן וואס דא שטייט, ער האט איבערגעליינט, ער זאגט.. "א קליינע וועלט".. אלעס איז געווען גענוי ווי דא שטייט.. חוץ, אז אנשטאט דריי דאקטוירים, איז נאר געווען צוויי..
ביז אהער איז די מעשה.. ר' איד, שכוח פאר די קאמפלימענט, איך קענעס נוצן...
מאנטאג יוני 22, 2009 10:51 am
וויכי! ביזטו א בר מזל!
טאקע א קליינע אידישע וועלט!
מאנטאג יוני 22, 2009 10:55 am
זאג וויכי!
האסט איהם געוויזען אז ר' איד שרייבט עס?
ס'איז צרות! ער וועט וויסן ווער איך בין! (נו גילי!) - געב מיר שנעל א עצה!
מאנטאג יוני 22, 2009 11:00 am
ר' איד.. האב נישט מורא, איך האב עם שוין געזאגט, אז ווען איינער פרעגט צו וועם ער האט גערעדט, זאל ער נישט זאגן..
אויזער דעם, רוב מאל געדענקן נישט די מענטשן.. איך האב עס אסאאאאאאךךך... איך בין נאכנישט נתגלה געווארן "דורכדעם"..
מאנטאג יוני 22, 2009 11:02 am
זארג דיכנישט! איך האב איהם פארפאקט! איי וואז דזשאסט דזשאקינג!
וויכי קיפ אפ!
(אפשר לויפסטו פאר ראש הקהל? - אממ.. איים סארי)
מאנטאג יוני 22, 2009 11:28 am
reb yid האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:עס איז געווען א כהן אפען פליגער ? אדער א גוי איז נישט מטמא
יא! איך ווייס צוויי אידן - כהנים - וואס זענען געווען אויפ'ן פליגער!
אגב איינער פון זיי איז אן הצלה אי. עם. טי. פון אנטווערפען, איך וועל איהם פרעגן אויב ער האט געהאט א יד באמצע.
ס'איז געווען אויך א פראפעסאר - א הארץ דאקטער - פון בראסעלס. מען האט געניצט די עי. אי. די. אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט.
א כהן מעג זיין אן הצלה/EMT מעמבער?
מאנטאג יוני 22, 2009 11:30 am
יא! איר מיינט אז מען רופט הצלה צו טויטע מענטשן?
הצלה איז נישט "חברה קדישא"!
ווען עס מאכט זיך ח"ו א פאל וואס יענע הויכט אויס זיין נשמה אינמיטן..... דעמאלסט גייט די כהן ארויס.
מאנטאג יוני 22, 2009 12:43 pm
דאס איז לכתחלה?
דינסטאג יוני 23, 2009 2:35 am
זעכער! אוודאי, פיקוח נפש.....
דאכצעמיר אז בן בוזי איז נישט קיין כהן - ממילא איז עס נישט אקטועל.....